בלאט 1 פון 1

ווער ווייסט די ווערטער פון דעם ניגון?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:43 am
דורך מורינו הרב
איך האב געטראפן א הערליכע קליפ, געזינגען שטארקע שירי דביקות וכסופין.

עס איז מיר שטארק געפאלן דעם ניגון וואס זיי זינגען צווישן 25 און 30 מינוט. עס קוקט אויס א ניגון אויף אידיש, אבער איך קען נישט אויפכאפן די ווערטער.

אויב איינער קען זיין א מזכה את הרבים און אראפברענגען די ווערטער, וועל איך אים מכיר טובה זיין דערויף.

פאלגענד איז די קליפ:
http://www.youtube.com/watch?v=4Z_QaFcYPx4

ווער קען אראפשרייבן די ווערטער פון דעם ניגון אויף מינוט 22 און ווייטער?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:18 am
דורך שמעקעדיג
איך קען נישט דעם ניגון, אבער איך וואלט זייער געוואלט זיך געפינען דארט און מיטזינגען!
מיט אזא התרגשות!

אין אמעריקע טרעפט מער כמעט נישט אזוינס, אויב בכלל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:24 am
דורך איך אויך
דער ניגון מה יתרון לאדם(ביי 00 :30) איז א סימפל ניגון אבער עס שניידט פון מיר שטיקער, איך בין מיך נוהג צו גיין יעדעס יאר סוכות באזוכען מיין קרוב א ליטוואק כדי צו זינגען מיט עם דעם ניגון בהתעוררות, ער זינגט עס מיט אביסעל אנדערע ווערטער און קנייטשן אבער דער מעסעדש איז דער זעלבער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:29 am
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען נישט דעם ניגון, אבער איך וואלט זייער געוואלט זיך געפינען דארט און מיטזינגען!
מיט אזא התרגשות!

אין אמעריקע טרעפט מער כמעט נישט אזוינס, אויב בכלל.

זאג איבער די ווערטער און דערנאך זאג מיר וויאזוי מענטשען האבן געקענט פאר א סעקונדע דאס גלייבען. (אן אריינגיין אין די פילע פראבלעמאטישע חלקים פון יענע חצר) ווער עס קען דעם איד ווייסט עס איז נישט במציאות עס זאל כלל קלעבן, דער איד עסט קוים כדי חייו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:34 am
דורך איחוד פעלד
אמת, גאר א שטארקע התעוררות.
אין אמעריקא איז דא קומזיצען אויך דא אין דארט פאר שעות ארוכות מיט התעוררות שאין כמוהו. פרעג דיך נאך וועסטו טרעפען.

דארט איז דא איין גרויסע חסרון, אדער צוויי.
ראשית די מוזיק, איז עקסטערע און מאכט קליא.
שנית די זינגער.
א התעוררות ביי א קומזיץ ווען דער עולם צופייערט זיך, נישט מיט א זינגער און מוזיק.


ועוד, וואס קוקט דער רבי אריין אין א ספר און אמאהל פאפירען בשעת'ן זינגען?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:44 am
דורך איחוד פעלד
ווערט איז דער גיחזי וואס מאכט מיט דער הענט דער עולם זאל זינגען העכער?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:50 am
דורך איחוד פעלד
די לעצטע מינוט כאפט אזא עקעל. אויש.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:28 pm
דורך מורינו הרב
אויך די דרייסיגסטע מינוט, ווען מען זעט אים אין גרויס - די מאדנע פאקסן וואס ער מאכט מיט די מויל איז זייער אינטערעסאנט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:24 am
דורך מורינו הרב
נו, קיינער קען נישט ענטפערן די ווערטער פון די ניגון?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:05 am
דורך איחוד פעלד
איחוד פעלד האט געשריבן:די לעצטע מינוט כאפט אזא עקעל. אויש.

איך רעד פין דער ווי זיי פלעדזען אליגענס צו ר' נחמן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:28 pm
דורך פרומאק
ווייסט איינער אויב ער נעמט געלט פון די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
פרומאק האט געשריבן:ווייסט איינער אויס ער נעמט געלט פין די מדינה?


ביסטו פאררוקט? ער נעמט געלט פון די מדינה? זעסטו נישט אז ער איז רעליגיעז, ער האט א שטריימל, (וואס איז אנשטאט די עדיים מהר חורב) און איז פרום?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:12 pm
דורך מורינו הרב
פרומאק איז נתפעל געווארן פון דער ווידיא, און קלערט זיך צוצוקלעבן און נשפע ווערן פון אים, אבער איין מינוט... איין זאך דארף מען נאך מברר זיין... נעמט ער געלט פון די מדינה הטמאה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:39 pm
דורך מורינו הרב
נו, קיינער ווייסט טאקע נישט די ווערטער פון די ניגון?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:39 am
דורך shefele
מורינו הרב האט געשריבן:נו, קיינער ווייסט טאקע נישט די ווערטער פון די ניגון?

דער ניגון איז "אתה בן אדם" פון הרה"ק מקאליב

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:45 am
דורך zurich
בכלל האט ברעסלאוו גאר שטארקע און ווארעמע ניגונים..

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:36 am
דורך מורינו הרב
shefele האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:נו, קיינער ווייסט טאקע נישט די ווערטער פון די ניגון?

דער ניגון איז "אתה בן אדם" פון הרה"ק מקאליב


וואו קען איך זען די ווערטער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:29 am
דורך הדד בן בדד
קופערניקוס האט געשריבן:
פרומאק האט געשריבן:ווייסט איינער אויס ער נעמט געלט פין די מדינה?


ביסטו פאררוקט? ער נעמט געלט פון די מדינה? זעסטו נישט אז ער איז רעליגיעז, ער האט א שטריימל, (וואס איז אנשטאט די עדיים מהר חורב) און איז פרום?


זיין פראבלעם איז נעמען געלט פון די מדינה? דאס איז שוין פון זיינע מצוות...