בלאט 1 פון 1

ווייניג זעלבסטזיכערקייט? אהער מיט דיין געלט!

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:09 pm
דורך קוגל
ליידט איר פון ווייניג זעלבסטזיכערקייט? נישט קיין פראבלעם, אַהער מיט דיין געלט.
די נייע גזירה איז אַנדערש ווי די פריערדיגע גזירות (דוגמות גאטשי, עמבערט ועוד) די גזירה אפעקטירט נאר די וואס ליידן אויף ווייניג זעלבסטזיכערקייט,
מכדי אמער, דו האסט דאך נישט קיין זיכערקייט צו זאגן טראג דיך אפ פון מיר, פארוואס זאל מען זיך פלאגן ווי ביז היינט ביז מען רעדט איינעם איבער צו ווערן א מעמבער, געענדיגט מיט די פראבלעם פון איבעררעדן, מען גייט גראד נאר צו אומזיכערע מענטשן און מען נעמט זיי פארן קרבן.
א סעריע פון 6 שיעורים וואס מען קען הערן אויף א האטליין נאכן אונטערשרייבן אז מען וועט עס ח"ו נישט רעקארדירן צאלט מען $1,100. איר הערט גוט! בלויז פאר די איין חטא פון ווייניג זעלבסטזיכערקייט.

וואס זאגט איר?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:13 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם ר' קוגל, זעהט אז די קוגל זאל זיין ווארעם און פרעפערעבלי קארטאפל קוגל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:31 pm
דורך נולד מאוחר
יאנקל האט געשריבן:שלום עליכם קוגל.
לעצם הענין, דאס איז טאקע אין די זעלבע ראמען פון די אבערגלויבענישן וועלכע האבן אין די לעצטערע יארן איינגענומען די חרדישע קרייזן בעניני סגולות, מעדיצין, וכדומה. נאר וואס דו מיינסט מיט ״עמבערט״ ווייס איך נישט.

עפעס אן ענערדזשי קאמפאני מיינעך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:27 pm
דורך שמעקעדיג
אמביט, נישט עמבערט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:58 pm
דורך שמעקעדיג
קוגל האט געשריבן:ליידט איר פון ווייניג זעלבסטזיכערקייט? נישט קיין פראבלעם, אַהער מיט דיין געלט.
די נייע גזירה איז אַנדערש ווי די פריערדיגע גזירות (דוגמות גאטשי, עמבערט ועוד) די גזירה אפעקטירט נאר די וואס ליידן אויף ווייניג זעלבסטזיכערקייט,
מכדי אמער, דו האסט דאך נישט קיין זיכערקייט צו זאגן טראג דיך אפ פון מיר, פארוואס זאל מען זיך פלאגן ווי ביז היינט ביז מען רעדט איינעם איבער צו ווערן א מעמבער, געענדיגט מיט די פראבלעם פון איבעררעדן, מען גייט גראד נאר צו אומזיכערע מענטשן און מען נעמט זיי פארן קרבן.
א סעריע פון 6 שיעורים וואס מען קען הערן אויף א האטליין נאכן אונטערשרייבן אז מען וועט עס ח"ו נישט רעקארדירן צאלט מען $1,100. איר הערט גוט! בלויז פאר די איין חטא פון ווייניג זעלבסטזיכערקייט.

וואס זאגט איר?


שלום עליכם קוגל.
עס איז טאקע א סכום עצום, אבער קיינער "באשטראפט" נישט דא קיינעם. קיינער צווינגט דיר ניטעמאל.
אויב דו ווילסט זיך העלפן, דעמאלס גיט מען דיר א וועג ארויס. נישטא קיין חטא, נישט קיין עוון און נישט קיין פשע.
די עכטע שאלה איז אויב עס העלפט. אויב יא (כ'גלייב שווער), דאן לוינט זיך עס.

מען וואלט געדארפט עפענען א אשכול איבער די אלע "שיעורים" וואס ווערט לעצטנס פארפלייצט אין אלע אויסגאבעס און קול מבשר.
אזויפיל מענטשן זאגן "עדות" אויף די אומגלויבליכע רעזולטאטן.
ווייסט איינער פון גוטע רעזאלטס? אדרבה, לאמיר הערן!

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:04 pm
דורך זר זהב
איך האב פארשטאנען קודם אז "קוגל" וויל ארויסברענגען אן אנדערן פוינט. נעמליך, די אלע וואס האבן נישט קיין קאנפידענס פאלן א קרבן צו אלע סעילסלייט, זיי קענען נישט אפווארפן בעגגערס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:07 pm
דורך שמעקעדיג
אבער די בעגגערס קומען דאך נישט אין ביהמ"ד אדער אינדערהיים פייניגן א_ווי די אינשורענס אגענטן וואס לויפן נאך ביז דו פאלסט אראפ אלס א קרבן.
אזוי ווייניג קאנפידענץ פארמאגן הונדערטער אינגעלייט אז זיי פאלן פאר א פלאקאט אויפן וואנט אדער אן עד אין בולעטין/צייטונג?

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:31 pm
דורך outspoken
קול מבשר זאגט אז ס'דא א בעל מקובל אין וויליאמסבורג וואס קען אייך העלפען, אפשר בעט ער ביליגער...

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:34 pm
דורך outspoken
גער'ער רבי שליט''א הייסט די עולם נעמען כדורים, ער זאגט אפן אז ער אליין נעמט דאס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
outspoken האט געשריבן:גער'ער רבי שליט''א הייסט די עולם נעמען כדורים, ער זאגט אפן אז ער אליין נעמט דאס.


און עס האט אים געהאלפן א מכה בדופן

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:27 pm
דורך אויס מענטש
יאנקל האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט אז איין געוויסער סעמינארן-געבער האט א געוויסן אייגנארטיגן וועג פון רעדן און שרייבן, און די אלע ״טעסטימאניעלס״ (עדות׳שאפטן פון מענטשן וועלכע זענען געהאלפן געווארן) וועלכע ער דרוקט אויף זיינע אנאנסן זענען געשריבן מיט דער זעלבער אייגנארטיגער שפראך...

outspoken האט געשריבן:קול מבשר זאגט אז ס'דא א בעל מקובל אין וויליאמסבורג וואס קען אייך העלפען, אפשר בעט ער ביליגער...

ד יאינטערוויאו טאקע פון דעם בעל מקובל אויף קול מבשר
איז געפערליך שרייענד "די אינטערוויאו איז באצאלט און איך גלייב נישט קיין ווארט אין וואס איך זאג"

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:48 pm
דורך קוגל
שמעקעדיג האט געשריבן:שלום עליכם קוגל.
עס איז טאקע א סכום עצום, אבער קיינער "באשטראפט" נישט דא קיינעם. קיינער צווינגט דיר ניטעמאל.
אויב דו ווילסט זיך העלפן, דעמאלס גיט מען דיר א וועג ארויס. נישטא קיין חטא, נישט קיין עוון און נישט קיין פשע.
די עכטע שאלה איז אויב עס העלפט. אויב יא (כ'גלייב שווער), דאן לוינט זיך עס.

מען וואלט געדארפט עפענען א אשכול איבער די אלע "שיעורים" וואס ווערט לעצטנס פארפלייצט אין אלע אויסגאבעס און קול מבשר.
אזויפיל מענטשן זאגן "עדות" אויף די אומגלויבליכע רעזולטאטן.
ווייסט איינער פון גוטע רעזאלטס? אדרבה, לאמיר הערן!


איך רעד דאך פון דעם אז מען זעצט זיך ארויף אויף די אומזיכערע מענטשן ווואס קענען נישט זאגן ניין, מען ווייזט זיי אויף אז זיי דארפן עס האבן, והא ראיה זיי לאזן זיך... דאס הייסט אזוי ווי געצווינגען.
און אפילו עס העלפט ווען יא, איז נאכאלץ 1100 דאללער פאר זעקס שיעורים גניבה, ווייל עס העלפט וועגן דעם מעג מען בעטן אזויפיל געלט? ביי די גוים קאסט די זעלבע שיעורים וואס העלפן די זעלבע און נאך בעסער נישט מער ווי הונדערט דאללער. דעיע שיעור וואס איך רעד באגלייט גארנישט פערזענליך דעם מענטש אז ער זאל קענען זאגן אז ער גיט עפעס מער ווי א פשוט'ע שיעור.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 8:25 pm
דורך ידען

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:02 am
דורך ונבנתה העיר
דערען בראון מאכט עס אין א האלבע מינוט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZgWvn4yldM4[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Br2YfuR-Iv0[/youtube]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:38 am
דורך ונבנתה העיר
יא, פארגעסן, זעלבסטזיכערקייט טיילט ער אויך.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sg8S9yBlRFM[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:50 pm
דורך רגיל
מעג דען נישט יעדער איד טרייען וואס ער קען צו מאכן א דאלער?

ביי אונז אין ביהמ"ד די וואך איז אריינגעקומען א איד נאך געלט, מיט זייער אסאך בריוון און די האנט, נאכן ארומגיין, גייט ער ארויס פונעם שטיבעל, און ער קומט צוריק מיט א ראפעל בוק, אז מען קויפט פאר 10 דאלער קען מען געוואונען די סטעטש אוו ליבערטי, איך ווייס אליין נישט וואס.

איך האב מיך אזוי אויפגערעגט, קודם גייסטו ארום פאר א נדבה נאכדעם די ראפעל בוק? אבער ווי מען קען מאכן א דאלער טוט מען וואס מען קען

נישט אזוי?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 6:07 pm
דורך שרייבער
רגיל האט געשריבן:מעג דען נישט יעדער איד טרייען וואס ער קען צו מאכן א דאלער?

ביי אונז אין ביהמ"ד די וואך איז אריינגעקומען א איד נאך געלט, מיט זייער אסאך בריוון און די האנט, נאכן ארומגיין, גייט ער ארויס פונעם שטיבעל, און ער קומט צוריק מיט א ראפעל בוק, אז מען קויפט פאר 10 דאלער קען מען געוואונען די סטעטש אוו ליבערטי, איך ווייס אליין נישט וואס.

איך האב מיך אזוי אויפגערעגט, קודם גייסטו ארום פאר א נדבה נאכדעם די ראפעל בוק? אבער ווי מען קען מאכן א דאלער טוט מען וואס מען קען

נישט אזוי?

די וואך באגעגענט א איד פארקויפט עפעס א סעט פון צוויי ספרים פאר 35 דאלער, זאג איך אים איך האב נישט, זאגט ער אקעי, איך גיי נאך געלט פאר הכנסת כלה