בלאט 1 פון 1

פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע געשעפטן?

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:52 pm
דורך אךשמח
אין 'דער איד' לויפט א קאלום שוין א שיינע צאל וואכן, איבער די טעמע אז היימישע אידן גייען גיכער צו די גרויסע געשעפטן און אוטלעטס און קימערן זיך נישט אז נעבן זייערע וואוינערטער זענען דא היימישע אידן וואס קוקן ארויס אויף פרנסה און דא לויפט מען פון זיי אוועק.

דער שרייבער מאכט א גוטער ארבעט, און איך מוז זאגן אז אזעלכע ארטיקלען מאכן מיר צוריקבאקומען א שטיקל ליבע צו די היימישע צייטונגען.

איך וויל אביסל הערן וואס דער היגער עולם זאגט דערצו, וואס מאכט דעם עולם און בעיקר די נשים צדקניות אנטלויפן צו די גויאישע סופער געשעפטן.

איך גיי זעלטן מיטן באן וואס לויפט אויף בראודוועי צו מאנהעטן, אבער א צייט צוריק בין איך פונקט געווען ארום צען אזייגער און געווארן שאקירט וויפיל היימישע פרויען זענען דארט געווען, וויסנדיג אז זיי גייען שאפינג און געבן צו לייזן פאר גוים אנשטאט אחינו בני ישראל.