בלאט 1 פון 4

איך האב קיין ציהל אין לעבן {איי אנלי העפפין טו נאו איט}

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:04 am
דורך זר זהב
ביי נאו (by now) בינעך אין א מצב וואו איך וויל פשוט סורווייוון, כ'וויל קענען באצאלן די בילס, כ'וויל די צייט זאל שוין לויפן און כ'זאל חתונה מאכן די קינדער ווען דער צייט וועט קומען און פיניש. נאכדעם וועט מען אפזיצן אין פאליש פאר די רעסט אוו מיי לייף. וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?

וואס דארף איינער טון וואס זיינע פלענער פון לעבן ארבעטן זיך נישט אויס? ער האט געוואלט ארבעטן אין איין געוויסע אינדוסטרי אבער צוליב געוויסע סיבות ארבעט זיך עס נישט אויס, זאל ער זיך איינרעדן אז באמת האט ער אלץ געוואלט זיין א ברויט דעליווערי-מאן אדער א באקס שלעפער?

אדער קען מיר איינער דערלערנען וויאזוי מ'ווערט אזא פאזיטיווער בעל דמיון, זיי רעדן זיך סוקסעספולי איין אז זיי לעבן מיט א ציהל, כ'וועל מיר שוין פארשאפן א בלעקבערי.

אפשר איז חתונה מאכן די קינדער גענוג אליין א ציהל?

דאס לעבן זייגט ברוחניות ובגשמיות

נח לו לאדם שלא נברא ביג טיים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:08 am
דורך חד גדיא
קודם כל מיט דיין בלאנט טאלק האסטו שוין א ציל. דו אינספייערסט מענטשן! דו האסט א געשמאקן פעדער! דו ברענגסט ארויס בכתב וואס א צווייטער וואגט זיך קוים צו טראכטען. כה לחי!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:12 am
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

וואס איז געווען דער ציהל וואס דער אייבערשטער האט נישט צוגעלאזט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:14 am
דורך מורינו הרב
א דאקטער..........

ח"י רוטל איינשפריץ יעדע האלבע שעה, אפשר דאס וועט העלפן...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:17 am
דורך זר זהב
ונבנתה העיר האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

וואס איז געווען דער ציהל וואס דער אייבערשטער האט נישט צוגעלאזט?

ס'באמת נישט אזוי נוגע, כ'האף איר פארשטייט מיך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:32 am
דורך שמעקעדיג
מיין קאמפיוטער איז נאס פון (דידזשיטעל) טרערן.
מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:38 am
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין קאמפיוטער איז נאס פון (דידזשיטעל) טרערן.
מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות.

:D

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:24 am
דורך קוגל
זר זהב האט געשריבן: און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?

יא דו האסט עס זייער גוט ארויס! די אינגערלייט וואס האבן א "ציל" (אפילו א נארישע ציל) זענען זייער פריילעך דו ביזט נישט דער מחדש פון דעם עס איז אלטע טעאריע. דער פאקט פון טראכטן אז איך וועל אמאל זיין א מיליאנער מאכט געפערליך פרייליך. און אז זיי טראכטן גענוג שטארק דערפון און גענוג לאנג דערפון מיט א אמת וועלען זיי אנגעקומען. אויב וועסטו אפמאכן ווי די וויסלט עכט אנקומען (למשל חתונה מאכן די קינדער און לעבן רוהיג) אויב וועסטו עס מאכן פאר א שטארקע גאול וועסטו אויך זיין אוזי העפי ווי די מילאנערן. אויב וועסטו אפמאכןן פעלזן פעסט אז דו ווילסט אנקומען צו א געוויסע מין דזשאב וועסטו אויך זיין העפי און וועסט עווענטועלי טאקע אנקומען אהין. ווייל בשעתן ארבעטן פאר בי ענד עיטש וועסטו זיך מער אינטרעסירן וועגן יענע נושא, וועסט רעדן צו די מענטשן וואס טוען עס און וועסט אנקומען ערגעץ.
פארשאף זיך נישט א בלעקבערי ווייל דו האסט אנדערע צילן
און יא אויב וועסטו האבן אזא פעלזן פעסטע ציל ווי די מענטשן האבן פאר געלט וועסטו אויך ווערן אוזי פאזיויוו. דאס איז בדוק ומנוסה.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:26 am
דורך בין_המצרים
זר זהב האט געשריבן:ביי נאו (by now) בינעך אין א מצב וואו איך וויל פשוט סורווייוון, כ'וויל קענען באצאלן די בילס, כ'וויל די צייט זאל שוין לויפן און כ'זאל חתונה מאכן די קינדער ווען דער צייט וועט קומען און פיניש. נאכדעם וועט מען אפזיצן אין פאליש פאר די רעסט אוו מיי לייף. וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?

וואס דארף איינער טון וואס זיינע פלענער פון לעבן ארבעטן זיך נישט אויס? ער האט געוואלט ארבעטן אין איין געוויסע אינדוסטרי אבער צוליב געוויסע סיבות ארבעט זיך עס נישט אויס, זאל ער זיך איינרעדן אז באמת האט ער אלץ געוואלט זיין א ברויט דעליווערי-מאן אדער א באקס שלעפער?

אדער קען מיר איינער דערלערנען וויאזוי מ'ווערט אזא פאזיטיווער בעל דמיון, זיי רעדן זיך סוקסעספולי איין אז זיי לעבן מיט א ציהל, כ'וועל מיר שוין פארשאפן א בלעקבערי.

אפשר איז חתונה מאכן די קינדער גענוג אליין א ציהל?

דאס לעבן זייגט ברוחניות ובגשמיות

נח לו לאדם שלא נברא ביג טיים


זיך מאכן א ציל אין לעבן מיט דער ארבעט איז אפטמאל נישט רעאליסטיש אין אונזער וועלטל. אפשר זאלן מיר זיך שטעלן צילן אין לעבן אין אנדערע תחומים, וואו סאיז יא מעגליך צו דערגרייכן עפעס?
N

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:50 am
דורך לאדיך אפ
אמת די לעבן זייגט, אבער מ'קען ענדזשויען לייף אן קיין ציל. ענדזשוי דיינע קינדערס ענטיקס, אינטימעסי מיט דיין ווייב, א געשמאקע קאווע אינדערפרי, א ווארעמע מקוה, א גוטע פרשיטאג, א לאנגע נאפעץ, א שיינע וועטער, א געלונגענע ניגון, א גוטע ארטיקל, א היציגע ויכוח, די פאסיביליטיס אר ענדלעס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:11 pm
דורך gehlungen
I think if you would be a chabadtzky you would have a "seepek hachaim " & I'm not a chabadtzky!!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:53 pm
דורך מורינו הרב
איך האב א בעסערע עצה... טראכט פון יענע וועלט... מסתמא וועסטו דאך מאכן א לעבן דארט אין גן-עדן, טראכט אריין ווי אזוי דו וועסט האצקענען דארט, אזוי וועסטו האבן א סיפוק.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:18 pm
דורך Espresso
וואס האט א ציל מיט פרייליכקייט? איינער וואס פארט אויף א הייוועי און דארף אנקומען קיין האצענפלאץ איז מער פרייליך ווי דער וואס פארט אן קיין ציל?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:19 pm
דורך זר זהב
Espresso האט געשריבן:וואס האט א ציל מיט פרייליכקייט? איינער וואס פארט אויף א הייוועי און דארף אנקומען קיין האצענפלאץ איז מער פרייליך ווי דער וואס פארט אן קיין ציל?

געווענליך יא. אחוץ אויב ער פארט קיין האצענפלאץ צו אטטענדען א לוויה.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:23 pm
דורך Espresso
אפילו אויב נישט, דער וואס פארט אן א ציל טרייט אויס זיין נייע פארארי!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:24 pm
דורך זר זהב
אבער זיין גאז גייט לאיבוד!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:27 pm
דורך Espresso
גייט עם נישט אן, ער האלט אינמיטען א קאר-גאזעם פון די פאוער פון די ענדשין.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:28 pm
דורך זר זהב
Espresso האט געשריבן:גייט עם נישט אן, ער האלט אינמיטען א קאר-גאזעם פון די פאוער פון די ענדשין.

:like

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:53 pm
דורך שמעקעדיג
געזעהן אין די מעלות

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:55 pm
דורך זר זהב
סאטמארע רב האט געזאגט אז פאר איין מגילה הערן לוינט זיך אראפצוקומען!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:47 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:סאטמארע רב האט געזאגט אז פאר איין מגילה הערן לוינט זיך אראפצוקומען!

ער האט זיך אויסגעדרוקט: עס לוינט זיך צו ליידן 70 יאר פאר איין מאל קריאת המגילה!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:57 pm
דורך זר זהב
אקעי וואו קעמען הערן די מגילה?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:28 am
דורך petergrifin
׳סלוינט זיך אלעס פֿאר קאַװע שטיבל