בלאט 1 פון 1

איז די קולא מותר? (בלוטס-טראפ, זמן תפלה)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:09 pm
דורך גוטזאגער
א חבר זאגט מיר אז ער באקוקט נישט די בליצטראפען פון די אייער ווייל היינטיגע צייטען לאזט נישט די רעגירונג פארקויפן אלס געזונטהייט אויס אזעלכע אייער וואס האט א שטארקע בליטראפ און די מילדערע טראפן איז נישט קיין פראבלעם להלכה, איז די קולא אויסגעהאלטן?

איך פרעג עס דא און נישט קיין דיין, איינס ווייל איך וויל וויסן צו במציואת איז עס טאקע אזוי, צווייטנס ס'איז מיר נישט נוגע למעשה, מיין טאטע האט באקוקט וועל איך אי"ה אויך ווייטער באקוקן (בליצטראפען האט עפעס מיט בליצען?)

נאך א זאך, וואס איז די היתר וואס חסידים דאווענען שפעט? די חסיד'ישע מעשיות אויף פארפאסן דעם זמן תפלה קען איך אדורך און אדורך, איך בין נייגעריג אויף א הלכה'דיגע הסבר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:16 pm
דורך נס קאווע
בלוט'ס טראפ האט מיט בלוט, שוין גיהערט דערפון אבער נישט א קולא הלכה למעשה, קאמערשעל איז דא א היתר פון האלטן די אייער און קוקן אויב עס שווימט ארויף, אינדערהיים זענען די אידענעס מקפיד איסערצודרייען דריי מאל זיכער צו מאכן אז עס האט א בלוט'סטראפ

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:42 am
דורך איך אויך
די סיבה פארוואס מען טרעפט היינט כמעט נישט קיינע בליצטראפן איז נישט אזוי ווייט די רעגירונג רעגולאציעס ווי דאס אז די אייער ווערן געמאכט אומנאטירלעך, מען לעשט און צינדט אן די לעקטער אין די הינער שטייגן עטליכע מאל א טאג מען איז זיי מחמם כדי זיי זאלן לייגען אייער עטליכע מאל א מעל"ע. עס קומט נישט פון א זכר ממילא איז נישט מעגליך עס זאל האבן א בליצטראפ.

ביי די 'פרי רעינג' אדער די ארגאניק אייער קען מען יא טרעפן מער בליצטראפן ווייל זיי ווערן פראדעצירט נארטירליך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:07 am
דורך געפילטע פיש
די אייער וואס קומען אן א זכר איז נישט "אומנאטורליך", פונקט ווי די אייער פון יעדע נקיבה ווערן פראדעצירט אומאפהענגיק אין דעם אנוועזענדהייט פון א זכר. די אייער וואס ווערן פראדעצורט היינט זענען אומפערטיליזירט טאקע דערפאר ווייל ס'געפונגען זיך נישט קיין זכרים אין די אייער פראדוקציע פלאנטס. די עיקר שאלה פון בליטס טראפ איז ביי פערטיליזירטע אייער, וואס דעמאלס ווערט די גאנצע איי אסור, למעשה פירט מען זיך אז מ'נוצט נישט די גאנצע איי אפילו ביי אומפערטעלעזירטע אייער.
די אייער אין די פלענטס גייער אריבער א שטארקע לייט, וואס רופט זיך Candling, און א בלוטס טראפ און אנדערע דיפעקטס ווערן געווענליך ארויסגענומען אין די פראסעס, וועגן דעם וועט מען כמעט נישט טרעפן קיין בלוטס טראפ היינט.
אין א פאל ווען ס'איז אוממעגליך צו טשעקן אייער, למשל געבראטענע אייער, אדער אמאליגע צייטן ביינאכט ווען מ'האט נישט געקענט טשעקן די אייער מעג מען נוצן אומבאקוקטע אומפערטעלעזירטע אייער אויך ווייל מ'פארלאזט זיך אויף רוב.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:19 pm
דורך פרומאק
בעסער אז מען קוקט, אז נישט קען מען חלילה נכשל ווערען אין דער הארבער איסור פין דם.
אפילו די גאנצע איי איז נישט אסור, אבער דאס בלוט איז זיכער אסור.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:50 pm
דורך פרענטש וואנילע
איך ווייס נישט וואס ס'האט מיט די פראצעדור וויאזוי די אייער ווערען באשאפען, אבער מ'טרעפט היינט פלענטי בליץ טראפען (בלוטס טראפן) היינט צוטאג..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:54 pm
דורך פרענטש וואנילע
זמן תפילה איז א טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך, ווען איינער איז א אונס אדער ער איז טרוד אין א מצוה עוברת איז דא א היתר צו דאווענען ביז חצות, אבער דאס וואס טייל טרעטען אזוי גלייכגילטיג אויף דעם גאנצען זמן תפילה כאילו סאיז א מידת חסידות איז א פוסטקייט אדער אומוויסענהייט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:18 pm
דורך איך אויך
פארצייל איך דיר אז מען טרעפט היינט כמעט נישט קיין בליץ טראפ אין פארגלייך צו אמאל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:22 pm
דורך שמעקעדיג
יאנקל האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:זמן תפילה איז א טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך, ווען איינער איז א אונס אדער ער איז טרוד אין א מצוה עוברת איז דא א היתר צו דאווענען ביז חצות, אבער דאס וואס טייל טרעטען אזוי גלייכגילטיג אויף דעם גאנצען זמן תפילה כאילו סאיז א מידת חסידות איז א פוסטקייט אדער אומוויסענהייט...

ס׳איז טאקע א טרוקענע הלכה, אבער מ׳קען נישט אוועקמאכן דעם ״פוק חזי מאי עמא דבר״. אז היינט איז שטארק אנגענומען נישט מקפיד צו זיין אויף זמן תפילה איז דאס אליין א פרעצעדענט און א היתר אויף וועלכן מ׳קען זיך פארלאזן.

?????
מהיכי תיתי?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 9:18 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר דאס קען אויך זיין א שטיקל הילף.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:38 pm
דורך באשטעטיגט
די דרך פקודיך זאגט אז מטאר נישט נאכמאכען דיין רבי ווען סקימט צו הלכה אין שו"ע, למשל זמן קרו"ש אין תפילה אפי די רבי הייסט דיר נאך טיהן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:05 am
דורך michel
יאנקל האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:זמן תפילה איז א טרוקענע הלכה אין שולחן ערוך, ווען איינער איז א אונס אדער ער איז טרוד אין א מצוה עוברת איז דא א היתר צו דאווענען ביז חצות, אבער דאס וואס טייל טרעטען אזוי גלייכגילטיג אויף דעם גאנצען זמן תפילה כאילו סאיז א מידת חסידות איז א פוסטקייט אדער אומוויסענהייט...

ס׳איז טאקע א טרוקענע הלכה, אבער מ׳קען נישט אוועקמאכן דעם ״פוק חזי מאי עמא דבר״. אז היינט איז שטארק אנגענומען נישט מקפיד צו זיין אויף זמן תפילה איז דאס אליין א פרעצעדענט און א היתר אויף וועלכן מ׳קען זיך פארלאזן.


it reminds me of a story with the bais yisroel z"l,
that he once saw a chusid before davening turning around in shul back and forth,
so the bais yisroel asks him why aren't you davening yet
so the chusid answers i stil have to be myself michen before, and besids now i'm working on my moichin
so the bais yisroel tells him in my opinion you should do the michen and the moichin in the same time.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:53 pm
דורך היימישער ליטוואק
לגבי בלוטס טראפ אין אייער בזמן הזה. זעט די תשובה פון מרן הגר"מ פיינשטיין זי"ע

שו"ת אגרות משה יורה דעה חלק א סימן לו

בענין ביצים שבמדינה זו שנולדים שלא ע"י זכר שנמצא בהן דם.

עש"ק ור"ח מנ"א תשי"ז. מע"כ ידידי הנכבד מאד הרה"ג יהודה דיק שליט"א.

מכתבו מה' פינחס קבלתי והנה בדבר הביצים נודעתי שהם כספנא מארעא שאין נקלטות להוליד אפרוחים וממילא אין להם האיסור בנמצא בהם דם על כל הביצה אלא לזרוק את הדם בלבד. אבל ראיתי אתמול פארמער שעוסק בביצים ואמר לי שיש פארמערס שעוסקים בתרוייהו, להרבות ביצים שלאלו אין רוצים שיבואו מזכרים משום שמתקלקלים מהר, ועוסקים לגדל אפרוחים שלאלו מגדלים זכרים ומחזיקים אלו במקום אחר ואלו במקום אחר. ופארמער כזה כשיש להם הרבה ביצים יותר מכפי שצריכים לגדל אפרוחים מוכרים גם את הביצים שנולדו מזכרים בתוך הביצים שבלא זכרים אבל הם פחות הרבה מאלו שבלא זכרים כי מרובם מגדלים אפרוחים ובכלל אלו שבלא זכרים מרובים יותר וא"כ הוא רוב גדול בביצים הנמכרים אלו שבלא זכרים אף מפארמערס אלו. והרבה פארמערס אין עוסקים כלל לגדל אפרוחים ואלו אין להם כלל זכרים וכל הביצים שלהם הם שלא מזכרים ונמצא שמהנמכרים בשוק עוד הוגדל הרוב למאד שהם מאלו שבלא זכרים שאין נקלטות שהדם אין אוסר כל הביצה. ולכן ודאי יש מקום להתיר סתם ביצים במדינה הזאת מדין רוב. וא"צ לדין נאמנות של מסיח לפי תומו שלא לאסור כל הביצה ויסגי בזריקת הדם, שמצד נאמנות דמסל"ת לא היה מועיל להסוברים דם ריקום דאורייתא, ורק משום שלרוב הפוסקים הוא דרבנן ואף להסוברים דאורייתא הוא רק ספק דשמא אינו מריקום עיין בש"ך סי' ס"ו סק"י וגם הא דאסורה כל הביצה יש שסברי דהוא רק מדרבנן עיין במטה יהונתן לכן כתבתי שהיו יכולין לסמוך על מסל"ת. אבל עתה א"צ לזה דהוא רוב גדול טובא ויש מדינא לילך בתר רובא.

אבל למעשה כיון דבביצה לא נחשב לרובא דרובא האנשים הפסד כלל וכדחזינן שהחמירו בביצה כל השיטות אף שהוא רק דרבנן שהיה לנו לילך להקל, מה שלא מצינו זה בשאר דברים אף באיסורים דאורייתא לכן כיון שעכ"פ איכא מעוט דבאים מזכרים שהדם אוסר כל הביצה מן הראוי להחמיר אף שאין זה מדינא.

ועיין בפ"ת סק"ב בשם תפל"מ שגם במקומותינו ביוראפ היה ספק על כל הביצים אם הם ספנא מארעא (אף שתמוה לע"ד דהא צריך שלא יהיה תרנגול עד ס' בתים כדאיתא בביצה דף ז' או שסגורה בלול ולא היה אפשר לבא שם תרנגול כדאיתא בחדושי רעק"א וזה לא היה מצוי במקומותינו ואולי כוונתו במקומו דוקא) ומסתפק מחמת זה להתיר בתערובות או דלא שכיח כולי האי שיהיה דם בספנא מארעא כמו בביצים שבאו מזכר והוי איסורא שכיח טפי. וא"כ לדידיה אולי אף במדינתנו עכשיו שהרוב גדול הוא מספנא דארעא נמי אלו שנמצאו בהן דם הוו יותר מהמעוט הקטן שבאים מזכרים שיש לאסור גם מדינא. אבל לא מסתבר כלל לומר נגד רוב גדול כזה שאלו שיש בהן דם יהיה הוכחה שהם מזכרים כיון שגם באלו שמספנא דארעא מיקרי שיש בהן דם ולכן רק לענין מחצה על מחצה מסתפק התפל"מ ולא כשרוב גדול טובא הוא מספנא דארעא. וגם לפי מה שאמר לי הפארמער מצוי בספנא מארעא שיהיה בהן דם כמו באלו שבאים בזכרים ואין ספקתו של התפל"מ כלום דלא נסתפק מאיזה מקור אלא בספק בעלמא משום שלא בדקם. ולכן כיון שהפארמער בחן זה שיש לו אלו ואלו ובודקים היום את הביצים דרך דבר שרואים אם יש שם דם ואמר שאין חלוק לענין זה נתברר שאין ספקו כלום. ולכן מדינא אין בידנו לאסור אבל מ"מ יש להחמיר כדלעיל.

אך לענין התערובות אף חד בחד וכן בנתבשלו אף רק שני ביצים ואפילו ידוע שהנמצא בה דם היא הגדולה וכן הכלי אף שנתבשלה לבדה אין להחמיר לאסור אף לבעלי נפש בסתם ביצים במדינתנו כל זמן שלא ידוע ודאי שהיא באה מזכר. ואם אירע שהיה דם בקשר החלבון וחוץ לקשר וגם על החלמון שאם היא ביצה שבאה מזכר היתה אסורה לכו"ע אולי יש להחמיר אף בסתם ביצים דמדינתנו גם מדינא דאולי דם כזה לא מצוי שיהיה אלא מריקום אפרוח שזהו הוכחה שהיא מזכר, דמאחר דאופן כזה לא מצוי כלל קשה לבחון הדבר ולא ידוע שנמצא זה לפעמים גם בשל ספנא מארעא ושייך להסתפק בזה כספקת התפל"מ אף בפה שהרוב גדול הם מספנא דארעא ויש נ"מ לענין התערובות ולמה שנתבשל עמה שאולי נצטרך להחמיר באופן כזה. ידידו מוקירו, משה פיינשטיין.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:23 am
דורך נו גוט נו
אינטערסאנט ווייל ביז אפאר יאר צוריק פלעגט מען נאך טרעפן און גרויסן בליץ טראפן, לעצטענס טרעפט מען אפילו נישט איינץ פאר א רפואה, פאר א פאר יאר צוריק איז דאך שוין אויך געווען די גאנצע זאך אז מ'נעמט ארויס אייער דורכן טאג מיטן מאכן טינקל און ליכטיג, ווואס איז פשט אז אמאל איז נאך יא געווען און היינט איז שוין נישט דא קיין בליץ טראפן אלא מאי אז נאך עפעס ליגט דערינטער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:48 pm
דורך איך אויך
פרעג פרענטש וואנילע ,לויט עם טרעפט מען נאך היינט אין גרויסן.