בלאט 1 פון 1

מסור דוועק וועט שמאכטן ווי ער האט איינגעזעצט אנדערע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 5:47 pm
דורך שעפטל
דער אלעמען-באקאנטער אומפארשעמטער מסור, וואס האט געהאלפן אריינשליידערן אפאר אידן אין חד גדיא, און האט איבערגעקערט די לאקאלע פאליטישע וועלט מיט זיינע מסירות און געוואלדיגע חילול ה', דער געמיינער "שלמה דוועק" איז יעצט געסענטענסט געווארן צו זעקס יאר אין תפיסה פאר באנק שווינדל.

דער מלשין האט בשעתו איבערגעקערט די אידנטום ווען אפאר אידן וואס האבן אים אפילו פרובירט צו העלפן זענען אריינגעפאלן אין זיין נעץ, אריינגערעכנט גרויסע אידישע פילאנטראפן פון די רייכע סירישע געמיינדע פון דיעל ניו דזשערסי ובראשם א אלטן רב שליט"א, און אידן פון פלעטבוש ניו יארק. ווי אויך היימישע אידן פון ווילאמסבורג, מאנסי, אויך 2 מעיארן, און נאך.

אפאר פון זיי זענען טאקע אפגעקומען נאר מיט גרויס געלט שאדן. אבער אנדערע ליידער זיצן און דינען אויס זייער צייט.

(די גאנצע מעשה איז שוין געווען באשריבן אין דער שפאקטיוו אמאל)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
א בושה און א שאנדע אז נאר 6 יאר באקומט ער.
ער האט געהאט א טשאנס צו באקומען ביז 11 יאר.
געווענליך אויב עס איז מער ווי 10 יאר גייט מען אין א שטרענגערע תפיסה.

לויט ווי כ'האב געהערט דעם סדר, העכער 20 יאר איז א מאקסימום סעקיוריטי
העכער 10 איז א מידיאם סעקיוריטי
און אונטער 10 יאר איז בלויז א קעמפ.

זאל ער אפשימלען און אפשמאכטן זיינע יארן, ירד ולא יעלה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:33 pm
דורך איחוד פעלד
אמעריקאנער סיסטעם, א גנב פין מיליאנען זיצט זעקס יאר, און רובאשקען זיצט נעבעך דרייסיג על לא עוול בכפו.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:45 pm
דורך יידל
ווייל דוועק האט מסכים געווען צו א פליע בארגעין, און רובאשקין נישט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:53 pm
דורך outspoken
איך הער אז ער גייט נישט גיין אין (SO CALLED)קעמפ אוטעסוויל ווייל זיינע קרבנות זענען דארט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:16 pm
דורך outspoken
שמעקעדיג האט געשריבן:א בושה און א שאנדע אז נאר 6 יאר באקומט ער.
ער האט געהאט א טשאנס צו באקומען ביז 11 יאר.
געווענליך אויב עס איז מער ווי 10 יאר גייט מען אין א שטרענגערע תפיסה.

לויט ווי כ'האב געהערט דעם סדר, העכער 20 יאר איז א מאקסימום סעקיוריטי
העכער 10 איז א מידיאם סעקיוריטי
און אונטער 10 יאר איז בלויז א קעמפ.

זאל ער אפשימלען און אפשמאכטן זיינע יארן, ירד ולא יעלה.


העכער 10 איז א low סעקיוריטי
העכער 20 יאר איז א medium סעקיוריטי
High security זענען געווענדלעך פאר מערדערס וכדומה


Fort Dix, New Jersey, is a low security facility ווי הרב סאמעט און נאך זענען.
Otisville, is a medium security facility ווי רובאשקין איז דארט,ווי עס זענען כמעט נישט דא קיין אידן שות''מ.(חוץ אז רובאשקין וועט זיי מאכען פאר בעלי תשובות...
The satellite prison camp is a minimum security facility איז ווי די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קרבנות און כמעט אלע אחב''י הנתונים בשביה זענען

"אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה,
העומדים בין בים ובין ביבשה,
המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה,
ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה,
השתא בעגלא ובזמן קריב

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:23 pm
דורך outspoken
Inmate Locator - Locate Federal inmates from 1982 to present
Name Register # Age-Race-Sex Release Date
Location
1. SOLOMON DWEK 27925-050 40-White-M 10-17-2012 RELEASED

Results 1 - 1 of 1
וואס איז פשט ער באקומט איצט אביסל וואקאציע ביז ער גייט נאכאמאל אריין זיצען?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 8:19 pm
דורך וויליאמסבורגער
נאך פיר יאר פאר דעם מסור דוועק
http://www.vosizneias.com/115255/2012/1 ... lomon-dwek

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 8:29 pm
דורך gehlungen
וויליאמסבורגער האט געשריבן:נאך פיר יאר פאר דעם מסור דוועק
http://www.vosizneias.com/115255/2012/1 ... lomon-dwek

But its not 4 more years in jail !

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:31 pm
דורך outspoken
גירעכט, ער האט באקומען 4 יאר פון די סטעיט אבער דאס איז concurrently with a six-year federal sentence וואס מיינט אז א יעדן טאג וואס ער זיצט אין פעדאראלע תפיסה גייט שוין אויך אראפ א טאג וואס ער דארף זיצן אין די סטעיט תפיסה. (ווער זאגט אז ס'נישט דא 25 שעות אין א טאג, ער האט 48 שעות א טאג...)

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:03 am
דורך נולד מאוחר
outspoken האט געשריבן:גירעכט, ער האט באקומען 4 יאר פון די סטעיט אבער דאס איז concurrently with a six-year federal sentence וואס מיינט אז א יעדן טאג וואס ער זיצט אין פעדאראלע תפיסה גייט שוין אויך אראפ א טאג וואס ער דארף זיצן אין די סטעיט תפיסה. (ווער זאגט אז ס'נישט דא 25 שעות אין א טאג, ער האט 48 שעות א טאג...)

וואס איז די דזאק, איז עס פארו זעלבע חטא?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:14 am
דורך outspoken
די סטעיט האט אים אויך באשולדיגט אויף סטיעט רעגאלאציעס פארברעך, וואס מיינט אז אפילו אפילו ער גייט אויף trial ביי די פעדערעל און געווינט וואלט ער נאך געקענט געטראפען ווערן שולדיג ביי די סטעיט, אבער אזוי ווי ער געpled guilty האט מען דאס געגעבען אלץ א סימבאלישע שטראף.