בלאט 1 פון 1

רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:33 pm
דורך דולה ומשקה
שווער זיך אריין צו לאזען דא אהער, רעדען פון דער הייליגע אר"י הקדוש, אבער מעתיק זיין פון די ווערטער הגה"ק ונורא רבי אייזיקל קאמארנא זי"ע בעל היכל הברכה כאפט נאר א ציטער אין פחד.

"אור המאיר לארץ ולדרים, אלקי קודש קדשים רבינו יצחק לוריא זצ"ל, שהיה אביו אשכנזי ואמו ספרדית מארץ מצרים, והיה מדריגתו גדול מן הנביאים, לא נראה ולא נשמע מדריגות גבוהות כאלו אף בימות התנאים, ולא נתגלה מדריגתו חלק מאלף אלפי אלפים ממש בלי גוזמא..." (זר זהב על שולחן הטהור סימן סו סק"ב)

"למדריגות מרן האר"י וריב"ש טוב, והוא מדרגה שקרובה למדריגת הנביאים" (ז"ז סי' צ"ח סו"ס א)

מרן [האר"י] הקדוש, קדושתו היתה יותר מכהן גדול שנכנס לפני ולפנים [בקודש הקדשים, ביום הקדוש], אלף פעמים, ובליל אחת שהיה עושה יחוד גדול ונורא בגבהי מרומים, בין דודים עליונים על ידי קדושת יחודו הנורא, היה צריך שמירה כמו כהן גדול ויותר..." (זכרון דברים ח"ב די"ב)

"...שירד עיר וקדיש מלאך אלקים קדוש רבינו יצחק אשכנזי וכו' והוא בירר ברוח הקודש סדר התפלה..." (זר זהב על שוה"ט סי' מ"ו סק"א)

"...האמת יורה דרכו, שקדושת מרן קדושתו כחיות הקודש וכשרפים, לא עשה שום תנועה אלא ביחודים קדושים, ולעשות בתחתון ולרמז בעליון..." (ז"ז סי' כ"א סו"ס א)

מלאך אלוקים קדוש מרן האר"י וכו' והוא היה יודע ברוח קדשו כל ההוה שבעולם, כל הנשמות שהיו מאדם הראשון עד ביאת משיח, מה היה עמהם..." (ז"ז סי' ס"ח סק"א)

"...כידוע שרשב"י ואליהו וכל התנאים ואמוראים נתגלה בהקיץ למרן האר"י..." (זוהר חי חלק ד' דף ע' ע"א)

"...מרן האר"י הח"י קיבל מפי עוטה אורה, אשר לא היה כמותו מימות משה רבינו..." (זוהר חי חלק ד' דף קט"ו ע"ב)

"...מלאך אלקים קדוש מרן האר"י, שכל דבריו מפי הקב"ה כמשה רבינו..." (מעשה אורג ברכות דף ב')

"...מרן האריז"ל ששקול כשבעים סנהדרין של משה רבינו ויותר..." (ז"ז סי' ר"ס ס"ח)

"...מרן טבית דינו היה גדול מבית דינו שלא אלישע הנביא..." (ז"ז סי' ל"ז סק"א)

בעניני הלכה באנוצט ער זיך מיט גאר גרויסע לשונות, לדוגמא:
"...כך פסק מרן האר"י והחולק עליו חולק על השכינה..." (ז"ז סי' ר"ג ס"ה)

"...ומי שעובר על דבריו בלי אונס שרי ליה למיקרי עבריינא, כי כל דבריו אפילו דבר קטן הוא מה ששמע לא מפי מלאך ולא מפי שרף אלא מפי הקב"ה בעצמו..." (ז"ז סי' ר"ס ס"ז).

ברצות ה' עלי ארחיב היריעה בזה

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:44 pm
דורך יידל
תודה לך, דולה ומשקה מתורת רבותינו.

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:49 am
דורך סוף טוב הכל טוב
קורצע שאלה: פון וואנעט האט דער קאמארנער זי"ע געשעפט זיין אפשאצונג אויף דעם אריז"ל, פון שבחי אר"י? פון דאס וואס ער האט געלערנט אין כתבי אריז"ל? וויאזוי ווייסט א מענטש אפצושאצן מיט אזוינע הפלגות און גוזמאות איינעם וואס דו האסט נישט געקענט פערזענלךע?

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:28 am
דורך טאמבל סאס
איי לאָווד @דולה ומשקה מיט זיינע באשרייבונגען און אויפדעקונגען. ספעציעל די מעשהלעך פון די מוידן ווי זיי האבן געוואשן די וועש ביים טייך אין דער אלטער היים לול. ווען קומט ער שוין צוריק?

לענינינו, דער קאמארנער האט דאס מסתמא געזאגט בעיסד אויף דעם ארי'ס כתבים וואס איז דאך רוב אויב נישט אלע געווען ר' חיים וויטאל'ס. איך האב קיינמאל נישט געלערנט דעם אר"י, איז ער טאקע אזא מלאך אלוקים צבקות אדער פשוט געווען א גוטער בלשן און שפיהלער מיט אותיות? כ'מיין, האט ער געקלעימט אויף זיך מיסטעריעזע און מיסטישע זאכן?

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:01 am
דורך ודברת בם
ס'איז לאו דווקא אז איינער איז א שפילער אויב ער ווערט פארהייליגט מער ווי די שכל איז נותן. ווען מ'זעט וואס די ליבאוויטשע טוען מיט זייער רבי קען מען פארשטיין וואס די קאמארנא צו רבי חיים וויטאל טוען מיט די הייליגע אר"י הקדוש.

די ליבאוויטשע פונאמענע גיט מיר צו פארשטיין היסטאריע אויף א ווינדרליכע אויפן. ווען איך באטראכט ווי די ארטיגע בחורים לייגן זייער האנט אויפן קאפל צו זיך געבן שתי כיסוי ראש פאר זיי שרייען אויס מיט פאטאס יחי אדונני מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד און א צייט פון ווידיאו מיט אינטערנעט פארשטיי איך אלעס, אלעס! אלעס פון אונזערע היסטאריע ביז די קריסטליכע משיח היסטאריע. אלעס איז זייער פארשטענדליך!

רבותי אויב ווילט עטץ פארשטיין היסטאריע, גייט קיין 770

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:26 am
דורך [NAMELESS]
מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווייל ס׳איז דא אפאר משוגעים אין 770 וועגן דעם מוז זיין אז ס׳איז נישט געוועהן קיין איין ערליכער איד?, די אר״י הק׳ האט מגלה געוועהן סודות וואס איז נישט נתגלה געווארן דורך משה רבינו אדער רשב״י, אטאמאטיש פארשטייט יעדע בר דעת אז מען רעדט פון א צדיק אמת וואס האט זוכה געוועהן צו ריזיגע מדריגות.

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:34 am
דורך ודברת בם
איך קאמענטיר נאר אויף די טראנזיציע פון זיין א זשעני מיט גרויסע כוחות ביז ווערן א משיח און א משה רבינו. ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

די התגלות קען מען אבזערווירן און 770 לייוו ביי די "פאר משוגעים" ווי די ריפסט זיי. טויזענטע היימישע אידן! ווען 770 איז ווען צוויי טויזענט יאר צוריק איז די רבי א יוזל רח"ל ביז פופציג יאר.

ואידך פרישא זיל חשוב.

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:01 pm
דורך צקון לחש
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:49 am קורצע שאלה: פון וואנעט האט דער קאמארנער זי"ע געשעפט זיין אפשאצונג אויף דעם אריז"ל, פון שבחי אר"י?

כיוצא בזה, דאס אז דער בעש"ט'ס פאטער האט געהייסן אליעזר האט דער קאמארנער ווארשיינליך גענומען פון... שבחי בעש"ט

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:38 pm
דורך סקעפטיקער
א שמועס איבער די אבנארמאלע הפלגות פונעם קאמארנער אויפן אר"י
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=213844#p213844

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 5:01 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:28 am איי לאָווד @דולה ומשקה מיט זיינע באשרייבונגען און אויפדעקונגען. ספעציעל די מעשהלעך פון די מוידן ווי זיי האבן געוואשן די וועש ביים טייך אין דער אלטער היים לול. ווען קומט ער שוין צוריק?

לענינינו, דער קאמארנער האט דאס מסתמא געזאגט בעיסד אויף דעם ארי'ס כתבים וואס איז דאך רוב אויב נישט אלע געווען ר' חיים וויטאל'ס. איך האב קיינמאל נישט געלערנט דעם אר"י, איז ער טאקע אזא מלאך אלוקים צבקות אדער פשוט געווען א גוטער בלשן און שפיהלער מיט אותיות? כ'מיין, האט ער געקלעימט אויף זיך מיסטעריעזע און מיסטישע זאכן?
איך וויל נישט סאונדן ווי א לץ. דער אר"י הק' איז טאקע געווען א גרויסער מענטש למעלה מהשגתינו. נאר ס'קלינגט א ביסל מוגזם. מער ווי די תנאים און אמוראים. מער ווי א רשב"י?! לא מתיישב לי בראש...!

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:13 am
דורך [NAMELESS]
]
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 5:01 pm

בערל ווען מ׳רעדט אז די אר״י הק׳ איז געוועהן גרעסער ווי תנאים ואמוראים מיינט עס די זעלבע ווי ס׳שטייט אויף רשב״י אז ער איז געוועהן גרעסער פון משה רבינו, פארשטייט זיך אין די תורה שטייט אז מש״ר איז געוועהן די גרעסטע וואס כלל ישראל האט אמאל געהאט, אבער אין געוויסע בחינות (לדוגמא פון מגלה זיין סודות התורה) איז רשב״י געוועהן גרעסער.

Re: רבי יצחק לוריא - האר"י הקדוש במשנת קאמארנא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:58 pm
דורך אינטערסאנטער
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 5:01 pm
טאמבל סאס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:28 am איי לאָווד @דולה ומשקה מיט זיינע באשרייבונגען און אויפדעקונגען. ספעציעל די מעשהלעך פון די מוידן ווי זיי האבן געוואשן די וועש ביים טייך אין דער אלטער היים לול. ווען קומט ער שוין צוריק?

לענינינו, דער קאמארנער האט דאס מסתמא געזאגט בעיסד אויף דעם ארי'ס כתבים וואס איז דאך רוב אויב נישט אלע געווען ר' חיים וויטאל'ס. איך האב קיינמאל נישט געלערנט דעם אר"י, איז ער טאקע אזא מלאך אלוקים צבקות אדער פשוט געווען א גוטער בלשן און שפיהלער מיט אותיות? כ'מיין, האט ער געקלעימט אויף זיך מיסטעריעזע און מיסטישע זאכן?
איך וויל נישט סאונדן ווי א לץ. דער אר"י הק' איז טאקע געווען א גרויסער מענטש למעלה מהשגתינו. נאר ס'קלינגט א ביסל מוגזם. מער ווי די תנאים און אמוראים. מער ווי א רשב"י?! לא מתיישב לי בראש...!
לא מתיישב לי בראש וויאזוי די ווילסט זיך קריגן מיט דער קאמארנער. למעשה שטייט אז עס איז דא ספעציעלע נשמות וואס זענען נאך גרעסער ווי די פריערדיגע, און האבן שייכות מיט אורו של משיח, מיט אזעלכע אורות וואס איז נישט געווען מימות עולם, א שטייגער ווי דער אר"י הקדוש מיט דער בעל שם טוב הקדוש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:08 pm
דורך ברוך שפינוזה
די קשיא פאנגט זיך שוין אן אויפ'ן גמרא וואס זאגט אז שמואל איז געוועהן שקול כנגד משה ואהרן, ווען דו וועסט דאס פארשטיין וועסטו שוין אויך קענען פארשטיין דעם קאמארנער.

לגבי דאס גרויסקייט פונעם בעל שם טוב קוק דא.