זאל ראמני נאכאמאל ארויף ברענגן די "ליביע" פראגע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לעב און לאך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

זאל ראמני נאכאמאל ארויף ברענגן די "ליביע" פראגע?

שליחה דורך לעב און לאך »

דאס אמעריקאנער פאלק גרייט זיך היינט אויף די דריטע און לעצטע פרעזידענטליכע דעבאטע פון די יעצטיגע וואל סעזאן. דער דעמאקראטישער פרעזידענט, באראק אבאמא, און זיין קעגנער דער רעפובליקאנער קאנדידאט, מיט ראמני, וועלן זיך נאכאמאל טרעפן היינט נאכט צו דעבאטירן דעם פרעזידענט'ס פאליסי'ס און אויך ארויף ברענגן נייע געדאנקען וויאזוי ער, ראמני, וועט פארבעסרן אונזער מצב סיי אינדערהיים און אויך איבער די וועלט.

איך בין זיכער אז רוב חברים דא האבן מיטגעהאלטן די גרויסע געווינס פון מיט ראמני ביים ערשטן דעבאטע דריי וואכן צוריק. ער איז געקומען גוט צוגעגרייט, ער האט געצימבעלט דעם פרעזידענט אויף כמעט אלעס וואס ער האט געטון די לעצטע צוויי יאר, און דער פרעזידענט, מיד און אויסגעמוטשעט, האט אים אנגעקוקט ווי א האן אין בני אדם און נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. ער האט געשטאמעלט עטליכע ווערטער דא און דארט - אבער גארנישט זאכליך.

ביים צווייטן דעבאטע, פארגאנגענעם וואך דינסטאג, איז עס שוין נישט געגאנעגן אזוי גוט פאר מיט ראמני. דער פרעזידענט האט זיך געלערנט פון זיינע טעותים ביים ערשטן דעבאטע און ער איז געקומען פול בעסער צוגעגרייט. קען זיין טאקע אז ער האט נישט געזאגט קיין סאליד פונקטן, אבער ער איז געווען אגרעסיוו און באוויזן אפצושלאגן די אטאקעס פון זיין רעפובליקאנער קעגנער. ווי זאגט מען: ווער עס שרייט העכער איז די געווינער, און מיט דעם האט באראק אבאמא גאר שטארק געווינען.

אבער מיט ראמני האט געהאט גאר אן אפעקטיווער וואפן ביים פאריגן דעבאטע: דאס איז די צעמישעניש און לעכעריגקייט מיט וואס די פרעזידענט און זיינע געהילפן האבן באהאנדעלט די אטאקע אין ליביע. ראמני האט טאקע אנגעהויבן ניצן די וואפן, ער האט אנגעהויבן רעדן וועגן ליביע, אבער ער האט גענומען די נישט ריכטיגע פונקט: אנשטאט שרייען אז דער פרעזידענט האט נישט אנגערופן די אטאקע "אן אקט פון טעראר" וואלט ער געדארפט בעסער אדורך לערנען די מאנוסקריפט פון די רעדע אינעם ראוז גארדען און זען אז דער פרעזידענט האט יא געזאגט אז "קיין שום אקט פון טעראר" וועט נישט שוואך מאכן די אמעריקאנער רעגירונג, און דערנאך קען ראמני שרייען אז דער פרעזידענט האט נישט געוואלט מודה זיין אז די אטאקעס זענען געטון געווארן דורך טעראריסטן, ער האט דאס ענדערש אנגעלייגט אויף די ראיאטן אין רעאקציע צו די פילם וועלכע מאכט לצנות פון זייער שמייליגן, און ראמני וואלט אפילו געקענט נאכברענגן אנדערע סטעיטמענטס וואס אבאמא האט געמאכט ביי יענע זעלבע שמועס וו.צ.ב. אז די אטאקע וועט נישט אפשוואכן די באציאונגען צווישן אמעריקע און ליביע און נאך פול.

עס האט גענומען גאנצע צוויי וואכן פאר די אמעריקאנער רעגירונג מודה צו זיין אז די אטאקע איז געווען א טעראר אטאקע צום יארטאג פון סעפטעמבער 11. דאס איז אן עולה שאין כמוהו, מען האט באהאלטן קריטישע פאקטן פון דאס אמעריקאנער פאלק, מען האט דאס באהאלטן פון די משפחות וועלכע האבן פארלוירן זייערע באליבטע. און אויב דער פרעזידענט וועט זאגן אז אויך ער האט נישט געוויסט ביז צוויי וואכן נאך די אטאקעס אז דאס איז געווען טעראר, קומט זיך אים צוויי מאל פעטש הלמאי די אמעריקאנער שפיאנאזש סיסטעם האט דאס נישט געקענט אויסגעפונען.

אבער אנשטאט מיט ראמני זאל קענען פרעגן די פראגע וואס אלע אמעריקאנער ווילן וויסן, האט דער ליבעראלע מאדערעטאר זיך אריין געמישט און געצימבעלט מיט ראמני אז אין פאקט האט דער פרעזידענט עס יא אנגערופן "אן אקט פון טעראר". דער פרעזידענט האט זיך גלייך ארויפגעכאפט דערויף און געזאגט "זאג עס איבער העכער, קענדי" - און קענדי, דער מאדערעטאר, האט געפאלגט ווי א קליין קינד און נאכאמאל געזאגט פאר מיט ראמני "אין פאקט האט דער פרעזידענט יא אנגערופן די ליביע אטאקעס אן אקט פון טעראר". מיט ראמני איז דעמאלטס געבליבן מיטן צינג אינדרויסן, אינגאנצן צומישט, ער האט זיך פרובירט צו אריענטירן, אבער ער איז שוין געבליבן א חוזק - נאכדערצו נאכדעם וואס אבאמא האט אים אזוי שטארק געענטפערט אז דאס צימבלען זיין אדמיניסטראציע אויף אזא טראגעדיע, און אפילו טראכטן אז דער פירער פונעם לאנד שפילט פאליטיק ביי אזא טראגעדיע, איז א פארשעמונג.

פרעזידענט באראק אבאמא האט טאקע אנגערופן די ליביע אטאקע "אן אקט פון טעראר", אבער בלויז אראפ צו מאלן אז דאס איז געווען א ווילדע רעאקציע צום אנטי-איסלאמישן פילם....

איז יעצט די פראגע: זאל מיט ראמני נאכאמאל פרובירן זיין גליק און צימבלען אבאמא אויף די ליביע אטאקעס ביים היינטיגן "אויסערן פאליטיק" דעבאטע, אדער דאס איז שוין א זויערע טעמע פאר ראמני, ער קען נאר פארלירן דערמיט און ער זאל עס פארקיקן?
לייק מיין הודעה -- אבער ערשט לאמיר מאכן א סעלפי

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר