בלאט 1 פון 2
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 11:42 pm
דורך דבילה
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:22 am
דורך קול גדול
דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
א גרויסע פראצענט חרדים זענען נישט צוויי-שפראכיג, זיי נוצן א שפראך וואס איז א געמיש פון צוויי. עס הייסט "יונגליש"
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:39 pm
דורך יידל
קול גדול האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 3:15 pm
דורך קול גדול
יידל האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?
גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 5:36 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?
די שאלה איז, וואס הייסט קלוגשאפט, עדיוקעישאן? IQ, חכמה, בינה, דעת?
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 11:15 pm
דורך זר זהב
מ'קען זיין עדויקעטעד און נאך אלס זיין א גרויסער נאאאר!!
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 8:22 pm
דורך יידל
קול גדול האט געשריבן:יידל האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן: פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?
גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.
זאג נאר, די האלטסט למשל אז הרב אלישיב, הרב וואזנער וכו' האבן עפעס באגיישטייערט פאר די מענטשהייט? נו, פארוואס האבן זיי נישט באקומען קיין נאבל פרייז? אלא מאי, נישט אלץ איז נאבל פרייז = בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 8:36 pm
דורך קול גדול
יידל האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן:יידל האט געשריבן:קול גדול האט געשריבן: פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?
גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.
זאג נאר, די האלטסט למשל אז הרב אלישיב, הרב וואזנער וכו' האבן עפעס באגיישטייערט פאר די מענטשהייט? נו, פארוואס האבן זיי נישט באקומען קיין נאבל פרייז? אלא מאי, נישט אלץ איז נאבל פרייז = בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.
ניין, די אלע רבנים וואס דו האסט אויסגערעכנט האבן נישט בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:37 pm
דורך קרעמער1
דער "יודיש פארם" פראפעגאנדירט דערמיט:
http://www.yiddishfarmblog.org/?p=1264
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:27 pm
דורך לאדיך אפ
לעצטנס געווען אין די נייעס אז פורטא ריקא ווערט צוויי-שפראכיג.
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:53 pm
דורך לאדיך אפ
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 9:56 am
דורך מי אני
עס איז אבער וויכטיג אנצומערקן אז די טעאריע איז אז די קאגניטיווע בענעפיטן פון קענען צוויי שפראכן האט א threshold (עפ״י דר. דזשים קוממינס (און אנדערע); פון די פארשער אויף די נושא). דהיינו, מ׳דארף האבן א proficiency אינ׳ם צווייטן שפראך כדי די קאגניטיווע בענעפיטן זאלן זיך מאנעפעסטירן. אויב נישט קען דאס צומושעניש פון די צוויי שפראכן אפשר גאר שאטן (עכ״פ פאר קינדער).
Threshold.jpg
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 1:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב מ'וועט זאגן אז ווי מער שפראכן מ'קען האלבוועגס אלץ נארישער איז מען, וועט מען שוין זייער גוט פארוואס חרדים זענען געווענליך נאריש מ'קען אביסל אידיש, אביסל ענגליש, אביסל לשה"ק און אביסל אראמיש, ס'ווערט איין גרויסע געמויזשאכטס און מ'קען נישט גארנישט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 8:49 pm
דורך נקודת-אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וועט זאגן אז ווי מער שפראכן מ'קען האלבוועגס אלץ נארישער איז מען, וועט מען שוין זייער גוט פארוואס חרדים זענען געווענליך נאריש מ'קען אביסל אידיש, אביסל ענגליש, אביסל לשה"ק און אביסל אראמיש, ס'ווערט איין גרויסע געמויזשאכטס און מ'קען נישט גארנישט.
אזוי קענט איהר אראפ-קוקן חרדים אן צו זיך פיהלן שלעכט אז דו קוקסט אן א מענטש לויט זיין ראסע
וויבאלד די זאכן וואס דו האסט פיינט אין זיי (אונז?) איז נישט געוואוגן אין אפשטאם נאר אין די תערובת השפראכן דידן.
לאל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:56 pm
דורך אישתישבי
נאך מער,
מען קען פיר האלבע שפראכן
לשון קודש
אראמיש
אידיש
ענגליש
קען מען זיך פארשטעלן ווי נאריש מען ווערט פין קענען פיר האלבע שפראכן?
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 11:32 am
דורך הרב שיף
איך האב א חבר וואס קען א אנטווערפענע אידיש, א ענגלישע ענגליש, און א ישראלישע העברעאיש, און איז טאקע גאר א קלוגער.
מייין שאלה פארוואס קען איך נישט קיין אידיש, קיין ענגליש, קיין עברית.
ווייל איך האב א שוואכע קאפ! קומט אויס אז נישט דאס קענען צוויי שפראכען מאכט קלוגער, נאר די קלוגע קענען גוט צוויי אדער מערערע שפראכען.
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 4:27 pm
דורך דיכטער
איז נאכאמאל. דאס קענען מערערע שפראכן, מאכט אז מען זאל קלוגער ווערן אדער קלוג זיין ברענגט צו קענען מערערע שפראכן?
דאס איז דער שוועסטער-קינד פונעם אלטגעזעצענע קאווע-קאקאשקעיק פראבלעם מיט וועלכע דער זקן האט זיך אנגעטראפן נאכן דאווענען ווען ער האט זיך אוועקגעזעצט מיטן הייסן גלעזל און געטינקען פונעם תיקון דערין ביז ווען דער קאווע האט זיך געענדיגט און אזויווי ער איז נאך פארבליבן מיט א פאר'יתום'טע חתיכה אין האנט, האט ער פארבעטן אן אייניקל זיינע, איבערצופילן דאס גלעזל און דאן האט זיך דער קוכן גענעדיגט פארן קאווע און ער האט ערפילט דעם חלל מיט א פרישע שטיקל, וחוזר חלילה וחס...
עס ארבעט ווי א קרייז. קלוגער האבן א גרעסערע שאנס אויפצוכאפן נייער שפראכן וועלכע געבט זיי ווייטער אן אויבערהאנט אין זאמלען נאך חכמה וואס פארגרינגערט פאר זיי דאס לערנען ווייטער.
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 5:32 pm
דורך סיסטעם
אישתישבי האט געשריבן:נאך מער,
מען קען פיר האלבע שפראכן
לשון קודש
אראמיש
אידיש
ענגליש
קען מען זיך פארשטעלן ווי נאריש מען ווערט פין קענען פיר האלבע שפראכן?
און א פיפטל דויטש...
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 5:57 pm
דורך שעפטאל
IQ איז די הויעכקייט פון די cognitive abilities
די פאקט אז די מענטש איז אפען זיך לערנען א נייע שפראך און האט דעם נייגער דערפאר ווייזט אויף זיין העכערע לעוועל
פון די אנדער זייט. שטודיעס צייגן אז זיך לערנען א נייע שפראך [די טשעלענדש] האט א גוטע עפעקט אויף די קאגנעטיוו עבילעטיס
[הרב דיכטער האט עס שוין געשריבן מיט זיין זיסען קאקש קעיק-קאווע משל]
[נ.ב. לויט דעם זיך לערנען א האלבע שפראך - מאכט אויך קליגער]
קומט אויס אז די קלוגע ווערן נאר קלוגער [יהיב חכמה לחכמים]
כ'ווינדער זיך וועלעכע שפראך איז די מערסטע ניצלעך צו קענען נאך די גלאבאלע ענגליש, [און פאר די פרומע, נאך אידיש, לשון הקודש, עיברית, ארמיש]
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
קול גדול האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
ס'איז דא א טעם (ענטפער/סיבה) אויף דעם אויך...!
עיין ב'קארל מארקס,ימ"ש.
נאר די צוויי רעזידענט אינטעלעקטואלן פון קאווע שטיבל פראפעסאר, פילאזאף און חכם הכולל הרב מי אני. און דער דיכטער הנקרא דיכטער. שליט"א. (קענען וויסן דעם ענטפער.) נו... רופטס ענק אן... איך ווארט...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:39 am
דורך הרב שיף
שעפטאל האט געשריבן:IQ איז די הויעכקייט פון די cognitive abilities
די פאקט אז די מענטש איז אפען זיך לערנען א נייע שפראך און האט דעם נייגער דערפאר ווייזט אויף זיין העכערע לעוועל
פון די אנדער זייט. שטודיעס צייגן אז זיך לערנען א נייע שפראך [די טשעלענדש] האט א גוטע עפעקט אויף די קאגנעטיוו עבילעטיס
[הרב דיכטער האט עס שוין געשריבן מיט זיין זיסען קאקש קעיק-קאווע משל]
[נ.ב. לויט דעם זיך לערנען א האלבע שפראך - מאכט אויך קליגער]
קומט אויס אז די קלוגע ווערן נאר קלוגער [יהיב חכמה לחכמים]
כ'ווינדער זיך וועלעכע שפראך איז די מערסטע ניצלעך צו קענען נאך די גלאבאלע ענגליש, [און פאר די פרומע, נאך אידיש, לשון הקודש, עיברית, ארמיש]
די וואס מען רעדט אין טשיינע.
ספאניש
פראנצויזיש.
אראביש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 6:12 pm
דורך שעפטאל
פארוואס דוקא דעי שפראכן