בלאט 1 פון 2

היסטאריע פון דעם שטריימל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:45 am
דורך יאיר
עס איז ארויסגעקומען לעצטנס א נייער ספר מיט'ן נאמען "הלבוש היהודי באירופה במהלך הדורות". דער מחבר, הרב מנחם מקובר, טוט א שיינעם ארבעט ביים מלקט זיין די היסטאריע פון אידישע מלבושים און די קאנטראווערסיעס און גזירות בשייכות דערמיט. איך וואלט געראטן יעדן היסטאריע ליבהאבער צו כאפן א בליק דערויף.
אין איינע פון די נספחים איז ער חוקר די היסטאריע פונ'ם שטריימל. עס שטעלט זיך ארויס אז דער שטריימל איז א גוי'אישער מלבוש וואס די רייכע פריצים פלעגן גיין אין מזרח אייראפע, און לכבוד שבת פלעגן די אידן אנטון דער שיינער, פריצי'שער הוט פון עכטן פעל. ער ברענגט פון רבי יצחק ברויער ז"ל אז ער רעדט זיך אפ הלמאי די חסידישע אידן זאגן אז דער יעקישער הויכער צילינדער איז מאדערן. דער שטריימל, שרייבט הרב ברויער, איז פונקט אזא גוי'אישער מלבוש, און די אידן האבן עס אדאפטירט כדי צו מכבד זיין דעם שבת. ער שרייבט אז אדרבה, אידן פלעגן גיין דעם צילינדער אין דייטשלאנד כאטש וואס עס האט אפטמאל געפילט אומבאקוועם, ווייל ווי קומט א פשוט'ער מענטש צו גיין א הוט וואס באלאנגט פאר א חשוב'ער מיניסטער, דאך זענען זיי עס געגאנגען לכבוד שבת.

איך קלער אז לויט דעם איז אפשר כדאי צו מתקן זיין מען זאל אנהייבן גיין לכבוד שבת מיט א שיינער, קורצער אנצוג און א געפרעסטער שניפסל, די מכובד'יגע מלבושים אין אמעריקע, ווי עס פאסט פאר דער הויכגעשעצטער עם הנבחר אין דעם אויסדערוועלטן טאג, כאטש דאס פילט אביסל אומבאקוועם פאר אונז היימישע אידן. מיר זענען דאך נישט שוואכער ווי די יעקישע אידן. און אודאי זאל מען נישט גיין שבת מיט א גרויסן פעלענעם הוט וואס א דורכשניטליכער מענטש היינטיגע צייטן קוקט דאס אן אלס א בזיון און א פחיתות הכבוד. ווער רעדט נאך אויב עס איז זומער, דאן מאכט ער דאך פשוט פורים פון זיך. דאס פאסט נישט פאר דעם הייליגן שבת.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:58 am
דורך שמעקעדיג
ווילסטו אונטערברענגען די שטריימל סוחרים, היל"ת?
און צושטערן יעדן חתן'ס חלום?....

אגב, ווייסע זאקן קומט אויך פונעם זעלבן אופן. ס'איז אדאפטירט פון די אומה"ע.
אבער ס'ענין ווערט געברענגט פון אר"י הק' אז שבת זאל מען גיין מיט 4 אדער 5 בגדי לבנים.

די טאשטיכל (שמוציגע...) עפאכע איז שוין פארשוואונדן געווארן, מען האט פעסט משנה געווען מדרכי אבותינו....

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:16 am
דורך לעיקוואד
חשיבות בעיני אוה"ע גייט מיר קנאפע אן. אין אונזער קרייז הייסט דאס חשוב גיין א שטריימל מיט א לאנגע בעקיטשע מיט וייסע זאקן איז מען מיט דעם מכבד את השבת. [והא ראיה, קוק יעדער רבישע אייניקל טוהט זיך אן א בעקיטשע מיט קורצע הויזן אינדערוואכן, איז א סימן אז ביי אונז הייסט דאס מכובדיג]
אבער פראקטישקייט דאס איז יא א טענה, גיין אינמיטן זומער מלבושים וואס פאסט אפשר ווינטער אין סיביר איז ממש א געלעכטער און היפך עונג שבת. ווי אויך צו צאלן כמה טויזענטער אויף א שטריימל [וואס איז אגב נישט דומה בכלל צו די שטריימל וואס אונזערע זיידעס זענען יא אדער נישט געגאנגען] איז א שאד די געלט ממש.
סוואלט געדארפט קומען עפעס א רבי/מנהיג מיט גאטס און איינפירן עפעס מלבושים וואס מאכן מער סענס.
נאכמער, וואלט מען געדארפט אינגאנצן מבטל זיין דיי הייליגקייט פון די לבוש ביי אונז. זאל יעדער גיין וויאזוי עם שמעקט און פארטיג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:58 am
דורך יואליש
שניפסל בו תשוב, שניפסל בשבת תענוג, ר"ת שבת

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:23 am
דורך שמעקעדיג
שטריימל בשבת תענוג איז דאך גארנישט אנדערש

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:27 am
דורך איחוד פעלד
שטריימעל אדער שניפסיל בשבת תלבש, וואס עפעס תענוג?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:34 am
דורך געפילטע פיש
אוודאי קומט עס פון די פלעצער ווי אונזערע זיידעס האבן געוואוינט, וואס דען האסטו געמיינט? אז אלע שניידערס פון אונגארן ראמעניע פוילן האבן זיך צאמגעזעצט אויף א זיצונג מיט די וועד ארבע ארצות און אפגעמאכט אז מ'גייט מאכן G&G סוטס, און די הוט איז געבליבן א מחלוקת, טייל האבן געוואלט די שטאפענעם הוט, אנדערע דעם ברייטן פלאכן און אנדערע די הויכע ביבער הוט? פון ווי דעם קומט עס?

איך ווייס נישט פונקטליך ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע "לבוש" עפאכע, קען זיין נאכן קריג ווען אידן שברי כלים האבן אימאגרירט צו פרעמדע לענדער ווי מענטשען האבן געטראגן מאדנע "מאדערענע" קליידער און די קאלטור שאק איז געווען צו גרויס, האבן זיי זיך אריינגעקלאזעט איז וועס זיי האבן געזען אין דעם אלטן היים ווי זיי האבן זיך אזוי שטארק געבענקט.

שמעקעדיג און איחוד האקן, שיפע-טאשן בשבת תענוג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:35 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג בשבת תענוג..

אלע זענען מודה אז "געפילטע פיש" בשבת תענוג..
און נישט נאר שבת, נאר א גאנץ יאר...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:56 am
דורך בן תמליון
דער קדושת יום טוב האט אמאל געזאגט אז בעצם איז נישטא קיין סיבה צו גיין דוקא מיט א שטריימל שבת נאר דער פאקט אז יעדעס האר שטעכט אויס די אויגן פון די משכילים ווייזט עס איז א הייליק ענין. דוכט זיך עס שטעכט שוין נישט מער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:34 pm
דורך יידל
אוי ווי עס שטעכט...

א שיינע מעשה (אמת'דיק? ווייס איך נישט)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:53 pm
דורך שלזינגרוביץ
דער הייליקער בעל שם טוב איז געזעצן שבת מיט זיינע תלמידים פארטיפט אין הויכע דערהייבענע געדאנקן.

מיטאמאל האט ער באפוילן אלעמען זאלן פארמאכן די אויגן. אלע האבן אזוי געטאן.
וואס זעט איר - האט דער בעל שם זיי געפרעגט?
אן אקס מיט א שטריימל אויף די הערנער! האבן זיי אלע אינאיינעם גענטפערט.

האט זי דער בעל שם מסביר געווען: אט דאס איז א פראסטער בעלבאס וולעכער זיצט שבת ביי זיך און שטיב צו דעם טיש און פרעסט און זויפט אריין און איז אין גאנצן שקוע אין תאוות האכילה אקוראט ווי א בהמה - צוליב דעם האט איר געזען א בהמה. אלא מאי? דער שטריימל וולעכער איז א הייליקע שבת'דיקע מלבוש קען נישט נשתנה ווערן אין ס'איז געבליבן א אקס מיט א שטריימל...

סהדי במרומים: כ'האב די מעשה נישט אויסגעטארכט - כ'האב דאס געליינט ערגעץ ווי מיט ארום דרייסיק יאר צוריק. אבער איך געדענק נישט אוו.

כ'אליין גיי אויך א שטריימל און איך חלש דאס אוועק צו ווארפן אויף אלדי רוחות. אבער, ווי נישט ווי, איך און אפשר אפשר אויך מאנכע פון אייער קהילה זיינען נישט מער ווי אקסן מיט א שטריימל אויפן קאף.

המשך הנ"ל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:12 pm
דורך שלזינגרוביץ
אט דא קענט איר לייענען דעם סיפור:

http://chabad-il.org/sh/801-900/sh843.htm

"...ידוע הסיפור (ספר-השיחות ה'תש"ב עמ' 7) שהבעל-שם-טוב הורה בשבת אחת לתלמידיו לעצום את עיניהם והם ראו פתאום בעיני-רוחם שור חובש 'שטריימל'. הסביר להם רבם, שזו דמותו של יהודי שיושב ואוכל בשר-שור לכבוד שבת, אך במקום לחוש את השבת הוא מרגיש את בשר-השור, וידוע הכלל: "במקום שרצונו של אדם, שם הוא נמצא"...."

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:13 pm
דורך פערינא
די ספר איז זייער שוואכע ארבייט איך האב עס אויפגעהערט ליינען ביי די ערשטע קאפיטלען
מדארף נישט האבן רב ברייער אלץ מקור פאר די היסטארי פון די שטריימעל, עס איז א ברייט באקאנטע עסק אז די שטריימל איז א אינווענשען פון פראדא און גוטשי פון די מיטל אלטער

נאט אייך איינס אזא סעמפעל, פון צווישען פול אנדערע, די איז פון די רוסישע מלכים
http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:39 pm
דורך פערינא
די שור איז חובש שטריימל בראשו מרמז צי זיין אז אויף די הערד מענטעליטי ביי אונז. קיינע פון אונזערע מנהיגים האט די ביצה שלא נולדה זיך אויפוועקען פון די חלום און אראפלייגען אביסעלע קאמען סענס, עטליעסט און די ביטערע היצן קען מען די שטריימל אוועק שטעלען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:19 pm
דורך יאיר
פערינא האט געשריבן:די ספר איז זייער שוואכע ארבייט איך האב עס אויפגעהערט ליינען ביי די ערשטע קאפיטלען
מדארף נישט האבן רב ברייער אלץ מקור פאר די היסטארי פון די שטריימעל, עס איז א ברייט באקאנטע עסק אז די שטריימל איז א אינווענשען פון פראדא און גוטשי פון די מיטל אלטער

נאט אייך איינס אזא סעמפעל, פון צווישען פול אנדערע, די איז פון די רוסישע מלכים
http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap


אדרב לאמיר הערן פארוואס דו האלטסט אז עס איז א שוואכע ארבעט. עס איז טאקע נישט ספעציעל גוט געשריבן אדער עפעס מורא'דיג באארבעט, און ער ברענגט געוויסע נארישע מקורות, אבער דער בליק וואס איך האב באקומען נאכ'ן אריינקוקן דערין איז געווען א פאזיטיווער. קען זיין אז איך בין פשוט געווען קלוג אויסצולאזן די ערשטע פרקים :D
דער חידוש וואס איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט איז אז מען האט ספעציעל אנגעטון לכבוד שבת א גוי'אישער מלבוש פון די גוי'אישע פריצים. עס איז דאך ממש א חוכא ואיטלולא. אין אנהויב האט מען בכונה אדאפטירט א גוי'אישן מלבוש, און יעצט טאר מען עס נישט אויסטון ווייל עס איז א הייליגע מלבוש?!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:24 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:חשיבות בעיני אוה"ע גייט מיר קנאפע אן. אין אונזער קרייז הייסט דאס חשוב גיין א שטריימל מיט א לאנגע בעקיטשע מיט וייסע זאקן איז מען מיט דעם מכבד את השבת. [והא ראיה, קוק יעדער רבישע אייניקל טוהט זיך אן א בעקיטשע מיט קורצע הויזן אינדערוואכן, איז א סימן אז ביי אונז הייסט דאס מכובדיג]

איר זעט, דאס גרעניצט זיך מיט אפלאכן פון אונזערע פריערדיגע גדולים. אויב זיי האבן געפינען פאר וויכטיג צו אנטון א מכובד'יגער מלבוש פון די גויים, מסתמא אלס וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, פארוואס דארפסטו זיין קלוגער ווי זיי און זאגן אז עס גייט דיר נישט ווי אזוי דער גוי באטראכט דיר?
איי, ר' לעיקוואוד, מען זעט פון וואו איר קומט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:26 pm
דורך חאצקל
עס איז אנגענומען א לעגענדע אז מיט בערך 500 יאר צוריק אין אנהויב פון די צארישע עפאכע איז ארויס א גזירה אז אידן דארפן גיין מיט א שוואנץ פון א בעל חי אלב שאנד צייכן, און אידן האבן דאס ארום גערינגל דעם קאפ און במשך הדורות איז דאס געבליבן דער שבת לבוש (דער לעגענדע דערציילט נישט פארוואס עס איז געווארן א שבת לבוש, און אויך נישט וואס דער באדייט פונעם ווארט שטריימל איז)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:38 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:חשיבות בעיני אוה"ע גייט מיר קנאפע אן. אין אונזער קרייז הייסט דאס חשוב גיין א שטריימל מיט א לאנגע בעקיטשע מיט וייסע זאקן איז מען מיט דעם מכבד את השבת. [והא ראיה, קוק יעדער רבישע אייניקל טוהט זיך אן א בעקיטשע מיט קורצע הויזן אינדערוואכן, איז א סימן אז ביי אונז הייסט דאס מכובדיג]

איר זעט, דאס גרעניצט זיך מיט אפלאכן פון אונזערע פריערדיגע גדולים. אויב זיי האבן געפינען פאר וויכטיג צו אנטון א מכובד'יגער מלבוש פון די גויים, מסתמא אלס וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, פארוואס דארפסטו זיין קלוגער ווי זיי און זאגן אז עס גייט דיר נישט ווי אזוי דער גוי באטראכט דיר?
איי, ר' לעיקוואוד, מען זעט פון וואו איר קומט.

דו פארשטייסט טאקע נישט די חילוק פון אמאליגע גויים ביז היינטיגע גויים?
אמת איך בין אויפגעקלערט איך גלייב אין multi-culturism יעדער סעקטע האט א רעכט צו זיינע אייגענע משוגעתן און דמיונות. אמאל האט מען נישט אזוי געקוקט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:10 pm
דורך איך אויך
פערינא האט געשריבן:נאט אייך איינס אזא סעמפעל, פון צווישען פול אנדערע, די איז פון די רוסישע מלכים
http://en.wikipedia.org/wiki/Monomakh%27s_Cap

הלואי האט מיין שטריימל אזעלכע בריליאנטן און אדעל שטיינער, ווייסט וואס אפילו נאר די האלב בין איך אויך מסכם.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:21 pm
דורך פרומאק
א שטריימעל איז נישט חלילה א מלבוש פין גוים.
די מלך האט גוזר געווען א גזירה אויף אידען צו טראגען א ביליגער מלבוש אויף דעם קאפ.
און ווען די גזירה איז בחסדי השי"ת בטל געווארען האבען די אידען דאס אנגעטוהן שבת אלץ א זכר צום נס.

חס וחלילה צו זאגען אויף א בגד קדוש ווי א שטריימעל וואס דער סוד איז א ענין פין א קרוין צו טראגען שבת, זכר צו די עדים וואס די אידען האבען פארלוירען ביים עגל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:10 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה איז עס א הערליכער לבוש וואס לוינט זיך נישט אויפצוגעבן.
וואספארא טעם וועט א שבת האבן ווען מיר אלע גייען זיך אנטון א בענד-דאון... פורים אינדערוו- עממ, שבת.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:34 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה איז עס א הערליכער לבוש וואס לוינט זיך נישט אויפצוגעבן.
וואספארא טעם וועט א שבת האבן ווען מיר אלע גייען זיך אנטון א בענד-דאון... פורים אינדערוו- עממ, שבת.

מאכסט א דזשאוק? די איינציגסטע סיבה פארוואס דו האלטס אז ס'שיין איז וױיל ביזט געוואוינט דערצו, וואלטן ווען די חסידישע רבי'ס אין אייראפע איינגעפירט זיך צו מאכן די בארד לכבוד שבת אזוי:
בילד
אלס זע קלי ואנוהו, וואלסטו געהאלטן אז דאס איז שיין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
:לאךהויך: :לאךהויך: :לאךהויך: :לאךהויך: :לאךהויך: :לאךהויך:

איך וואלט אים היינט אויפגענומען פאר מיין רעבבע........