בלאט 1 פון 2

קאלירפולע בילדער פון אידן - צווייטע וועלט מלחמה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:57 am
דורך DotCom
אין די טעג האט לייף.קאם פארעפנטליכט פרישע זעלטענע קאלירפולע בילדער פון אידן אין די קוטנע געטא, א שטעטל אין (דאן נאצי אקופירט) פוילן, די בילדער זענען אלע געכאפט געווארן אין אנפאנג יאר ת"ש, אביסל שפעטער אינעם יאר זענען זיי פאטריבן געווארן אין געטא אריין, און אום תש"ב איז דאס גאנצע שטעטל מיט אירע 8000 איינוואוינער ליקווידירט געווארן עקד"ה, השם ינקום לעינינו נקמת דם עבדיו השפוך.

יוגא יעגער איז בימים ההם געווען פון די איינציגע פאטאגראפער אין די וועלט וואס האבן זיך שוין באנוצט מיט א קאלאר קעמרע, און זייענדיג א געלונגענער פאטאגראפער האט אים היטלער ימ"ש גענומען פאר זיין פערזענליכן פאטאגראפער, יעגער האט באגלייט היטלער איבעראל ווי ער איז געגאנגען, אנגעהויבן ביי זיינע פריוואטע משפחה צוזאמקומען ביז די נאצישע פראפאגאנדישע פייערונגען און מלחמה פראנטן, א ס"ה פון 2000 קאלער'דיגע בילדער האט ער געמאכט פאר נאצי דייטשלאנד, נאך דער מלחמה ווען בערלין איז געפאלן האט ער באהאלטן זיינע בילדער אין א רענצל און אנטלאפן.

אויפן וועג האבן אים אפגעשטעלט אפאר אמעריקאנער סאלדאטן, אויף זייער בקשה האט ער געפענט דעם רענצל, יעגער האט מורא געהאט אז זיי וועלן דארט טרעפן די אלע בילדער פון היטלער און זיי וועלן אים ארעסטירן אלס מלחמה קרימינאל און אלע בילדער וועלן פארלוירן גיין, אבער צו זיין מזל איז זייער בליק גאר געפאלן אויף א באטל קאניאק וויין וואס איז אויך געווען אינעם רענצל, זיי האבן זיך אויף דעם געלאזט וואוילגיין און יעגער האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און אוועקגעגאנגען און באגראבן די בילדער אינדרויסן פון שטאט מוניך, צען יאר שפעטער האט ער עס אויסגעגראבן און פארקויפט פאר'ן אמעריקאנען "לייף" מאגאזין , די ערשטע מאל "לייף" האט פובליצירט א חלק פון די בילדער איז געווען אין 2009 ביים 65'טן יארטאג פון "די-דעי", אט די בילדער האבן זיי נעכטן צום ערשטן מאל פובליצירט.

פארוואס יעגער דער פערזענליכער פאטאגראפער פון היטלער איז אראפגעפארן קיין פוילן מאכן בילדער פון אידן מיט דעלע לאטעס איז נישט באקאנט, מעגליך אז ער האט געוואוסט פון היטלער'ס "ענד-לעזונג" פלענער און ער האט געוואלט עס זאל פארבלייבן לזכרון קאלערדיגע בילדער פונעם אידישן פאלק אינעם געפלאנטן פראגער מוזעאום, אבער פון די בילדער זעהט נישט אויס אז די אידן זענען געצוואנגען געווארן זיך צו שטעלן פארן בילד, אלע קוקן זיי אויס צו זיין זייער רואיג און צופרידן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:59 am
דורך DotCom
.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:00 am
דורך DotCom
.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:02 am
דורך DotCom
.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:03 am
דורך DotCom
.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:16 am
דורך DotCom
קיין איינע פון די בילדער זענען נאך דערווייל נישט אידענטיפיצירט געווארן אויף לייף'ס וועבזייטל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:35 pm
דורך געפילטע פיש
האסט אויסגעלאזט איינס
בילד

איך זע דו האסט זיך געמיטשעט אראפצולאנדענען יעדע בילד און עס אפלאודען דא, אבי געארבעט דאפעלט. נעקסט טיים רייט קליק אויפן פיקטשער און סעלעקט Copy image URL און פעיסט עס אריין אין די תגובה מיט די Img קנעפל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:48 pm
דורך שמעקעדיג
מיין פילטער לאזט נישט אדורך דיינע בילדער, געפילטע. אבער דאט-קאמ'ס זעה איך אלע.

הערליכע בילדער, איינס ביי איינס.
די "קאליר" איז בכלל נישט צום שטוינען, ס'איז נאנטער צו שווארץ-און-ווייס ווי קאלירטע, אבער פונדעסטוועגן גיט עס א שטיקל רעאליסטישע בילד, מיטן חן פונעם גלאררייכן אמאל.

(אגב: האט נאך איינער באמערקט אז די מיידלעך'ס קליידער זענען אלע העכער די קניען?)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:57 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין פילטער לאזט נישט אדורך דיינע בילדער, געפילטע. אבער דאט-קאמ'ס זעה איך אלע.

הערליכע בילדער, איינס ביי איינס.
די "קאליר" איז בכלל נישט צום שטוינען, ס'איז נאנטער צו שווארץ-און-ווייס ווי קאלירטע, אבער פונדעסטוועגן גיט עס א שטיקל רעאליסטישע בילד, מיטן חן פונעם גלאררייכן אמאל.

פאר דיר שמעקעדיג, נאדיר.
12_66-5a.jpg


שמעקעדיג האט געשריבן:(אגב: האט נאך איינער באמערקט אז די מיידלעך'ס קליידער זענען אלע העכער די קניען?)

איז דאס בכלל א חידוש? לייען איבער די אכשר דרא אשכול.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:05 pm
דורך DotCom
גערעכט, אבער איך האב עס במכוון ארופגעלייגט אהער אין פאל יענס זייטל טוישט לינק אדרעסעס אדער גייט שלאפן פאר אייביג, וזהו הסיבה פארוואס איך האב בכלל אהער געלייגט אלע אנשטאט א לינק.

שקויעך פארן לעצטן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:11 pm
דורך DotCom
שמעקעדיג האט געשריבן:(אגב: האט נאך איינער באמערקט אז די מיידלעך'ס קליידער זענען אלע העכער די קניען?)

מיר איז אינטערעסאנט דאס לעצטן בילד פונעם ערשטן פאוסט דא, דאס ווייבל גייט צניעות'דיג ביים האלז, אויך דער טיכל קוקט אויס צו זיין רבניש, אבער עס שטארט ארויס האר פון אונטערן טיכל.

אויך איז אינטערעסאנט איינס פאר די לעצטע בילד, א עלטערע איד מיט א הדרת פנים ווערט ארויסגעהאלפן און גייט האנט ביי האנט מיט א פרוי מיט הויזן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:16 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז אומגלויבליך און מ'קען נישט פארשטיין ווי די אידן אין די אומשטענדען שטעלן זיך שמייכלן פארן קעמרא, בשעת זיי שטיין אונטער א שילד וואס ווארנט זיך נישט אפצושטעלן אין אידישן גאס ווייל מ'קען ווערן אנגעשטעקט מיט טיפוס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:41 pm
דורך יידל
DotCom האט געשריבן:אויך איז אינטערעסאנט איינס פאר די לעצטע בילד, א עלטערע איד מיט א הדרת פנים ווערט ארויסגעהאלפן און גייט האנט ביי האנט מיט א פרוי מיט הויזן.

דאס איז א פרוי? אדער אן אויסגעדארט בחור'ל?

יישר כוחך ר' פינטל.

אויף די פראגע וויאזוי קען זיין אז די מענטשן שמייכלן, מיר איז פיל שווערער צו פארשטיין וויאזוי אידן וואס האבן דורכגעלעבט די מלחמה האבן נאכאמאל אויפגעבויעט פאמיליעס, קהילות, ביזנעסער און שטעט, על אף זיי האבן פארלוירן ביים קריג עלטערן, ווייבער און מענער, קינדער און גאנצע משפחות און שטעט. אומגלויבליך. זעט אויס אז עס איז פארהאן אין א מענטש אזא מלאך'ל וואס שמייסט אים און באפעלט אים "לעב!".

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
עס רינט בלוט ביים הארץ זעענדיג דאס, לבי לבי על חלליהם, על האי שופרא דבלי בארעא. און עס איז וואונדערליך צו זעהן ווי די מענטשן פרובירן צו האלטן דעם צלם אלקים, מען פרובירט אויסצוזעען ריין און שמייכלדיג. לא יאומן כי יסופר.
אז מען שטעלט צוזאמען די בילדער פון קאוונע געטא, מיט די וואונדערליכע הארץ רייסנדע ספר חורבן ליטא פון הרב אפרים אשרי, וואס רעדט איבער געטא קאוונע, באקומט מען מער געפיל צו די בילדער. די בילדער זענען די בעסטע בילדער פון די קריג און חורבן ליטא איז די בעסטע חיבור אין אידיש-לשון קודש איבער די קריג און טאקע אויך איבער די נקודה וויאזוי שטארקע מענטשן האבן געהאלטן דעם צלם אלקים אין דעם גיהנום התחתון
לבי לבי על חלליהם, זכור את אשר עשה לך עמלק, און לאמיר מכבד זיין די לעצטע ביסל שארית הפליטה וואס זענען נאך דא, און אויב איינער פון זיי זאגט "עס איז דא א צוג... פארמאך די ווינדע.," לאמיר נישט לאכן,נאר פאלגן און טראכטן וואספארא לעבעדיגע נס אזא סורווייווער איז.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:07 pm
דורך דעת יחידאה
עס איז דאך אזוי אינטערעסאנט די בילדער, ווי דער עולם איז אזוי פרייליך און גוטמוטיג און ווען מ'קוקט זיך ארום די היגיענישקייט און דאס איינגעצוימטקייט מיט א מויער און שטעכל-דראטן, איז דאס אזא שטארקער קאנטראסט. די אידן האבן ווייט נישט געוויסט נעבעך וואס עס ערווארטעט זיי אפ.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:23 pm
דורך טעפל
דעת יחידאה האט געשריבן:עס איז דאך אזוי אינטערעסאנט די בילדער, ווי דער עולם איז אזוי פרייליך און גוטמוטיג און ווען מ'קוקט זיך ארום די היגיענישקייט און דאס איינגעצוימטקייט מיט א מויער און שטעכל-דראטן, איז דאס אזא שטארקער קאנטראסט. די אידן האבן ווייט נישט געוויסט נעבעך וואס עס ערווארטעט זיי אפ.

יא זעהט אזוי אויס...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:44 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם דעת יחידאה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:49 pm
דורך שמעקעדיג
אוי שרייבסטו גוט און צום זאך!
וכל העם ישמעו וייראו!

און - איך טראכט הויך - די בלינדע שנאה זאל נישט זיין צווישן אידן אויך נישט!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:54 pm
דורך שמעקעדיג
מיר דארפן אויך געדענקען, אז נאך אלעם איז דאס געווען א גזירה מן השמים.
די נאציס ימ"ש זענען סוף כל סוף געווען א שטעקן מיט וואס הקב"ה האט געשלאגן.
די דייטשן זענען געווען אינטעליגענטע פיינע לויטע, גארנישט אנדערש ווי (אסאך, נישט אלע) אמעריקאנער היינט צו טאגס.
האט מען באשאפן אזא עוכר ושונא ישראל ווי היטלער ימש"ו, און ער האט אנגערייצט מיט פארשידענע טאקטיקן א גאנצע לאנד מיט מיליאנען מענטשן.
און ס'האט פאסירט וואס האט פאסירט.

אויפן אויבערשטן טאר מען קיין קשיות נישט האבן.
אבער אויף די נאציס מעג מען שעלטן?
איז עס נישט אביסל קאנטרעדיקטינג, היפאקריטיש?

דער פאקט אז די דייטשן בעפאר און דערנאך זענען בכלל נישט געווען די סארט רוצחים ואכזרים,
און אפילו אסאך פון די רוצחים אליין האבן שפעטער חרטה געהאט,
(איינער האט עס געלייענט אין "דער בלאט" די וואך? זייער אינטרעסאנט)
איז א אפענער סימן אז ס'איז געווען א צייטווייליגע זאך פון זיי, אלס א גזירה פון הימל.

נישט קויפן "היינט" דייטשע פראדוקטן מאכט נישט קיין סענס לפענ"ד.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:02 pm
דורך villager
שמעקעדיג האט געשריבן:און - איך טראכט הויך - די בלינדע שנאה זאל נישט זיין צווישן אידן אויך נישט!

האט ער דאך נישט געמיינט עפעס אנדערש...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:33 pm
דורך דעת יחידאה
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר דארפן אויך געדענקען, אז נאך אלעם איז דאס געווען א גזירה מן השמים.
די נאציס ימ"ש זענען סוף כל סוף געווען א שטעקן מיט וואס הקב"ה האט געשלאגן.
די דייטשן זענען געווען אינטעליגענטע פיינע לויטע, גארנישט אנדערש ווי (אסאך, נישט אלע) אמעריקאנער היינט צו טאגס.
האט מען באשאפן אזא עוכר ושונא ישראל ווי היטלער ימש"ו, און ער האט אנגערייצט מיט פארשידענע טאקטיקן א גאנצע לאנד מיט מיליאנען מענטשן.
און ס'האט פאסירט וואס האט פאסירט.

אויפן אויבערשטן טאר מען קיין קשיות נישט האבן.
אבער אויף די נאציס מעג מען שעלטן?
איז עס נישט אביסל קאנטרעדיקטינג, היפאקריטיש?

דער פאקט אז די דייטשן בעפאר און דערנאך זענען בכלל נישט געווען די סארט רוצחים ואכזרים,
און אפילו אסאך פון די רוצחים אליין האבן שפעטער חרטה געהאט,
(איינער האט עס געלייענט אין "דער בלאט" די וואך? זייער אינטרעסאנט)
איז א אפענער סימן אז ס'איז געווען א צייטווייליגע זאך פון זיי, אלס א גזירה פון הימל.

נישט קויפן "היינט" דייטשע פראדוקטן מאכט נישט קיין סענס לפענ"ד.


עס איז א בפירוש'ער רמב"ם אין הלכות תשובה, וועלכע פרעגט טאקע אט דער קשיא, הקב"ה זאגט פאר אאע"ה ועבדם וענו אותם ארבע מאות שנים, וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי? אז דער רבוש"ע איז מכריח אזוי היתכן אז דערנאך ווערן די באטריגער גאר באשטראפט? אין מס' שמחות ווערט געענטפערט מגלגלין חוב ע"י חייב, און דער רמב"ם אליין ענטפערט, אז זיי זענען נישט אנגעזאגט געווארן ווי שטארק צו פייניגן די אידן. קומט אויס לפי זה, אז כאטש וואס ס'איז פונעם רבוש"ע האבן די דייטשן געהאט א בחירה. און ווען א מענטש טוט עפעס קעגן וואס איז אויסגעהאלטן געפונט מען דאך אומצאליגע מאהל אין חז"ל אז מ'האט געשאלטן. אבער ס'איז נישט קיין קללה אויף להבא, סתם שעלטן מחמת כעס איז נישט אויסגעהאלטן, ס'איז א צועק לשעבר און ס'איז כעס וואס איז דומה לע"ז וכו', אבער דער שעלטן איז אויף זייער נאמען, אזוי ווי ווען מ'דערמאנט א נאמען פון א איש צדיק איז זכר צדיק לברכה, ווען מ'דערמאנט דער נאמען פון רשעים איז שם רשעים ירקב.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:33 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי שרייבסטו גוט און צום זאך!
וכל העם ישמעו וייראו!

און - איך טראכט הויך - די בלינדע שנאה זאל נישט זיין צווישן אידן אויך נישט!

די אלע וואס פרעדיגען וועלטליכע ליבשאפט בלא בלא זענען געווענליך די גרעסטע שונאי ישראל (און אויב זענען זיי מזרע ישראל דאן האבן זיי פיינט זייערע אורטאדאקסישע ברידער שנאת מוות, די גרעסטע צרות האט מען פון זיי) דו"ק ותשכח.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:41 pm
דורך שמעקעדיג
מען דארף נישט זיין עקסטרעם אויף קיין איין זייט.
א צדיק דארף מען ליב האבן, א רשע נישט, אוהבי ה' שנאו רע, אבער נישט אליינס קער נעמען, נאר וואס די תורה האט געהייסן.

פאראן אידן וועלכע האבן ליב איינער דעם צווייטן, און ס'איז א מחי' צו זיין מיט די אידן.
אבער פאראן אזעלכע וועלכע האבן פייינט טויזענטער אידן "לשם שמים", זיי מיינען נעבעך גארנישט זיך...