בלאט 1 פון 1

דער רעגן בויגן

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:10 am
דורך פערינא
און ה' האט געזאגט, לא אוסיף לקלל עוד את האדמה בעבור האדם, ווען מ'זעט א רעגן בויגן זאגט מען די ברכה "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, זוכר הברית ונאמן בבריתו וקיים במאמרו". והיה בענני ענן על הארץ ונראתה הקשת בענן.

שרייבט דער של"ה "שם" אז ער האט זיך געטראפען מיטן רמ"א און אים געפרעגט וואס איז פשט פון דאס קשת דארף אונז דערמאנען פון די ברית וואס השם האט כורת געווען נאכן מבול, אז בעצם דארף ער ברענגען נאך א מבול און מאכן פון אונז פאטאש אט שוין יעצט, מילא טו תשובה. די קשת איז דאך א נאטורליכע זאך, וואספארא סימנים גיט אונז דא השם, א זאך וואס מ'זעהט זייט בריאות העולם? בימות רשב"י האט מען נישט געזען קיין קשת! שטאלצירט זיך די גמרא. פרעגט דער של"ה פון די רמ"א, די קשת איז א נאטורליכע עווענט, ווען ס'רעגנט און די זון שיינט זעהט מען א רעגן בויגן! האט דער רמ"א געזאגט, מוז זיין אז בימות רשב"י האט נאר גערעגנט ביינאכט, גשמים בעתו. אז עס איז נאכט זעהט מען נישט קיין קשת. א שיינע תירוץ. האלט אין קאפ אז ער איז נישט אין לאנדאן, און ארץ ישראל, עז איט איז רעכנט גאנץ אפאר קנאפע טעג דארט.

דער כלי יקר איז מוסיף א דבר של טעם, א סגולה איז נייס ווען מ'דארף עס. די קשת איז א פיינע סגולה. אבער עס איז בעסער אז מ'דארף עס בכלל נישט. זיי א וואוילער יוד וועסטו נישט דארפן אנקומען צום בונד פון השם. וועסט בכלל נישט דעזערווען נאך א מבול. און דאס איז געווען די מעלה וואס די גמרא ברענגט ארויס ביי די איינצעלע תנאים. (אויב עס איז נישט בדרך גוזמא, הערת הבחור הזעצער).

וויל איך וויסן, איך בין לעצטענס געווען ביי נייאגרע פאללס. די קשת איז א פערמאנענט רעזידענט אין די סקייליין דארט. איז דאך הדרא קושיא לדוכתא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:29 am
דורך נולד מאוחר
כמיין די זעלבע שאלה איז אויף בשביל ארבעה דברים חמה לוקה:
על אב בית דין שמת ואינו נספד כהלכה
ועל נערה המאורסה שצעקה בעיר ואין מושיע לה
ועל משכב זכור
ועל שני אחין שנשפך דמן כאחד.
המהר"ל מדגים את דבריו על הגמרא "על ארבעה דברים החמה לוקה..." ושואל איך ייתכן שתלוי זאת בחטא, "שודאי לקוי המאורות תלוי במהלך המאורות, אבל חז"ל נתנו את סיבת הסיבה. כי אם לא היה חטא בעולם... לא היה סדר הבריאה נותן שיוצר ליקוי המאורות שהוא פחיתות וחיסרון" אלא היה נברא עולם ללא ליקוי חמה.דא

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 10:02 am
דורך קול דודי
אינטערעסאנט איז דער לשון פון הייליגן רמב"ן אויפן פלאץ:
"ואנחנו על כורחנו נאמין לדברי היונים שמלהט השמש באוויר הלח יהיה הקשת בתולדה..."
אויב זאגט מען די זעלבע זאך אויף אידיש ("מ'מוז דאך גלייבן די סייענטיסטן וואס זאגן...") וועט מען ווערן ארויסגעווארפן פון בעסמעדרעש בלי ספק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 10:13 am
דורך villager
פערינא האט געשריבן:וויל איך וויסן, איך בין לעצטענס געווען ביי נייאגרע פאללס. די קשת איז א פערמאנענט רעזידענט אין די סקייליין דארט. איז דאך הדרא קושיא לדוכתא.


די קשת דארט איז דאך אונטן ביי די פאללס נישט אויבן אויף די וואלקענעס, און עס קומט פון וואסער נישט פון רעגן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:05 am
דורך פערינא
וואס זענען די עננים? נישט פון מיסט פון די טייכען און ימים? די קשת דארט איז אמאל הויעך אמאל נידריג אלץ אבער די פילע סערקול, כמו שכתוב לגבי די חיוב ברכה בביאור הלכה "שם", אזאנס וואס מזעעט טאקע וויינונג ארום דא. די שאלה איז וואסארא בייעס איז דא ביי די אינטערסעקשאן פון אמעריקא קארנער קאנאדא אז השם איז פערמענענטלי ברוגז דארט?

רב אייבשיץ האט געשריבען "שם" די קשת פון די תורה איז עפעס וואס איז נישט די וואס אונז ווייס מיר פון, עפעס א מאדנע קאמבינעישען פון קאלערס, אבער די פוסקים דיסריגארדען די שיטה און פסקנן יא צומאכען די ברכה.

האט איינער אויפגעפאסט די אינטרעסאנטע ותשחת הארץ קשת פאן ווא די געיז אין לעזביען'ס האבן זיך אזוי טרעפליך געמאכט פאר זייער סמל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:01 pm
דורך נס קאווע
ס' הייסט אז די קשת דארט איז נישט נאטורליך

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:11 pm
דורך villager
נישט קיין פארגלייך א קשת וואס איז דארט שטענדיג צו קשת וואס איז אנגעוואנדן אין אנדערע, ווילמשל רעגן מיט זון אין א געוויסער צייט און פלאץ...

א שיינער בילד וואס איך האב גענומען מיט מיין גאלאקסי פאון ווען איך בין דארט געווען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:05 pm
דורך געפילטע פיש
דאס געשעט ווען ס'געשעט צוויי רעגן בויגענס אויף איין מאל.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OQSNhk5ICTI[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:26 pm
דורך יאיר
דער יערות דבש (ח"א דרוש י"ב) שרייבט אז עס זענען דא צוויי סארטן קשת, אויף די ואס מען זעט געווענליך מאכט נישט קיין ברכה, נאר אויף א קשת וואס איז משונה בגוונותיה, איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער מיינט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:43 pm
דורך קווארטין
עיין בדברי יחזקאל פר' נח, וואס ער רעדט ארום דערוועגן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:15 pm
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס געשעט ווען ס'געשעט צוויי רעגן בויגענס אויף איין מאל.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OQSNhk5ICTI[/youtube]


הא הא דער איז דאך א חולה מסוכן...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:37 am
דורך יואליש
DotCom האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס געשעט ווען ס'געשעט צוויי רעגן בויגענס אויף איין מאל.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OQSNhk5ICTI[/youtube]


הא הא דער איז דאך א חולה מסוכן...


פארוואס חולה מסוכן? ווער ס'גלייבט באמת אין דעם אייבישטער'ס ווערטער נאכן מבול וואלט געהאט די זעלבע רעאקציע. נאר מיר האמיר עפעס אן אינטערעסאנטע וועג פון פון איין זייט זאגן מ'גלייבט דערין אבער פון די אנדערע זייט זיך אויפירן כאילו ס'מיינט גארנישט פראקטיש גערעדט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:45 am
דורך יואליש
פון די אנדערע זייט, זאגט ער נישט קלאר אז זיין התפעלות אדער יראת העונש האט צוטוהן מיט גאט'ס בונד. ס'קוקט אויס ווי א אומוויסענדע מענטש, איגנארענט פון די נאטורליכע פאנאמענאן פון רעגנבויגן און טאפעלטע רעגנבויגן, אזוי ווי די הומען ראסע איז געווען מיט טויזענטער יארן צוריק, ווען קאנפראנטעט מיט אן אומגעווענליכע ערשיינונג, פרעגט ער גלייך "וואט דאס דיס מיען?" דאס הייסט ער לעבט מיט די מיינדסעט אז אלעס מיינט עפעס, פאר אים, און ער וויינט זיך אויס ווייל ער איז גענצליך אומוויסענד וואס דאס מיינט פאר אים. ס'כאפט אים א פחד אז אפשר זאגט עס אן עפעס אומגינסטיג.

זייער טיפיקעל פאר א איגנארענט מיינד.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:54 am
דורך יואליש
שוב ראיתי, אז ער איז אפשר בכלל דאס וואס דער רמב"ם שרייבט: "בזמן שאדם מתבונן בדברים אלו... מוסיף אהבה למקום, ותצמא נפשו ויכמה בשרו לאהוב המקום ברוך הוא; ויירא ויפחד משפלותו ודלותו וקלותו... וימצא עצמו, שהוא ככלי מלא בושה וכלימה, ריק וחסר."

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:10 am
דורך ונבנתה העיר
אינטערעסאנט אז ער האט מיטגענומען אזויפיהל פלעשער משקה אויפן קעמפינג טריפ...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:16 pm
דורך אברעמעל
יואליש דא קענסטו זעהן די פערטע זייט, ער איז מסביר אז ער איז נישט געווען אויף דראגס ביים שרייען..
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0VZiwmRb3xc[/youtube]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:51 pm
דורך Espresso
דא איז ער אויף קימעל
www.youtube.com/watch?v=pu49zfbG8fY
און דעס איז געשען ביי זיין הויז, נישט אויף א טריפ. ער זאגט אז ער איז נישט געווען אויף גרעזעלעך ביי "דעי" ווידיאו, און ער האט נאך קיינמאל נישט געזען קיין יוניקארן. ווען ער האט עם געפרעגט אויב די רעגן בויגן איז די שענסטע זאך וואס ער געזען אין זיין לעבן, האט ער געענפערט אז ניין, פרויען זענען שענער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:35 pm
דורך DotCom
Espresso האט געשריבן:דא איז ער אויף קימעל
www.youtube.com/watch?v=pu49zfbG8fY
און דעס איז געשען ביי זיין הויז, נישט אויף א טריפ. ער זאגט אז ער איז נישט געווען אויף גרעזעלעך ביי "דעי" ווידיאו, און ער האט נאך קיינמאל נישט געזען קיין יוניקארן. ווען ער האט עם געפרעגט אויב די רעגן בויגן איז די שענסטע זאך וואס ער געזען אין זיין לעבן, האט ער געענפערט אז ניין, פרויען זענען שענער.

דער איז זיס משוגע... ער האט שוין דעס יאר געהאט 20 רעגנבויגנ'ס קלאפן ביי זיין טיר, איך מיין ווען מ'זעהט אים מיט א רעגן בויגן מאכט מען א משנה הבריות און זוכר הברית...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:38 pm
דורך Espresso
DotCom האט געשריבן:
Espresso האט געשריבן:דא איז ער אויף קימעל
www.youtube.com/watch?v=pu49zfbG8fY
און דעס איז געשען ביי זיין הויז, נישט אויף א טריפ. ער זאגט אז ער איז נישט געווען אויף גרעזעלעך ביי "דעי" ווידיאו, און ער האט נאך קיינמאל נישט געזען קיין יוניקארן. ווען ער האט עם געפרעגט אויב די רעגן בויגן איז די שענסטע זאך וואס ער געזען אין זיין לעבן, האט ער געענפערט אז ניין, פרויען זענען שענער.

דער איז זיס משוגע... ער האט שוין דעס יאר געהאט 20 רעגנבויגנ'ס קלאפן ביי זיין טיר, איך מיין ווען מ'זעהט אים מיט א רעגן בויגן מאכט מען א משנה הבריות און זוכר הברית...

לאל, די רעגן בויגענס קומען קלאפען אויף זיין טיר, אוי איז ער זיס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:28 am
דורך ציבעלע-קיגל
אפאר מינוט פאר הארקעין סענדי