בלאט 1 פון 1

אשכולים וויינען: "הבה לי תגובות ואם אין מתה אנוכי"

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:21 pm
דורך זר זהב
ס'דא א באזונדער קנעפל אויף די היים זייטל פאר אלע אשכולים וואס האבן נישט געבוירן תגובות. כ'ווייס נישט וויפיל כאפן זיך דארט אריבער, אפשר קען מען זיי אויפלעבן מיט א גוט ווארט אדער סתם א קליינע הערה'לע. נישט קיין חילוק מיט וואס, יעדער קען עפעס טון אויפצורעכטן די עקרות, אפילו בלויז איין ווארט לעבט זיי אויף.

search.php?search_id=unanswered

{און דער גרעסטער אייראני וועט זיין אויב מ'וועט לאזן דיזן אשכול אריינפאלן צווישן יענע אשכולים... ביטע!}

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:42 pm
דורך הציץ ונפגע
פונקט קאפויער. אזוי ווי זיי זענען יעצט, האבן זיי כאטש א תקומה אין א באזונדערען זוך-קנעפל. אז מ'וועט עפעס מגיב זיין וועלן זיי גענצליך פארפאלן ווערן אין די תהום הנשיה, די טיפע ארכיוון פון קאווע שטיבל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:44 pm
דורך זר זהב
לול... דו גייסט צו טיף...

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:48 pm
דורך הציץ ונפגע
דער עיקר מטרה מיינער איז געווען אז דיין אשכול זאל נישט חלילה בלייבן אן עקרה...

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:50 pm
דורך זר זהב
חחחח :לייק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:43 am
דורך בין_המצרים
ויחר אפי ואמרתי: התחת התגובה אנוכי?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:20 pm
דורך sunbar
און נאך א אשכול איז געגאנגן שלאפן...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:21 pm
דורך זר זהב
LOL

בבחינת שיסטער גייט מיט צ. שיך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:42 pm
דורך זר זהב
איך ווייס ליידער פון עטליכע אשכולים וואס האבן זיך געוואנדן צו בוני עולם פאר הילף. שוין, איך גיי נישטא בארעדן אזא מוסד וועלכע העלפט ארויס גענוג און נאך מיטגעמאכטע. נישט נאר האבן זיי נישט געאפפערט הילף פאר די אשכולים נאר גאר זיי באשייגעצט אלץ פאלנע ליידיגייער. אקעי איך סטאפ.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:00 am
דורך גרוש
קריאה מעורר הזמן די וואכעדיגע סדרה!!!
הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי,

אז מ'רעדט שוין פון בוני עולם:
בוני עולם לייגט אלץ אראפ די עמאושענאל געפיל פון א קאפל אהן קינדער,
אין אלע זמני ומועדי השנה,
עס איז באמת ווייטאגליך און שוידערליך, עס ברענטג טאקע ארויס דמעות,

אבער וואס קיינער האט נאך נישט ארויסגעברענגט איז
אז די אידן וואס האבן ליידער נישט קיין קינדער האבן כאטש א ווייב מיט וועם זיי שעהרן די פראבלעם

אידן אין מיין מצב,
האבן ביידע נישט, סיי די אלע פראבלעמען דורכ'ן יאר
און ניטאמאל א ווייב אויך נישט,
עס איז סאך ערגער די מצב, און די געפילן
יעדע שבת, יעדע יו"ט, יעדע נאכט,