בלאט 1 פון 12
טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:22 pm
דורך אךשמח
טעכנאלאגיע איז מיין באליבטסטע נושא, און איך גלייך זייער צו ליינען דערוועגן, איז פארוואס נישט מהנה זיין אנדערע?
איך קען אבער נישט זאגן אז יעדע זאך וואס איך גיי ליינען וועל איך קענען דא אהערברענגען, דעריבער בעט איך אנדערע זאלן אויך צוהעלפן און צולייגן א האנט.
דא איז געמאכט ארויפצולייגן סיי וועלכע נייעס בנוגע טעכנאלאגיע, און אויב א נייעס איז גאר א שטארקע נייעס, אדער אז דער נושא וועט אריינקריכן אלס א לענגערע שמועס, וועט מען בעטן דעם מנהל עס אפצוטיילן.
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:53 pm
דורך אךשמח
איך הייב אן מיט א נייע סעלפאון וואס דארף בקרוב ארויסקומען.
ווער עס האלט מיט איז דא א שטארקע מלחמה צווישן דעם אייפאון און ענדרויד סעלפאון פלאטפארמעס, און וואס זעט אויס אז ענדרויד איז פאראויס.
מען קען עס צונעמען אויף קליינגעלט, און מען האט אזוי געטון אויף אייוועלט אונטערן אשכול
אייפאון אדער ענדרויד.
דער לעצטער אייפאון 4S איז זייער בעסטער אייפאון אבער פילע זאגן אז דער סעמסאנג געלעקסי S2 שטייגט אים איבער פי כמה.
דאס איז דער S2 אבער יעצט האלט מען שוין פיל ווייטער און מען גרייט זיך אט צום S3 וואס וועט זיין פיל פיל בעסער אפי' ווי דעם S2 און פארשטייט זיך אז דער אייפאון ווען זיין אלטמאדיש קעגן דעם.
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:31 pm
דורך יידל
איך האב דעם אייוועלט אשכול נישט געליינט, אבער איך וויל אביסל צולייגן דעם ברייטפארצווייגטען אין וועלטס מחלוקת איבער די אייפאון 4S ווערסוס סעמסונג געלעקסי S2. עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ווען מ'לייגט אריין אין גוגל די ווערטער iphone 4S vs קומט גלייך ארויף די געלעקסי.
Google.PNG
געבויקודם לאמרי נעמען אביסל אין באטראכט די געבוי. דער אמת איז אז געבוי איז ווי מ'זאגט "עי מעטער אף טעיסט" און ווי דער באקאנטער שפריך-ווארט לערנט אונז, על טעם וריח אין להתווכח. דער אייפאון 4S איז הויעך 4.5 אינטשעס (115.2 מילימעטער), ברייט 2.31 אינטשעס (58.6 מילימעטער) און דיק 0.37 אינטש (9.3 מילמעטער), און עס וועגט 4.9 אונסעס (140 גראם). לאידך גיסא דער געלעקסי S2 איז הויעך 4.84 אינטשעס (125.3 מילימעטער), ברייט 2.68 אינטשעס (66.1 מילימעטער) און דיק 0.33 אינטש (8.49 מילימעטער), און עס וועגט 4.09 אונסעס (116 גראם).
ווי איר זעט איז די געלעקסי ברייטער און העכער ווי די אייפאון, אבער דינער און וועגט ווייניגער ווי די אייפאון. דאס מאכט אז דער אייפאון זאל האבן אזא אימעדזש ווי א פראעסיאנאלען ביזנעס אויסזען בעת דער געלעקסי פארמאגט מער א "אויפרייסענדע" אימעדזש.
דיספלעיאייפאון 4S האט א סקרין רעזאלושען פון 960 ביי 640 בעת דער געלעקסי S2 האט איינס פון 800 ביי 480. נו, אודאי איז אייפאון א קלארערע סקרין.
המשך יבוא...
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 5:57 pm
דורך געפילטע פיש
לויט די רכילות וואס גייען ארום גייט די S3 האבן א 720X1280 סקרין וואס קומט אויס צו 319 פיקסעלס פער אינטש, מער ווי די גרויסארטיגע "נייע איי-פעד"ס 264 ppi.
א פיינעם קוואד קאור פרעסעסער מיט א מיליאן אכט הונדער טויזענט הערץ, א צוועלעף מעגא-פיקסעל קעמרא.
דעי ספעקס קען מאכן דאס ווירטואלע שפייעכץ רינען ביי יעדע טעכנעלאדיע ענטאזאיסט.
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 11:28 pm
דורך אךשמח
געפילטע פיש האט געשריבן:דעי ספעקס קען מאכן דאס ווירטואלע שפייעכץ רינען ביי יעדע טעכנעלאדיע ענטאזאיסט.
אוי האסטו גוטע אויסדרוקן!
א דאנק פאר אלע וואס האבן דא מגיב געווען. איך האף צו שרייבן מער איבער טעכנאלאגיע ווי שנעל נאר מעגליך.
און אנטשולדיגט אז ס'מיר ארויסגעפאלן די נייעסלעך אויף וואס איך האב געעפנט דעם אשכול. מיר וועלן משלים זיין מערצעשעם.
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 8:57 am
דורך יידל
וואס זאגט איר צו ווינדאוס 8? איר זאגט נאך נישט, אבער הונדערטע וואס פרובירן אויס די נייע ווינדאוס סעפאר ס'ווערט אפיציעל ריליעסד זאגן אז זיי זענען נישט צופרידען. אין א פרובע האבן 50% פון די וואס האבן זיך באנוצט דערמיט געזאגט אז זיי וועלן דאס נישט רעקאמאנדירן פאר חבירים. די הסבר איז גאנץ פשוט. ווינדאוס 8 איז דיזיינד פאר א טאטש אפארעטינג סיסטעם, אבער מייקראסאפט האט ווארשיינליך פארגעסן אז ווינדאוס איז א דעסקטאפ אפארעטינג סיסטעם, און זי דארף זיך רעכענען מיטן מויז און קיבארד.
http://www.pcworld.com/article/251820/e ... paign.html
Re: טעכנאלאגישע נייעס
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 10:36 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:וואס זאגט איר צו ווינדאוס 8? איר זאגט נאך נישט, אבער הונדערטע וואס פרובירן אויס די נייע ווינדאוס סעפאר ס'ווערט אפיציעל ריליעסד זאגן אז זיי זענען נישט צופרידען. אין א פרובע האבן 50% פון די וואס האבן זיך באנוצט דערמיט געזאגט אז זיי וועלן דאס נישט רעקאמאנדירן פאר חבירים. די הסבר איז גאנץ פשוט. ווינדאוס 8 איז דיזיינד פאר א טאטש אפארעטינג סיסטעם, אבער מייקראסאפט האט ווארשיינליך פארגעסן אז ווינדאוס איז א דעסקטאפ אפארעטינג סיסטעם, און זי דארף זיך רעכענען מיטן מויז און קיבארד.
http://www.pcworld.com/article/251820/e ... paign.html
איך האב אינסטאלד די ערשטע דעוועלאפער פריוויא וואס זיי האבן ארויסגעגעבן, מ'מוז נישט נוצן די מעטרא אינטערפעיס, מ'קען מאכן די אלד פעשאן דעסקטאפ ביי דיפאלט.
איין זאך וואס איך האלט אז ס'איז א טפשות פון מייקראסאפט איז אז די ARM ווערסיע, וואס איז געמאכט פאר טעבלעטס, גייט מען נישט קענען דז'ונען צו א דאמעין, איין זאך וואס וואלט זיי געגעבן די אויבערהאנט פאר ביזנעסעס, מער ווי ענדרויד און iOS וואס ווילן געבן טעבלעטס פאר די ארבעטערס.
אינטערסאנטע טעכנאלאגיע פארשריט נייעס
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 5:04 pm
דורך שימעלע
די היינטיגע וועלט פון טעכנאלאגיע טוישט זיך יעדען טאג מיט א שנעלקייט. וועל איך דא פראבירען ארויפצילייגען אינטערסאנטע פארשריט וואס מטרעפט אנליין. יעדער איז מכובד צו צילייגען.
שוין אביסעל אלט
קוואנטעם קאמפיאטינג -איז די איידיע אז די קאמפיאטינג פראסעסינג איז אויף די אטאם לעוואל- איז אבער נאכנישט דא. אבער פאר סייענטיסטן איז געלונגען צי מאכן די ערשטע
קוואנטעם נעטווארקונג ד.מ. סאיז געלונגען צי שיקען אינפערמאציע אין די קלענסטע פארמאט צו שיקען א פאטאן פון איין אטאם צום צווייטען.(די מבינים קענען בעסער מסבר זיין)
פין
DARPA, א ראבאט פינגער וואס קען
פילען בעסער ווי א מענטשליכע האנט
דארוך דרייען די רעדיא וואלען אין א ווארטעקס איז געלינגען פאר סייענטיסט פון אמעריקע און ישראל צי שיקען
2.5 טערעביטס אין א סקונדע (2.5 tbps) אויף א ווייטקייט פון איין מעטער.
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 8:13 pm
דורך פיינע קאווע
גוגעל קומט ארויס מיט א נייע כלי. א מוזיק מאשינקעלע פאר די נישטיגע 300 דאללאר. קוקט דא
http://www.wired.com/gadgetlab/2012/06/ ... -revealed/
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 9:09 pm
דורך יידל
ווי אויך האט גוגל היינט אפיציעל געמאלדן פראדזשעקט גלאז.
נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:41 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:ווי אויך האט גוגל היינט אפיציעל געמאלדן פראדזשעקט גלאז.
דו יו קעיר טו עקספלעין?
פארוואס נישט?
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 12:35 am
דורך געפילטע פיש
שימעלע האט געשריבן:דארוך דרייען די רעדיא וואלען אין א ווארטעקס איז געלינגען פאר סייענטיסט פון אמעריקע און ישראל צי שיקען
2.5 טערעביטס אין א סקונדע (2.5 tbps) אויף א ווייטקייט פון איין מעטער.
2.56 טעראביטס טו בי עקזעקט, און האסט אויסגעלאזט כינע, זיי האבן אויך קאלאבארירט. (נישט די רעגירונג, נאר סייענטיסטען פון ישראל און כינע האבן מיטגעארבעט מיט א נאס"א לאבראטאריע).
Google X lab
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 7:57 am
דורך שימעלע
שוין אנפאנג יאר האט אנגעהויבן ארויסצורינען איבער א
געהיימע לעב וואס גוגעל פארמאגט google X lab. די לעב איז געמאכט אויף א אופן וואס מ'גיט א פרייע האנט פאר די ריסוירטשער זאלן קענען אויספרובירן די צודרייטסטע איידיעס. און ס'איז שוין ארויס געקומען פון דארט אפאר עמעזינג זאכן. און ס'איז צו ערווארטן אז מ'וועט נאך הערן פון זיי.
די מערסט באוואוסטע זאך איז די גוגעל זעלבס-דרייווענדע קארס. וואס ארבייט מיט ספעציעלע קעמרעס און סענסארס און גי. פי. עס. די קאר איז שוין געפארן איבער טויזענט מייל אן קיין מענטשליכע הילף בכלל, און 140,000 מייל מיט מענטשליכע הילף. די סטעיט פין נעוואדע האט ארויסגעגעבן ספעציעלע געזעצן וואס ערלויבען פאר דרייווער-לאזע קארס צו פארן אויף זייערע ראודס, און זיי האבן שוין ארויסגעגעבן איין לייסענס פלעיט פאר א גוגעל זעלבסט-דרייוענדע קאר. סאיז שוין געווען איין עקסידענט, אבער גוגעל טענה'ט אז א מענטש האט דאן געדרייווט, נישט די קאמפיוטער.
די מערסטע הייפט זאך איז די גוגעל גלעסעס, אדער ווי גוגל רופט עס, project glass. די זאך איז געבויט אויף די קאנסעפט פון augmented reality אז די דעווייס געט דיר אינפארמאציע לויט וואו דו ביסט און אויף וואס דו קוקסט (די ערשטע מאל וואס מ'האט עס געזען איז געווען אין די yelp עפפ, וואס מ'האט געהאלטן די phone און מ'האט געזען אויף די סקרין די בילדינגס אויף וואס מ'קוקט און עס האט זיך אויפגעשריבן וואס די בילדינג איז) איז א גלעזער וואס האט א סקרין און א קעמערע און עס פארשטייט וואס מ'רעדט. סאיז קאנעקטעד צי די phone פאר אינטערנעט. אפאר חדשים צוריק האט גוגל ארויסגעגעבן א
ווידיאו. (ס'איז גלייך ארויסגעקומען א
חוזק ווידיאו וואס מ'זעט עס מיט גוגעל עדס.)
די וואך ביי Google I/O (א דעוועלאפער קאנפרענס) האבן זיי עס געוויזן מיט א
דראמאטישע פארשטעלונג.
עס וועט זיין צו באקומען פאר דעוועלאפערס וואס זענען דארט געווען אנפאנג קומענדיגע יאר פאר $1,500.
די לעצטע זאך ארויסצוקומען פון דארט איז גוגעל האט געמאכט א קאמפיוטער זאל לערנען ווי א
מענטשליכע מוח אז ס'זאל זיך לערנען אליין, זיי האבן צוזאמגעשטעלט 16,000 processors און א ביליאן קאנעקשענס. זיי האבן עס געוויזן טויזענטער thumbnails פון youtube ווידיאוס און ס'האט אנגעפאנגען אליין צי דערקענען פנימ'ער פון קעץ.
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 1:07 pm
דורך שימעלע
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 1:27 pm
דורך DotCom
כאטש ארומשלעפן זיך כסדר מיט א ספרעי אין טאש איז נישט פון די באקוועמסטע זאכן, איז עס אבער א גרויסע דורכברוך אין די וועלט פון ענערגי, ביזדערווייל לויפט טעכנאלאגיע אסאך מער פאראויס לויט וויפיל ענערגי עס פארלאנגט, א פאון וואלט מען געדארפט צו טשארטשן נישט מער ווי איינמאל א וואך אפגעזעהן וויפיל מ'נוצט עס.
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 1:41 pm
דורך שימעלע
די ווארט איז נישט אז מוועט קענען ארים גיין מיט ספרעיס. נאר אז מוועט קענען פעינטען די הויז זאל זיין איין גרויסע אנטענע אדער בעטטערי. אויך עס וועט זיין גרינגער צי דיזיינען smartphones אז מוועט נישט דארפען אויסרעכענען וויאזוי אריינצילייגען די בעטטערי, מוועט עס אריין ספרעי׳ן.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 12:25 pm
דורך שימעלע
פון UCLA דארוכזיכטיגע
Solor cell. א טריט נענטער צי דארוכזיכטיגע געדז׳עטס נאך די דארוכזיכטיגע
בעטערי פון סטענפארד.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:10 pm
דורך יידל
די ניו יארק טיימס באריכטעט אז די עווערידזש נומער פון טעקסטס (SMS) וואס אן אמעריקאנער האט געשיקט פער חודש אין דעם דריטן פערטל פון יאר 2012 איז 678. דאס איז אראפ פון 696 טעקסטס פער חודש אינעם צווייטן פערטל. א שרייבער אין טיים מאגאזין טענה'ט אז די סיבה פארוואס טעקסינג גייט מטה מטה איז צוליב די סאציאלע מידיע ווי פעיסבוק און טוויטער און כל מיני עפפס וועלכע געבן מעסעדזשינג סערוויס בחנם.
http://business.time.com/2012/11/15/omg ... z2DHaE9THv
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:15 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר ווייל ווייניגער מענטשן טעקסטן ביים דרייוון?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב געלייענט אין די נייעס (כ'דענק נישט וואו גענוי) אז בקרוב גייען סמארטפאטונ'ס זיין צעטיילט אין 2 באזונדערע מאודס, HOME אדער "אינטערטעינמענט" און דערנאך "ביזנעס", אזוי וועט מען קענען אנשטעלן אז בשעת מען איז אין ביזנעס קען מען נישט טעקסטן צו חברים און האבן עקסעס צו אומוויכטיגע עפפס, נאר צו די דאזיגע וועלכע זענען נויטיג פאר די ביזנעס; און זמן תפלה לחוד, ווען מען איז אינדערהיים קען מען זיין אויסגעפלאגט פון דער ארבייט, און זיך פולשטענדיג ענדזשויען און זיך אפרוען.
גוגל נייעס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:09 am
דורך נו גוט נו
עס ווערט באריכטעט אז מוטרולה וואס געהער היינט צו טאג׳ס פאר גוגל ארבעט אויף א נייע סמארט פאון אינטער די קאוד
"Phone X" עס הייסט יעצט אז עס גייט ארויס גיין און מיטן דעם נייעם יאר, מ׳ווייסט נאך נישט צופיל דעטאלן אבער אזוי פיל ווייסט מען יא אז מ׳רעדט פון ״די פאון״ א סמארט פאון וואס גייט טוישן די וועלט,
אינסייד קוועלער געבען אן אז גלייך נאך דעם ווי עס קומט ארויס גייען זיי זיך נעמען איבער די "Tablet X" וואס גייט זיין די זעלבע זאך נאר א גרעסערע סקרין
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:09 am
דורך [NAMELESS]
בייגעדיגע טעבלעטס
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:06 am
דורך נולד מאוחר
דאיעצט אויב וויל מען האבן און טאש א טעבלעט סמארט פאן דארף עס זיין גענוג קליין סזאל פוטען .
בקרוב וועט מען קענען ארויסשלעפן פון טאש און אויפראלען א טעבלעט סוועט זיין א נחת צי קענען האבן א גרויסע סקריען און טאש.