עוז והדר געשעפטן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:50 pm
לעצטענס האט זיך די עוז והדר קאמפאני זיך גענומען צו די ביינער אין זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין ליינס וואס האט קיינמאל נישט באלאנגט צו זיי. ביז יעצט בערך האבען זיי געדרוקט גמרות, זיי האבען אראפגעלייגט א שיינע ארבעט אין מגיה זיין, שיינע קלארע אותיות, און געהאלטן אין איין אפדעיטן די ש"ס מיט פרישע ספרים און מפרשים.
איך מיין אז זייט זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט צו מפרש זיין די תלמוד, ארויסגעבענדיג די מתיבתא כרכים, האבן זיי זיך אריינגעלאזט די פרינטיג ליין און זיי האלטן אין איין ארויסגעבן פרישע ספרים, נאך אפי' שנעלער ווי נר מצווה קומט אויף מיט פרישע פאטענטן!! וואס נישט, זיי האבן אנגעפילט מיט נאר די נעמען פון די ספרים א גאנצע לוח!! חומשים, סידורים, זמירות, א ליקוט אויף מועדים, משנה ברורה, איך געדענק נישט אלעס אויסנווייניג, און דאס איז חוץ די ש"ס, מתיבתא, און נאך. און די אלע ספרים איז דא צו באקומען אין אלערליי פארעמען און סייזעס, איינס מיט די פירוש און איינס אן. ציניקער זאגען אז נאך אביסל וועט מער נישט זיין קיין ספרים געשעפטן, עס וועט נאר זיין בעיקר עוז והדר געשעפטן וואו מען וועט קענען קויפן אלע ספרים פארן יודישען געברויך, און נאך עטליכע געשעפטן צו קענען קויפן די אלע אלטע ספרים..
איז יעצט די שאלה
איז עס א מעלה
איז איין קאמפאני א טובה
און די וואס רעדן דערקעגן איז פון קנאה
אדער ניין, מען דארף אויפפאסן
אז אן א קאנקורענט וועט פארן די פרייזן
און וואס זאגט יעדע מענטש
איבער די עוז והדר כולל אין בית שמש?
ווערט דער עולם פון די איידיע אנטציקט
אדער איז עס סתם פאררוקט?