היימישע ארטיסטן און זייערע מעלערייען
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 464
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
היימישע ארטיסטן און זייערע מעלערייען
אויב איז נאכנישט דא אזא אשכול, וויל איך דא אנהייבן צו ברענגן בילדער און קארטונען פון היימישע מעלער.
פארשטייט זיך אז היימיש מיינט נישט דווקא א הוט און רעקל אדער אז מ'רעדט אידיש.
פון מיינע פעיוועריטס זענען יוני גערשטיין, 68 פון בני ברק.
פון וויפיל איך האב געליינט אויף אים איז ער א בעל תשובה וועלכער איז געבוירן אין ירושלים און האט שטודירט מעלעריי אין פאריז.
נאכן חוזר זיין האט ר' יונתן אויף הרב שך'ס פארשלאג אנגהויבן מאלן פאר די יתד נאמן אין די מ' יארן, זייענדיג דאן דער איינציגסטער חרדי'שער קארטוניסט.
ער איז שטארק באוויסט מיט זיינע בילדער אויף משניות פני השבת אויף מסכת שבת, פני המשנה אויף ביצה און שביעית. אויך אויף גמרא נזיקין פני ישראל אויף פרק המפקד און הכונס, און אבידת ישראל אויף פרק אלו מציאות.
פון זיינע שטארקע טאלאנטען זענען קארטונען וועלכע זענען געווענליך גאר שארף און צי די זאך.
דאס איז זיין וועבזייטל: http://www.yony.co.il

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיקציע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 464
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
אויף זיין וועבזייטל האט ער וועכענטליך צו דאונלאודן א אומזינסטע בילד אויף די פרשה.
למשל דאס איז אויף פרשת נח:
פארשטייט זיך אז עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט די אומזונסטע בילדער פאר ביזנעס צוועקן.
למשל דאס איז אויף פרשת נח:
פארשטייט זיך אז עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט די אומזונסטע בילדער פאר ביזנעס צוועקן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 464
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
נאך פון מיינע באליבטע קארטוניסטן איז משפחה'ס מעלער אבישי חן.
פון וויפיל איך בין באקאנט איז ער נאך א בחור, און איז נאך ביז עטליכע יאר צוריק געווען אין ישיבה, און וואוינט אין ירושלים.
ער איז געוואלדיג אין צוזאמברענגען עטליכע סצענעס אין איין בילד, און אויך איז ער שטארק אין קארטונס.
אויב האט איר מער אינפאו ביטע ארויפשטעלן.
פון וויפיל איך בין באקאנט איז ער נאך א בחור, און איז נאך ביז עטליכע יאר צוריק געווען אין ישיבה, און וואוינט אין ירושלים.
ער איז געוואלדיג אין צוזאמברענגען עטליכע סצענעס אין איין בילד, און אויך איז ער שטארק אין קארטונס.
אויב האט איר מער אינפאו ביטע ארויפשטעלן.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 464
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
יאנקל האט געשריבן:עס איז אסור דא צו פארגעסן פון גדי פולק, וועלכער איך מיין איז דער שטערקסטער היימישער מעלער
אוודאי, ווי קען מען נישט רעדן פון גדי... אבער וואס קען מען טון אז גדי לאזט נישט...
עס איז נישט ממש אזוי, ליינט דא אין א אינטערוויא וואס די ענגלישע משפחה האט געהאט מיט אים און איינע פון די תנאים אים צו אינטערוויאען איז אז מען זאל נישט לייגען קיין בילדער פון אים, כדי נישט צו פארלירן זיין אנונימיטעט.
אויף פאלאק קענט מען אויך ליינען אין זיין וויקעפידיע בלאט.
אינטערעסאנט איז אז פאלאק האט חוזר בתשובה געווען נאכדעם וואס א גלח האט אים געבעטן אפצומאלן בילדער פאר א נייע תנ"ך.
יאנקל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ער גיט קרעדיט פאר יוני פאר׳ן אין העלפן מיט זיין קאריערע.
ער זאגט אז נאכן חוזר זיין בתשובה האט ער זיך געוואלט אריינלייגן אין מעלעריי, (בעפאר פלעגט ער מאכן סקולפטוערס) און האט געבעטן גערשטיין פאר קאסטומערס. ביז ער האט אנגעטראפן הרב ברוך חייט ראש ישיבה און קאמפאזירער וועלכע האט ארויסגעגעבן ספרים געמאלן דורך יוני און זינט דאן האט הרב חייט אנגעהויבן צו נוצן גדי.
צים פינטעל (אויף אייוועלט) האט געשריבן:א מוראדיגע בילד פון גדי פולק
וואס צייכנט אפ 2000 פון לימוד התורה
פון זמן הבית ביז היינט צוטאגס
עס ליגט אין די איינע בילד א געוואלד מיט היסטאריע איבער קליידונג און ארכיטעקט פון א משך 2000 יאר
עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט און געוואלט מיטיילן מיטן עולם
עטעטשמענטס