בלאט 1 פון 4
לוסטיג באזוכט ארץ ישראל דאס ערשטע מאל!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:42 am
דורך מנשה לוסטיג
אזויווי איר הערט, דאס גאנץ ערשטע מאל, וועט מנשה באטרעטן די אדמת הקודש והמקדש, אינעם קומענדיגן וואך, אנגעהויבן פון זונטאג אווענט ביז זונטאג דערויף.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:06 pm
דורך שמעקעדיג
וועט זיין אויף די העדליינס אינעם המודיע?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:11 pm
דורך שעפטל
כ'גלייב שווער אז ס'וועט זיין אויף די ערשטע זייט אין "דער איד" צוליב די ערשטע אייניקל'ס חתונה פון סאטמאר (מהרז"ל), אפשר אויפן בלאט איז עס יא? גיי ווייס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:52 pm
דורך גלות יוד
who cares really
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:00 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס איז לוסטיג עפעס אזא חסיד פון זיך? כ'קלער אז ער האט זיך נאר מער ליב ווי ער ליבט דעם רבי'ן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:41 pm
דורך פיקציע
וואו אין ישראל וועט מנשה זיין?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:45 pm
דורך זר זהב
ביים כותל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:53 pm
דורך פיקציע
זר זהב האט געשריבן:ביים כותל
א גאנצע וואך?!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:41 pm
דורך שמואל הלוי
פארסט אויפצופיקן די מנשה לוסטיג ביכלעך?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:46 pm
דורך זר זהב
פיקציע האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ביים כותל
א גאנצע וואך?!
יא, להוציא מלבן
נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:15 pm
דורך קווארטין
מנשה פאר און קום צירוק געזונטערהייט, אבער ביטע טיהזשע אונז א טובה, דו האבסטאך א 'גאלדענע פענע', טא, ביטע מאך א שיינע באשרייבונג פון דיין נסיעה ווען עסט אי"ה צוריק זיין, 'נוסח מנשה'. enjoy your trip.
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:46 am
דורך מנשה לוסטיג
ביים כותל זיכער, אבער די איבריגע וועט מען זען וויפיל די צייט וועט ערלויבן, צו זיצן און גלאצן אויף די הרי יהודה אויז לכאורה אויך א ענין ביי מנשה
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:01 pm
דורך פיקציע
א דאנק מנשה פאר דיין ענטפער, וואס איך האב געמיינט צו פרעגן איז וואו וועט מען זיך אויפהאלטן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:10 am
דורך מנשה לוסטיג
כ'בין אין בני ברק אין א דירה, אבער מ'בלייבט נישט אויף איין פלאץ, מ'טאפט אויס די הייליגע לאנד
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:13 am
דורך חד גדיא
אזוי פרי שטייסטו אויף?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:17 am
דורך מנשה לוסטיג
פארקערט כ'בין געגאנגען שלאפן יעצט גייט מען אויפשטיין און אנהייבן די נסיעה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:20 am
דורך ידען
האסט מיטגענומען די קעמקארדער?
לייג אויף youtube
איך קעניש ווארטען.
כאב אויך ליעב ווען דו וויינסט און ווען דו ביסט עמאשענעל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:33 pm
דורך לעמיל
מנשה שטעל ארויף פיקטשערס פון די הייליג לאנד
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:56 pm
דורך נס קאווע
כ' האב געוויסט אז די כותל איז א תאוה וואס די אידן וואס קלאמערן זיך נישט צו די שיטה הקדושה האבן...
נאך א מזל מיר האבן געהאט א הייליג רבין
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:42 am
דורך מנשה לוסטיג
גראדע! האב איך דאס מערסטע געשפירט דווקא ביי ר' מאיר בעל הנס און אין צפת.
ס'פליעסט נאך אין מיר סאטמארע בלוט..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:37 am
דורך פיקציע
מנשה לוסטיג האט געשריבן:גראדע! האב איך דאס מערסטע געשפירט דווקא ביי ר' מאיר בעל הנס און אין צפת.
ס'פליעסט נאך אין מיר סאטמארע בלוט..
גיב כאטש א פאר בילדער פון די הערליכע פאנאראמע וואס מ'זעט דארט. די כינרת אויסגעשפרייט אזוי ווייט ווי די אויגען קענען נאר זען.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:00 am
דורך פרומאק
טאמער איז ער געווען ביים כותל דארף מען אים ארויסווארפען פין שטוב און נישט אויסהערען זיינע קליפס. חלילה א קליפה אין די קינדערס קעפ.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:27 pm
דורך שרייבער
פרומאק האט געשריבן:טאמער איז ער געווען ביים כותל דארף מען אים ארויסווארפען פין שטוב און נישט אויסהערען זיינע קליפס. חלילה א קליפה אין די קינדערס קעפ.
האלטסט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן פון קליפס מער ווי פון כותל?