בלאט 1 פון 1

פרישע טעגליכע אויסגאבע אין די בתי מדרשים, 'דער טאג'!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:44 pm
דורך אוי טאטי
היינט איז ערשינען אין די וויליאמסבורגע בתי מדרשים, א פרישע אויסגאבע מיטן נאמען 'דער טאג', אין צוגאב צו די פיר בלעטלעך וואס קומען שוין ארויס יעדן טאג.

אבער די נייע בלעטל איז אביסל אנדערש, עס איז מער אזוי ווי א דינע קונטרס, (לוח הציבור סטייל) און ער שטעלט צו יעדן טאג די נייעס, און א וויץ פארן טאג, א תורה פארן טאג, א מעשה פארן טאג, ווי אויך שרייבט ער וועט ער האבן שיעורים דערויף.

די היינטיגע אויסגאבע איז געווען פול מיט טעותים (ספעלינג), ווי אויך די וויץ איז נישט געווען אזוי איי איי איי.. עס קען זיין עס איז נאר ווייל ער איז נאך ניי, און מיט די צייט וועט ער ווערן בעסער, לאמיר האפן!.
ווי אויך דארפן מיר ווארטן צו זעהן צי עס וועט זיך אויסארבעטן, אדער עס וועט גיין א גאנג אזוי ווי אלע אנדערע וואס האבן זיך שוין געעפענט.

בלייבט אונז נישט איבער מער ווי איהם אנוואונטשן, ער זאל האבן אסאך הצלחה אין זיין נייע ביזנעס!

נ.ב. אויב איינער קען ארויפלייגן א בילד, זאל ער נישט צעגערן.. 

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:21 pm
דורך שמעקעדיג
אוי טאטי האט געשריבן:בלייבט אונז נישט איבער מער ווי איהם אנוואונטשן, ער זאל האבן אסאך הצלחה אין זיין נייע ביזנעס! 


אמן, אודאי אזוי!
בלייבט אונז נאר איבער צו באמערקן, ער זאל זיך זוכן אן אנדער אינדוסטרי וואס וועט אים ברענגען מער געלט, און נישט עפענען א בלעטל פון וועלכע עס קומט שוין ארויס אזויפיל אנדערע, אין ענגליש רופט זיך עס "א תירוץ אויף א קשיא וואס קיינער האט נישט געפרעגט".

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
אוי טאטי האט געשריבן:בלייבט אונז נישט איבער מער ווי איהם אנוואונטשן, ער זאל האבן אסאך הצלחה אין זיין נייע ביזנעס! 


אמן, אודאי אזוי!
בלייבט אונז נאר איבער צו באמערקן, ער זאל זיך זוכן אן אנדער אינדוסטרי וואס וועט אים ברענגען מער געלט, און נישט עפענען א בלעטל פון וועלכע עס קומט שוין ארויס אזויפיל אנדערע, אין ענגליש רופט זיך עס "א תירוץ אויף א קשיא וואס קיינער האט נישט געפרעגט".

ניין. איך בין מוחה אויף די העסטע טענער. ס'הייסט. אזא טמא'נער נאמען "דער טאג". דאס דערמאנט דאך אונז פון'ם "טאג-מארגן זשורנאל" און פון ליובאוויטשער "אלגעמיינעם זשורנאל" קעגן וועם אלע צדיקי הדור הקודם האבן געקעמפט בדם נפשם. אוי וואו איז ר'סענדער. אויוויי. ר'איז שוין נפטר געווארן. אבער ס'איז ב"ה מקויים געווארן דער פסןק "וזרח השמש ובא השמש" אנז האבן מיר ב"ה א לוחם גדול מיט מסירת נפש. ה'יאריך ימיו ונשותיו. ה"ה הרהגוה"צה"ק הרב י. מ. סופר שליט"ע המכונה מנשה לוסטיג. עה..פ. מ'מוז שוין זען צו טוישן דעם נאמען. אנישט עלעך רעדן צו ר' הערשל קלאר שליט"ע ער זאל שוין גרייט זיין מיט זיינע מיטהעלפערס אויס צו ברעכן די שויבן אין די דרוקעריי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:31 am
דורך קאווע טרינקער
דער עולם האט ממש נישט קיין פאך אינדערהאנט? נאר צו עדווערטיייזען דינער השנתי'ס?
נעבעך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 4:08 pm
דורך לעמיל
ער קומט נאך ארויס אדער ער איז געגאנגען שלאפען?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:ער קומט נאך ארויס אדער ער איז געגאנגען שלאפען?

ער גייט ארויס איינמאל א וואך, אזוי ווי דער איד. און כידוע, א איד וואס גייט ארויס איינמאל א וואך איז עובר אויף בל תשקצו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:45 pm
דורך דולה ומשקה
קול ברמה נשמע איז מער נישט דא צובאקומען דארט ווי איך דאווען, אויף די אנפראגע, היות ס'דאווענען דארט ניצט מער ווי צעהן מענטשען, א חוצפה פאר אזא ענפער. מוחה.