בלאט 1 פון 1
interceptor הייבט אן ווערן פאפולער אין וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:03 pm
דורך קלאר
לעצטנס זעהט מען מער פין קליינע פאליס טרעקלעך - ווי א טייל רופן עס
ביים היימישען ציבור
פאר סאם ריזאן קען זיך בייקס נישט איינגעבן אין וויליאמסבורג
כאטשיג לאמיר האפען אז די טרעקלעך וועט עפעס ווערן
עס קאסט ביליג, ווייניג געז, גרינג פארקינג
א נחת צו זעהן ר' ישעי' ארומפארען
אז פאר ר' ישע' פאסט ארומצופארען דאן פארוועם פאסט נישט
כאפט אייך צו
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:26 pm
דורך מ גפני
קען מען געבן היטשעס מיט דעם? וואס איז די העכסטע ספיד דאס קען אנצוען?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:32 pm
דורך NAVY SEAL
ווער איז ר ישעי? וואס איז זיין לעצטע נאמען?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:34 pm
דורך זר זהב
סאקס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:34 pm
דורך פיקציע
הרב ישעי' סאקס, (דאכט זיך אז ער האט די פירמעס 'דעפאזיט עקספרעסס' און 'געשיקט")
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:29 pm
דורך אוי טאטי
יא, אויף די טרעקל ליגט טאקע די לאגא פון דעם, עס קוקט אויס ווי ער האט עס ספעציעל איינגעהאנדלט פאר די ביזנעס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:31 pm
דורך אוי טאטי
דאכט זיך אז ר׳ חנני אינדיג ני׳ו, איינס פון די געטרייע הצלה פאראמעדיקס אין וויליאמסבורג, האט אויך אזאנס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:36 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:סאקס
בן ר' יאסל או בן בנו של ר' יאסל ע"ה?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:22 am
דורך היימישער
ער איז א ת"ח לערנט פאר שיעורים, און אפשר ווען מענטשן זיך איינהאנדלען אזאנס, עס פארנעמט ווייניגער פארקינג און ניצט ווייניגער געז
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:02 pm
דורך דולה ומשקה
ווייל איינע אדער צוויי האבען אזא טרעקל מיינט דאס אוטומאטיש אז גאנץ ווילימסבורג האט אויך אזאנס אדער גייט עס קויפען אין די גאהר נאנטע טעג...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:19 pm
דורך קלאר
דולה ומשקה האט געשריבן:ווייל איינע אדער צוויי האבען אזא טרעקל מיינט דאס אוטומאטיש אז גאנץ ווילימסבורג האט אויך אזאנס אדער גייט עס קויפען אין די גאהר נאנטע טעג...
קודם רעדט מען שוין פין 2 היימישע אידן וואס האבען דאס
האסט געוואלט עס זאל זיך אנהייבן מיט 10?
מ'דארף גיין ווייטער
די סמארט קאר וואלט ווען געדארפט זיין די מערסט פאפולערע קאר אין אינזער ברוקלין
אויב נישט דאס זאל כאטש די טרעקל אריינקומען
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:35 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז נאר גוט פאר איינעם וואס דארף עס פאר זיך, לצורך עצמו.
רוב מענשן אין ווילי ווילן/דארפן נישט קיין קאר, די הוצאות (אינקלודעד פארקינג טיקעטס און קאפ ווייטאג פון טוישן זייטן) איז מער פון טעקסיס דא און דארט.
די וואס האבן שוין יא, ווילן עס פאר די משפחה, מיט די קינדערלעך, און פאר די דאזיגע זענען די קליינע טרעקלעך בכלל נישט פאסיג.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:17 pm
דורך אוי טאטי
כ׳דערמאן מיך יעצט, אפאר יאר צירוק איז שוין געווען איינער אין וויליאמסבורג מיט אזא טרעקל, אבערלענדער הייסט ער, (כ׳קען נישט זיין ערשטע נאמען).
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:09 pm
דורך גלות יוד
יואלי אבערלאנדער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:12 pm
דורך שעפטל
berlbalaguleh האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:סאקס
בן ר' יאסל או בן בנו של ר' יאסל ע"ה?
בן בנו. בנו של הרה"ג ר' שמואל דוד, דומ"ץ פשעווארסק וויליאמסבורג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:26 pm
דורך גאלד
איז נישט סאקס א מארטגעדש בראוקער?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:34 pm
דורך שעפטל
אויך... (געווען..?!)
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 5:52 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
וויפיעל קאסט אזא טרעקל?
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 7:13 pm
דורך הדד בן בדד
קען מען נוצן אזא קאר פאר לאנג דיסטענס אויך?
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 7:43 pm
דורך ונבנתה העיר
סיי וועלכע מעלה איבער סמארט קאר?
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 7:19 pm
דורך אור חדש
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:וויפיעל קאסט אזא טרעקל?
א חבר מיינע האט געקויפט איינס פאר 7 אלפים.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 1:52 pm
דורך שמעון וואלף
לייבי ראטענשטיין די הצלה מעמבער, האט אויך אזאנס