מזל טוב: קטלא קניא ווערט 10 יאר אלט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לעב און לאך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

מזל טוב: קטלא קניא ווערט 10 יאר אלט!

שליחה דורך לעב און לאך »

אונזער אלעמען באליבטער קטלא קניא האט היינט געמאלדן אויף זיין בלאג אז ער ווערט צען יאר אלט. שוין צען יאר וואס ער בארייכערט די היימישע מבקשים מיט רייכע, הומאריסטישע גלייכצייטיג קאנטראווערסיאלע ליין-מאטריאל.

קטלא קניא האט זיך איינגעקויפט א נאמען אלץ א טיפער טראכטער, אלץ איינער וואס רעפרעזענטירט פולע פון אונז וועלכע האבן אייניגע ספיקות און קווענקעלנישן, מען וואלגערט זיך צווישן דעם טאג טעגליכע לעבן און די אמונה פון אונזערע עלטערן. ער האט זיך אראפ געמאלן אלץ אזא איינער וועלכער איז איינגעשפארט אין זיין אייגענע חסידישע טורמע, ער איז צוגעבינדן צו געבן א היימישע חינוך פאר זיינע קינדער, זיי חתונה מאכן מיט מיידלעך וועלכע גייען מיטן גאנצע טראגע און וועלן ווייטער ציען די שלשלת פונקט ווי אונזערע עלטערן און זיידעס, אין די זעלבע צייט האלט קטלא פון דעם א רעטעך, ער גלייבט נישט אין א סיסטעם וועלכע ארבעט נישט, ער איז נישט אנציקט מיט די קאמפ קעגן זיך בילדען, קעגן דאס ניצן אינטערנעט. ער קיקט אן די וועלט גאר אנדערש ווי זיינע שכנים, ברידער און פריינד.

קטלא קניא האט דורכאויס די צען יאר גענומען זיינע ליינער אויף א רייזע איבער זיין פערזענליכע לעבן, אונז אלע האבן מיט געהאלטן זיינע ספיקות, די נחת וואס ער האט געהאט פון זיינע קינדער אמאל ווען זיי האבן געפרעגט א גוט ווארט, זיינע געדאנקן אויף אונזערע רבנים און מנהגים, זיינע טענות אויף אונזער חינוך א.א.וו.

חוץ פון זיינע טיפע געדאנקן האט ער אויך א גאלדענע פעדער, אזאנס וואס מען טרעפט כמעט נישט היינט, אוודאי נישט אין די היימישע גאס. די "פארווערטס" האט אים באטיטלט אלץ דער מאדערענער שלום עליכם.

קטלא קניא שטעלט זיך ארויס צו זיין א היבשער תלמיד חכם, כאטש וואס ער שרייבט אז ער גייט נישט קיין סאך אין בית המדרש לערנען, ער פולט זיך ווי א האן אין בני אדם. מענטשן קוקן אים אן מיט א רחמנות'דיגער בליק, שרייבט ער, ווי צו זאגן אז דער קטלא איז שוין ליידער א פארפאלענער. גאר א רחמנות זיין ווייב וואס דארף וואוינען מיט אים...

קטלא קניא האט באגריסט זיינע ליינער היינט אינדערפרי מיט א קורצע מודעה אויף זיין בלאג: "העשירי יהיה קודש! מורי ורבותי, היינט פאר צען יאר צוריק דרך כוכב מיעקב און נתמלא הבית כולו אורה מיט דער שיין פון קטלא קניא. הודו לה' שזכינו לזה"!

צען יאר איז טאקע א שטארקע און וויכטיגע דערגרייכונג. צען יאר מיינט הונדערטער ארטיקלען, צענדליגע טויזענטע ווערטער, און הונדערטע טויזענטע ליינער. אבער צען יאר מיינט אויך גאר ווייניג. ווי איך שטעל מיך פאר, לויט ווי ס'שיינט פון קטלא'ס ארטיקלען, איז ער היינט שוין א בן ארבעים. דאס הייסט אז ער האט אנגעהויבן מיט זיין בלאג ווען ער איז אלט געווען בערך דרייסיג יאר. אין אנדערע ווערטער: דאס רוב פון זיינע יארן האט ער געלעבט פונקט ווי מיר און דיר, מיט קווענקעלנישן, שאלות, אינערליכע ראנגלענישן, מיט מחשבות אויב ער זאל יא איבער לאזן אונזער לעבנס שטייגער אדער ענדערש בלייבן מיט די ווייב און קינדער. ער האט דאס אלעס דערשטיקט אינערליך. ער האט נישט געהאט א פלאץ וואו דאס אויסצוליפטערן.

פולע פון אונז וועלכע האבן די זעלבע פראבלעמען טרעפן אבער נישט א טאלאנט וואו דאס אויסצוגעבן. מען דערשטיקט דאס טיף אינעווייניגע וואו קיינער האט נישט קיין צוטריט. ווייניג פון אונזערע אידן האבן די קוראזש און טאלאנט אויסצושמועסן זייערע פריוואטע געדאנקען אויף א בלאג. אנדערע האבן אפילו נישט די מעגליכקייט צו רעדן דערוועגן מיט נאנטע פאמיליע מיטגלידער, די אייגענע ווייב וועט לויפן צום רב שרייען אז דער מאן אירע איז געווארן אן אפיקורס איבערנאכט. זיי לעבן א טרויעריגע לעבן און נעמען מיט די שווארצקייט אין קבר.

וואס האלט עטץ וועגן די פארמאכטקייט וועלכע הערשט אין אונזער סביבה, און דאס מאכט אז די אינגעלייט און פרויען וועלכע עפענען זיך די אויגן טרעפן זיך אין א קלעם, זיי שפירן זיך ווי משכנות צווישן א אפענע וועלט פול מיט מעגליכקייטן און זייער משפחה וועלכע וועלן אפשניידן אלע פארבינדונגען אויב יענער ווערט "אפגעפארן", צווישן אן אמונה וואס זיי זענען אויפגעצויגן געווארן פונעם טאג פון זייער געבורט און פאקטן וועלכע פרובירן דאס אפצופרעגן.

און אז מען רעדט שוין פון קטלא קניא איז אינטערעסאנט צו הערן פון אנדערע מעמבערס וועלכע ליינען זיין בלאג: וועלכע ארטיקל פון אים האט איר דאס מערסטע הנאה געהאט צו ליינען (אויב מעגליך ברענגט אראפ א לינק)? אויך בין איך אינטערעסירט: געדענקט איינער קטלא קניא אין זיינען ערשטע צייטן? איז ער געווען אזוי גוט ווי היינט? וויאזוי האט ער באוויזן צו באהאלטן זיין אידענטיטעט אזוי לאנג (איך בין זיכער ס'זענען דא אסאך וועלכע ווילן אויסגעפינען זיין אידענטיטעט פאר אלע געלטער)? זיינע ארטיקלן פון זיין פערזענליכע לעבן איז פיקציע אדער אמת? צו וועלכע חסידות געהערט ער? זעט ער טאקע אויס ווי א חסידישער איד פון אינדרויסן אדער בלויז למחצה ולשליש?

שעמט אייך נישט, נעמט א בענקל און לאמיר זיך אויסשמועסן.
לייק מיין הודעה -- אבער ערשט לאמיר מאכן א סעלפי

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר