בלאט 1 פון 1

וויזוי געט מען ארויס א צייטונג?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 2:59 pm
דורך זר זהב
יעדע וואך א פרישן צייטונג 250 זייטן אנגעפילט מיט ארטיקלען. וויפיל מענטשן קראפט ליגט דערין? וויפיל איינגעשטעלטע שרייבער האבן אונזערע צייטונג אין דורכשניט? טוען די שרייבער אליין די ארבעט אדער רעדן זיי אריין ערגעץ וואו, און א טייפיסט דרוקט עס? וואלט מען ווען געקענט עס אהערשטעלן אין ווייניגער פון א וואך?
----
כ'פלעג זיך אלץ וואונדערן וויאזוי איז מעגליך ביי די גוים זיי שיסן ארויס טעגליכע דיקע צייטונגען כאילו ס'עפעס קליין ארבעט. -- ווער האט עפעס אינערליכע סודות זאל ארויסגעבן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:09 pm
דורך sunbar
און ווען די ווייסט שוין? ווילסט מיך נעמען פאר א שותף...?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:12 pm
דורך זר זהב
ניין, איך פלאן נישט גארנישט ;)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:18 pm
דורך גאלד
נאכמער מ'געבט ארויס טעגליך א צייטונג וואס ווערט אריינגעלייגט אזויפיל כח און מח,
אלעס אויף א שמאטע צייטונג פאפיר, מארגן איז עס שוין נעכטיגע נייעס וואס קיינער וויל נישט אנקוקן,

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:24 pm
דורך זר זהב
אמת, ס'דא אסאך מאל גאר אינטערעסאנטע היסטארישע אדער אינפארמאטיווע ארטיקלען אין אונזערע צייטונגען, ס'ליגט אסאך ארבעט דערין פונעם שרייבערס זייט. און געוויסע לייענען עס ניטאמאל, מ'בלעטערט אדורך און אין גארבעדזש אריין. אבער דאס איז אן עקסעטרע נושא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 4:24 pm
דורך גוטזאגער
א פאקט, האלב פון די וועלט'ס צייטונגען צורקאלאציע, קומט ארויס אין יונייעטעד סטעיטס און אין קאנאנדע אליינס!!!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 4:26 pm
דורך זר זהב
כ'מיין אבער אז אין געוויסע אנדערע לענדער האבן צייטונגען א גרעסערע לייענער באזע, אפשר ווייל ס'דא דארט א קלענערער אויסוואהל.