בלאט 1 פון 4

וואס וואלט געווען אייער פאך ווען איר וואלט געבוירן ביי...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:50 pm
דורך sunbar
יעדער איינער האט געוויסע טאלאנטן וואס בלייבט באגראבן צוליב פארשידענע סיבות. צום ביישפיל: עס זענען דא רבישע קינדער וואס וואלטן געקענט זיין גרויסע זינגערס, נאר עס פאסט נישט פאר א רביש קינד, און אזוי ווייטער. די זעלבע זאך איז לאמיר זאגן איינער וואלט געבוירן געווארן אלס א גוי....

און סיי וועלכע אומשטענדן, וואס וואלט געווען אייער פאך? (מיינענדיג א פאך וואס איר קענט אין אייער יעצטיגער מצב נישט האבן אדער טון)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:51 pm
דורך זר זהב
א DJ אין א דענסינג קלאב

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:54 pm
דורך טאמבל סאס
א מעיל הוקער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:56 pm
דורך sunbar
טאמבל סאס האט געשריבן:א מעיל האקער.


א וואס?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:57 pm
דורך זר זהב
אריין שנעעעעעל אין פרגוד!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:12 pm
דורך דעינעש
ער פרעגט 'א וואס ?' פון טאמבל. און לייקט זר'ן פארן זאגן 'אריין אין מאחורי..'
בכלל.. טאמבל פארפירט די שמועס\אשכול, אמער מ'רעדט דא פון בנש"ק'לעך להבדיל; און\ווייל נישט דאס האט דער פותח האשכול בכלל געמיינט דא..?!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:17 pm
דורך sunbar
דעינעש האט געשריבן:ער פרעגט 'א וואס ?' פון טאמבל. און לייקט זר'ן פארן זאגן 'אריין אין מאחורי..'
בכלל.. טאמבל פארפירט די שמועס\אשכול, אמער מ'רעדט דא פון בנש"ק'לעך להבדיל; און\ווייל נישט דאס האט דער פותח האשכול בכלל געמיינט דא..?!


איך האב נישט געכאפט וואס ער האט געשריבן, ער האט דערנאך פאראכטן די ספעלינג.

אקעי רבי?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:23 pm
דורך טאמבל סאס
מ'רעדט פון יעדעם. ער ברענגט נאר א משל פון רעבישע קינדער. (וואס קענען נעבעך גארנישט טון חוץ פון זיך דרייען מיט די קורצע זאקעלעך, האבן א שאפער און שטופן די צייט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:33 pm
דורך אברעמעל
מ'קען פרעגן צו וואס מ'ציהט צי ווערן אבער דאס האט גארנישט מיטן מציאות, ווייל וויפיל ווילן ווערן עפעס וואס זיי האלטן אז זיי טויגן און ענדיגן ביי א צווייטע זאך אינגאנצן, און וויפיל זענען יא געוואקסן אין עפעס און דאס איז נישט געווען זייער פלאן אנהייב קאריערע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:35 pm
דורך sunbar
שוין, וועלן איז אויך עפעס...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:36 pm
דורך דעינעש
קענסל'ד. סאררי. כ'האב גארנישט געמיינט. יו אר אלל נייס פיעפל היער.
(Please forgive me.)
עי פלעדזשור טו מיעט\בי וויט יו גייס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:41 pm
דורך sunbar
דעינעש האט געשריבן:קענסל'ד. סאררי. כ'האב גארנישט געמיינט. יו אר אלל נייס פיעפל היער.
(Please forgive me.)
עי פלעדזשור טו מיעט\בי וויט יו גייס.


טראסט מי, איי נו דעט אלרעדי.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:47 pm
דורך דעינעש
אברעמל די רעדסט פון א אנדערע פוינט אוו וויו. אפי' אינז אלץ תורה טרייע יידן, קען די זאך אויך זיין צוויי דייט'יג. וואס ער וויל. און צו וואס טויג ער מער יא.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:43 pm
דורך איך אויך
sunbar האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:א מעיל האקער.


א וואס?

א הוק אויף וואס צו הענגען דעם נאסע מעיל, וואס איז אומפארשטענדליך?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:51 pm
דורך sunbar
איך אויך האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:א מעיל האקער.


א וואס?

א הוק אויף וואס צו הענגען דעם נאסע מעיל, וואס איז אומפארשטענדליך?


איך האב קודם געמיינט אז ער וויל צוהאקן אלע מעיל'ס...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:56 pm
דורך טאמבל סאס
מעיל'ס קען מען נאר 'צערייסן'.
און פארוואס טאקע צערייסן? מען מעג דאך עס טראגן אפילו אן א עירוב.
אקעי סיריעסלי. איך וואלט (געוואלט) אריין אין די מאווי פראדאוסינג ביזנעס. און אפשר עקטן אויך.
(און נאך מיליאן זאכן)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:58 pm
דורך sunbar
איי געס די עולם וואלט אפילו אין אנדערע אומשטענדן אויך נישט געארבעט...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:01 pm
דורך דעינעש
לול..
מיינסט מן הסתם דאס; המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ (אבות)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:42 pm
דורך נולד מאוחר
וועמענס שוויגער וואלט געווען א טרעפיק קאַפ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:44 pm
דורך נולד מאוחר
טאמבל סאס האט געשריבן:א מעיל הוקער.

פאר דעם דארפסטו נישט געבוירען ווערן ביי..... איך קען מענטשען וואס זענען דא געבוירען געווארן און האבן די פאך.לאל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:49 pm
דורך sunbar
מיין שוויגער וואלט געווען א דראג דילער ...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:55 pm
דורך געפילטע פיש
א בנש"ק'ל האט זיך אמאל אויסגערעדט צו מיר אז ער וואלט ענדערש געווען א טראק דרייווער און יעצט איז ער סטאק מיט מלומדות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:59 pm
דורך sunbar
ביידע פארדינען אסאך וואג פון עסן און זיצן אין א אויטא די גאנצע טאג...