בלאט 1 פון 1

Windows 8

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:45 am
דורך חד גדיא
די וואך פרייטאג קומט ארויס ווינדאוס 8. דער עולם גרייט זיך אינגרויסן. בפרט אז עס קומט גרויסע טשעינדזשעס.
א בליק אויף די נייע אינטערפעיס
בילד

אכט זאכן וואס איר דארפט וויסן!
http://venturebeat.com/2012/10/21/windo ... -8-start-2

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:54 am
דורך שמעקעדיג
די 8 זאכן איז נישט עפעס מורא'דיג.

ענדערש לייען דא"

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2392889,00.asp

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:50 am
דורך חכם מחוכם
אינטערסאנט זיי קומען ארויס מיט א נייע ווינדאוס בעת די אלטע איז ניטאמאל אזוי אויפגעכאפט, רוב ביזנעסער ארבעטן נאך אויף Windows 7, אינטערסאנט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 9:56 am
דורך געפילטע פיש
חכם מחוכם האט געשריבן:אינטערסאנט זיי קומען ארויס מיט א נייע ווינדאוס בעת די אלטע איז ניטאמאל אזוי אויפגעכאפט, רוב ביזנעסער ארבעטן נאך אויף Windows 7, אינטערסאנט

מיינסט צו זאגן אז רוב ביזנעסער ארבעטן נאך נישט אויף Windows 7?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 6:09 pm
דורך נו גוט נו
ווי איך האב געלייגט איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט מאכט נאך די אכטער פענסטערל פראבלעמען אויף געוויסע זאכן נמשל אדובי פראגרעמ׳ס מאכט נאך פראבלעמען, זיי זאגן אז זיי ארבעטען האנד ביי האנד מיט אדובי עס צו פארעכטן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:28 pm
דורך משה רוקח
איך ארבעט זייער געשמאק מיט אדאבי פראגראמס אויף ווינדויס אכט אהן קיין שום פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 1:50 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך.
איך נוץ פאטאשאפ עלעמענטס, אין קעיס עס אינטרעסירט איינעם.

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 8:38 am
דורך נו גוט נו
אגב איז שוין דא א פילטער (באמת מער פון איינץ) פאר ווינדאויס 8 ונשמרתם האט עס ארויס געגעבן
נאר די טעג (tag) חברה דרייען סתם א קאפ ווייל זיי ניצן k9 ממילא זענען זיי געבליבן סטאק ווייל k9 ארבעט נאך נישט פאר ווינדאויס 8 ממילא הענגן זיי ארויס צעטלעך אז ווינדאויס 8 קען מען נישט פילטערן לא דום ולא יער, דארפסט א ווינדאויס 8 קויף איינס מ׳קען עס פילטערן....

נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 11:18 pm
דורך איחוד פעלד
וואס רעדסטו

טעג ארבעט שעות ארוכות און זענען משים לילות כימים אויף דער ווינדאס אכט פראבלעם, זיי פראבירען צו פארהאנדלען מיט מייקראסאפט אויף א פילטער, און די רשעים ווילען זיך נישט בייגען, האבען זיי געמוזט פאטשען מספ"ט אין פנים, האבען זיי ארויס געגעבען א איסור, האט זיך מספ"ט דערשראקען און זיך געבויגען, און זיי געבען נאך אלע פארלאנגען פין טעג, ממילא איז ארויסגעקומען א פילטער וואס איז כשר לכל הדיעות. האט זיך ונשמרתם ארויף געכאפט און געבען ארויס דער פילטער וואס טעג האט אדורך געארבעט מיט מספ"ט אויף זייערע אייגענער נאמען.

ואידך פירושא הוא........

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:10 am
דורך ברסלבער
לוינט זיך צו טוישן צו Windows 8 ?
וואס זענען די מעלות און חסרונות?
איך מיין אז די נייע START וואס זיי האבן געמאכט האט נישט קיין הענט און קיין פיס
אפשר ווייל איך בין צוגעוואוינט צו די אלטע

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:19 am
דורך איחוד פעלד
ברסלבער האט געשריבן:לוינט זיך צו טוישן צו Windows 8 ?
וואס זענען די מעלות און חסרונות?
איך מיין אז די נייע START וואס זיי האבן געמאכט האט נישט קיין הענט און קיין פיס
אפשר ווייל איך בין צוגעוואוינט צו די אלטע


איין מעלה איז אז עס ארבעט בעסער מיט פראגראמען וואס זענען געמאכט פאר אלטע ווינדאס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:41 am
דורך שמעקעדיג
די נייע סטארט איז פאר רוב מענטשן א אנזעץ שאין כמוהו.
אבער עס איז זייער גרינג צו איגנארירן. עס זאנען פאראן עטליכע דריטע-פארטי פראגראמען וועלכע לייגן דיר צוריק דעם סטארט קנעפל, און דו שפירסט זיך צוריק אינדערהיים.
עס זענען אויך פאראן עטליכע טעטאריעלס אנליין וועלכע מאכן ווינדאוס 8 אויסקוקן ענליך צו ווינדאוס 7.
איך זעה נישט עכט פארוואס איינער זאל זיין אינטרעסירט צו סוויטשן צו ווינדאוס 8, הגם עס האט געציילטע אימפראוומענטס, אביסקעלע שנעלער, קאפיען פיילס און ווינדאוס עקספלאורער איז אויך א טראפקעלע בעסער, וכו'.

איין אינטרעסאנטע חילוק וואס איך האב אנגעמערקט אנדער ווי ווינדאוס 7, (עס קען זיין א מעלה פאר עטליכע, פאר מיר פערזענליך שטערט עס אסאך מאל), אז די קיבאורד איז יוניווערסאל.
דאס הייסט אזוי, אין ווינדאוס 7 אויב דו שטעלסט אן אידיש אין קראום בראוזער פאר קאווע שטיבל (למשל), אבער נאכדעם גייסטו צו אן אנדערע פראגרעם, למשל נאוטפעד, איז עס ווייטער ענגליש, דהיינו דער קיבאורד טוישט זיך נאר פאר דעם פראגרעם אין וואס דו פארלאנגסט עס.
משא"כ אין ווינדאוס 8, אויב טוישטו צו אידיש בלייבט עס אידיש פאר אזוי לאנג ווי דו טוישט עס צוריק. דאס קען זיין א פראבלעם אויב צב"ש איך וויל אידיש אין ווארד, און טייפן ענגליש א אימעיל, אין ווינדאוס 7 איז עס אקעי, אבער נישט אין ווינדאוס 8.
אויך למשל ווען איך צינד אן דעם קאמפיוטער און ער פארלאנגט דעם פעסווארד, איז דער קיבאורד נאך אלץ אידיש פון נעכטן און איך מוז עס צוריק טוישן צו ענגליש.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 1:08 pm
דורך נו גוט נו
מיר דייקא האט עס געשטערט אז עס טוישט זיך צוריק צו ענגליש, ווען איך וויל אידיש בלייב ביי אידיש, פאלג וואס מ׳הייסט דיר זיי מיר נישט קיין אויבער חכם, על טעם וריח....

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 2:00 pm
דורך ניו יארק
נו, ווענט זיך ווי אידיש מען איז.....

בייגעדיגע סקריען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 4:00 pm
דורך נולד מאוחר
[url=
http://www.vosizneias.com/121375/2013/0 ... ne-screen/]www.vosizneias.com/121375/2013/01/10/las-vegas-nv-gadget-watch-samsung-shows-bendable-phone-screen/[/url]
מיין פאן וויל נישט פאסטן פיקטשערס.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:16 am
דורך שמעקעדיג
נאך אומצאליגע קאמפלעינס אויף די נייע ווינדאוס 8, גייט מייקראסאפט ארויסגעבן א אפדעיטעד ווערסיע פונעם אפערעטינג סיסטעם, וואס די קאוד נאמען ביז לעצטנס איז געווען BLUE, אבער וועט הייסן בלויז ווינדאוס 8.1,

די גרעסטע חידוש איז אז זיי גייען צוריקלייגן א START קנעפל (כאטש עס וועט אויסזעהן אנדערש ווי אין ווינדאוס 7) וואס דאס איז געווען דער נומ. #1 קאמפלעינט, און נאך אנדערע טשעינדזשעס,
פאר מער דריקט נומבער.....?

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419698,00.asp
http://www.pcworld.com/article/2040309/ ... -know.html
http://www.pcworld.com/article/2040316/ ... ows-8.html

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:52 am
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:נ

די גרעסטע חידוש איז אז זיי גייען צוריקלייגן א START קנעפל (כאטש עס וועט אויסזעהן אנדערש ווי אין ווינדאוס 7) וואס דאס איז געווען דער נומ. #1 קאמפלעינט, און נאך אנדערע טשעינדזשעס,
פאר מער דריקט נומבער.....?

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419698,00.asp


ווי איך האב פארשטאנען לייגען זיי נישט צוריק קיין סטארט מעניו, נאר אזא קנעפל אין ווינקל וואס וועט דיר ברענגען צו די טיילס, נישט קיין גרויסע תועלת. בלייב מיר מיט די פראגרעם וואס ברענגט צוריק א נארמאלע סטארט מעניו ושלום על ישראל.