בלאט 1 פון 3
קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:32 pm
דורך הציץ ונפגע
אפגעטיילט פון דא.villager האט געשריבן:א נייע שטודיע
פון נאסא האט געמאכט העדליינס ביים ערקלערן אז געוויסע גאלאקסיס - אריינגערעכנט אונזער גאלאקסי- זענען מיט 4-5 ביליאן יאר אינגער ווי מהאט געשאצט ביז יעצט, ליינט די לינק פאר פרטים.
איר זאלט מיר אנטשולדיגן, אבער אין אייער אנגעגעבענעם לינק שטייט בכלל נישט אז אונזער גאלאקסי איז אינגער ווי געשאצט. עס שטייט אז ביז היינט האט מען געמיינט אז 8 ביליאן יאר צוריק איז די גאלאקסי צוגעקומען צו איר מסודר'דיגען מצב וויאזוי מיר זעהן איר היינט, דערווייל איז מען געוואויר געווארן אז זי האט ממשיך געווען זיך צו פארמירען במשך די לעצטע אכט ביליאן יאר, טוישענדיג איר סדר און ראטאטציעס. די גאלאקסי איז נאך אלץ די זעלבע עידזש, וואס מען איז געוואויר געווארן נאכן כאפן א טיפערן בליק אויף אנדערע גאלאקסיעס איז אז עס האט ממשיך געווען צו פושט זיין צורה און לובש זיין צורה אפילו ווייניגער ווי אכט ביליאן יאר צוריק.
villager האט געשריבן:וואס עס ווייזט פאר אונז, אז ווען סייענס פרעדיקט עפעס איז עס נאר געבעיסט אויף זאכן וואס זיי זעהן יעצט, און אז די "יעצט" טוישט זיך וועלן זיך זייערע פרעדיקשאן'ס אויך טשעינדזשן, נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט נאר ס'איז גענוג אז איד זאל זיך נישט דארפן באדערן צו פארענטפערן די תורה מיט טעראטיקיל סייענס וואס האלט נאך אינמיטן עוואלוון.
פונקט פארקערט. דאס ווייזט אז זיי נוצן איעדע נייע אינפארמאציע וואס ווערט אוועילעבל צו זיי כדי צו פארבעסערן זייער פארשטאנד אין עקסטרעפאָלאַטירן וואס עס האט פאסירט מיליאנע יאר צוריק. אויב מיט טעארעטיקעל סייענס מיינט איר קוואנטום גראוועטי טעאריעס ווי צ.ב.ש "סטרינג טעאריע", אדער א טעאריע ווי "די מולטיווערס טעאריע" זענט איר אודאי גערעכט אז מיר דארפן זיך נישט באדערן ווען עס קומט צו סתירות מיט די תורה, פשוט ווייל די טעאריעס זענען נאך אין זייערע פעמפערס, און זענען באזירט אויף שוואכע יסודות. אבער ווען מיר רעדן למשל פון גיל היקום אדער פון די עוואלוציע פונעם באשאף, מה קדם למה, איז קלאר אז מיר מוזן זיך קימערן אפילו מיט וואס איר רופט טעארעטיקעל סייענס, פשוט ווייל די פאקטן זענען קלאר אין ריכטונג פון א גאר אלטע וועלט, פיל עלטער ווי די אידישע טראדיציע גיבט אן, און אזוי אויך זענען די פאקטן קלאר אז לאנד חיות האבן געפעדערט פייגלעך. על כן, אפילו אויב איר קענט אנווייזן און זאגן אז סייענטיסטן קענען נאך אלץ נישט זאגן און פרעדיקטען א פונקטליכע גיל, און זיי ווערן געוואויר יעדע פאר יאר אז זיי האבן געמאכט א טעות אין זייערע פריערדיגע שאצונגען, איז אבער קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט צוקומען צו א מסקנא אז די גאנצע יקום איז נאר 6000, אדער אפילו נאר 10,000 יאר אלט. פארוואס? ווייל אז די וועלט איז עלטער ווי מיליאנען יארן, אויף דעם זענען דא ראיות ברורות שאין עליהם פירכות. פונקטליך ווי אלט עס איז יא? דאס ווייסן זיי נאכנישט און זיי פרובירן צו פרעדיקטען, מאכנדיג צומאל טעותים, און פרובירן זיך פארבעסערן מיט די כלים וואס זיי פארמאגן און מיט נייע שטודיעס חדשים לבקרים. אבער ווי אלט עס איז נישט, דאס ווייסן זיי - אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז
נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 4:25 pm
דורך שמעקעדיג
הציץ ונפגע האט געשריבן:אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.
מציאות הנראה לעינים?
ווי למשל?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:20 pm
דורך הציץ ונפגע
שמעקעדיג האט געשריבן:הציץ ונפגע האט געשריבן:אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.
מציאות הנראה לעינים?
ווי למשל?
עס דוכט זיך אז צווישן די בלעטער פון קאווע-שטיבל זענען שוין צענדליגע מאל דערמאנט געווארן מציאות'ן וואס צייגן אויף אן עלטערער וועלט. אבער אז איר האט געפרעגט האב איך מיך גענומען די מי און אראפגעשריבן אפאר דוגמאות פון פשוט'ע הוכחות.
קארל
האט דערמאנט די חכמה פון דענדראכראנאלאגיע. אין קורץ מיינט דאס אז יעדעס יאר באקומט א בוים א נייע שיכט און ווען מ'שניידט אויף א בוים קען מען ציילן די שיכטען און זען ווי אלט די בוים איז (די שיכטען זענען באקאנט אלס בוים-רינגען). יעדע שיכט איז אייגענארטיג און מען קען זען די וועטער פון יענעס יאר אם גשומה אם שחונה. מען האט אפילו קאלאבארירט צווישן ביימער און די שיכטען וואס זענען פון א געוויסע יאר צייגן אלע די זעלבע וועטער-היסטאריע אויף די זעלבע יאר. מיט די חכמה פון דענדראכראנאלאגיע האט מען - ווי קארל שרייבט - צוריקגעציילט ביז 9,000 צו 10,000 יאר. (אז איך דערמאן קארל'ס הודעה שפיר איך פאר א פליכט זיך צו קריגן מיט זיין באהויפטונג אז פיליפ גאוס' מהלך איז א מיסרעפרעזענטאציע פון ג-ט'ס מהות. איך האלט אז גאוס' מהלך איז א וואלידע אלטערנאטיוו צו פארשטיין די סתירה צווישן די וועלט'ס יארגאנג און אונזער מסורה ואכמ"ל.)
ווילעדזשער
ברענגט אויך א הוכחה. עס איז א הוכחה וואס איר קענט זען יעדע נעכט מיט אייערע פליישיגע אויגן: שאו מרום עיניכם וראו, די שטערן אין הימל. מיט פשוט'ע מאטעמאטישע חשבונות ווייסן מיר אז די שטערן זענען מיליאנע ליכט-יארן אוועק פון די וועלט. דאס מיינט אז עס נעמט מיליאנען יארן ווי לאנג די ליכט וואס די שטערן גיבן ארויס קומט אן צו אונזער וועלטעל, היות עס נעמט צייט פאר ליכטיגקייט צו גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, כידוע. די אוניווערס וואס מיר קענען זען איז בערך 13 ביליאן ליכט-יאר, דאס הייסט אז די ליכט פון די ווייטסטע שטערן וואס מיר זעהן, האט שוין פארלאזט דעם שטערן איבער 13 ביליאן יאר צוריק, אנדערש וואלטן מיר נישט געקענט זען איר ליכט. (ווילעדזשער פארענטפערט די הוכחה אויפן פלאץ מיט ר' אביגדור מיללער'ס געדאנק (שלא) בשם פיליפ גאוס אבער דאס איז נעמט נישט אוועק פון דעם אז ווען נישט אונזער מסורה ווייזן די פשוט'ע פאקטן אז די וועלט איז עלטער פון 6000 יאר, והבן).
נאך עפעס וואס מיר קענען זען מיט אונזערע אויגן: ווארוו-כראנאלאגיע. דאס הייסט אז מען ציילט די שיכטעס זאמד אין טייכן. די שיכטעס קומען צו יערליך. מען האט שוין היינט אראפגעציילט ביז צו
40,000 יאר אין טייכן! אין יאפאן האט מען אין טייך סואיגעטסו אראפגעציילט 45 טויזענט יאר. אין די גרינער טייך אין ווייאמינג זענען דא פלעצער ווי מען קען אראפ ציילן צו 20
מיליאן שיכטען, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער 20 מיליאן יאר!
אין גרינלאנד און אין אנארקטיקא זענען אויך דא שיכטעס פון אייז אין וועלכע מ'קען זען די שיכט וואס קומט צו יערליך. די שיכטעס פארציילן אונז צוריק צו א תקופה פון צענדליגע טויזענטע יארן צוריק.
דאן איז דא די הוכחה פון
ראדיאמעטריק דאטומירן. דאס איז שוין אביסל מער קאמפליצירט מסביר צו זיין, אבער אז איר וועט נישט זיין צופרידן פון די אנדערע הוכחות וועל איך נעמען די מי דאס אויך צו ערקלערן.
עס זענען פארהאן נאך, אבער מיינע פינגערס טוען מיר שוין וויי. איך מיין אז עס איז ברור אז עס זענען פארהאן פיל הוכחות הנראות לעינים וואס צייגן אויף א וועלט פיל עלטערע ווי 6000 יאר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:32 pm
דורך villager
הציץ ונפגע האט געשריבן:פונקט פארקערט. דאס ווייזט אז זיי נוצן איעדע נייע אינפארמאציע וואס ווערט אוועילעבל צו זיי כדי צו פארבעסערן זייער פארשטאנד אין עקסטרעפאָלאַטירן וואס עס האט פאסירט מיליאנע יאר צוריק. אויב מיט טעארעטיקעל סייענס מיינט איר קוואנטום גראוועטי טעאריעס ווי צ.ב.ש "סטרינג טעאריע", אדער א טעאריע ווי "די מולטיווערס טעאריע" זענט איר אודאי גערעכט אז מיר דארפן זיך נישט באדערן ווען עס קומט צו סתירות מיט די תורה, פשוט ווייל די טעאריעס זענען נאך אין זייערע פעמפערס, און זענען באזירט אויף שוואכע יסודות. אבער ווען מיר רעדן למשל פון גיל היקום אדער פון די עוואלוציע פונעם באשאף, מה קדם למה, איז קלאר אז מיר מוזן זיך קימערן אפילו מיט וואס איר רופט טעארעטיקעל סייענס, פשוט ווייל די פאקטן זענען קלאר אין ריכטונג פון א גאר אלטע וועלט, פיל עלטער ווי די אידישע טראדיציע גיבט אן, און אזוי אויך זענען די פאקטן קלאר אז לאנד חיות האבן געפעדערט פייגלעך. על כן, אפילו אויב איר קענט אנווייזן און זאגן אז סייענטיסטן קענען נאך אלץ נישט זאגן און פרעדיקטען א פונקטליכע גיל, און זיי ווערן געוואויר יעדע פאר יאר אז זיי האבן געמאכט א טעות אין זייערע פריערדיגע שאצונגען, איז אבער קלאר אז זיי וועלן קיינמאל נישט צוקומען צו א מסקנא אז די גאנצע יקום איז נאר 6000, אדער אפילו נאר 10,000 יאר אלט. פארוואס? ווייל אז די וועלט איז עלטער ווי מיליאנען יארן, אויף דעם זענען דא ראיות ברורות שאין עליהם פירכות. פונקטליך ווי אלט עס איז יא? דאס ווייסן זיי נאכנישט און זיי פרובירן צו פרעדיקטען, מאכנדיג צומאל טעותים, און פרובירן זיך פארבעסערן מיט די כלים וואס זיי פארמאגן און מיט נייע שטודיעס חדשים לבקרים. אבער ווי אלט עס איז נישט, דאס ווייסן זיי - אייגענטליך, אונז, איך, דו, יעדער וואס וויל נישט פארלייקענען די מציאות הנראה לעיניים - אז עס איז נישט 6000 אויך נישט 10,000 און אפילו נישט 100,000 נאר מיליאנען מאל מער.
נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען נוצט דאס ווארט "פאקט" , איז אבער דער איינציגסטער אמת'ער פאקט אז די אלע פאקטן זענען בכלל נישט קיין סייענטיפישע "פאקטן" נאר א קאמבינאציע פון גאר קאמפליצירטע טעאריעס און פרעדיקציעס געבויט אויף אנדערע טעאריעס וכו' וכו', וועסט נישט טרעפן קיין איין סייענטיסט וואס וועט זאגן אז זיינע פרעדיקציעס אויפן גיל העולם זענען א 'פאקט' אפגעזעהן וויפיל ראיות ברורות שאין עליהם פירכות אדער וויפיל מציאותער הנראה לעינים סדא ווי דענדראדכנאלאגיע און ראדיאמעטריק דאטורירן, איז אבער אלעס נאר פרעדיקציעס געבויט אויף טעאריעס.
יעצט צום ענין, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע וויכוחים ווייל הזמן יכלו והם לא יכלו, אבער אויפן שפיץ גאפל א ראציאנאלע הסבר פארוואס סייענס קען נישט מחייב זיין זייער פרעדיקשן איבער גיל העולם איז אזוי, די אלע פרעדיקציעס אויפ'ן גיל העולם איז געבויט און געבעיסט אויף די ביג בענג טעאריע (אדער אויף די אלטקייט פון די שטערנ'ס), די ביג בענג טעאריע (אזוי אויך די שטערן טעאריע) איז געבויט אויף שטודיעס דורכעגעפירט אויפ'ן "יעצט" און עקסטראפאלירט אויף ביליאן'ן יאר צוריק, און אמת טאקע אז לויט'ן "יעצט" זענען זייערע שטודיעס גאנץ אקוראט, אבער וויבאלד די עצם סיבה פונעם ביג בענג ווערט נישט דעפינירט דורכ'ן טעאריע, ממילא איז אוממעגליך צו וויסן -פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט- וואס האט זיך אפגעשפילט בעת בריאת העולם, ס'איז העכסט מעגליך אז די סיבה פונעם ביג בענג האט אויך גורם געווען אז אינעם ערשטן ספליט סעקנד זאל נאטור זיך עוואלוון וואס נעמט היינט א ביליאן אדער אפילו א טריליאן יאר, עס פעלט פאר סייענס א ריזן טשאנק פענאמענאן וויאזוי די אטאמען שפילן און ריעקטן בעת עס ווערט א יש מאין, ויש להאריך בזה.
א קליינער משל, לאמיר זאגן אז דער אסטראנאט טרעפט זיך מיט'ן עיליען אויפ'ן מאדים, דער קלוגער עיליען געט אים אזא קוק אן און זאגט אים "איר זענט צוויי אהאלב מיליאן יאר אלט", לויט ווי זיין וויסנשאפט אין קאסמאס זאגט אים געדויערט צו עוואלוון פון א וואסער-שטיינדל ביז צו לייף בערך 3 מיליאן יאר, ווידער דער אסטראנאט זאגט אים איך בין 50 יאר, איך בין שוין באשאפן געווארן מיט אלע מיינע ביינער און מיין גאנצער ביאלאגישער סיסטעם רעדי, דער עיליען וועט טאקע דארפן זיין משוגע אים צו גלייבן, סוועט אים בשום אופן קענען אריינגיין אין קאפ דער מושג אז א זאך וואס דויערט 3 מיליאן יאר זאל געדויערן איין מינוט, אבער וויבאלד ער ווייסט נישט די פראסעס פון ביאלאגישן געבורט ווייסט ער נישט דעם אמת.
און בנוגע צו סייענס וועט אמאל אנקומען צו 6000 יאר, איז טאקע זייער נישט מסתבר (כאטש גארנישט קען מען אויסשליסן, למשל סייענס האט ביז נישט לאנג צוריק געהאלטן אז די יוניווערס איז "אייביג" געווען, אויך אלבערט איינשטיין האט אזוי געהאלטן אלע יארן, און האט אפילו געבויט טעאריעס אויף דעם טעאריע, ער האט נאר געמוזט צוריקציען ווען די קלארע באווייזן איבער א עקספענדינג קאסמאס זענען אפירגעקומען, און כמובן איז א שפרונג פון "אייביג" ביז 14 ביליאן אסאך ווייטער ווי א שפרונג פון 14 ביליאן ביז 6000) אבער עס איז נישט געטראכט רעאליסטיש, פארקערט מסתבר איז אז זיי וועלן טרעפן ראיות אויף נאך א עלטערן גיל, אבער ווי געזאגט זייערע ראיות זענען אויף קיין שום פאל א פראבלעם פאר א 6000 יאריגע יוניווערס לויט די תורה.
און דאס האב איך געמיינט מיטן נייעס'ל אויבן, נישט אז זיי גייען צוביסלעך אראפ מיט די יארן, און אז מיט די יארן וועט זיך נאך ארויסשטעלן אז 6000 יאר איז אמת, בכלל נישט, נאר ווי איך האב דארט געשריבן אז איך מיין ארויסצוברענגען די נקודה אז זייערע טעאריעס זענען אלעס געבויט אויפן "יעצט" און וועגן דעם זענען זייערע טעאריעס לכתחלה נישט קיין פראבלעם מיט די תורה. (אגב, איבער די שאלה פון מיין נייעס, די גיל פון א גאלאקסי און פלאנעטן רעכנט מען אין סייענס פון ווילאנג עס איז שוין אזוי אין יעצטיגע מצב, אוודאי איז שוין אלעס געווען ביים ביג בענג..., און דאס האט סייענס קודם געמיינט, אז אונזער גאלאקסי איז עלטער פון די פלאנעטן מיט 4-5 ביליאן יאר, אבער באמת זענען זיי ביידע די זעלבע גיל...)
און ווי געשריבן אז אלעס איז נאר בקיצור און אויפן שפיץ גאפל, מיינע פינגערס זענען אויך נישט פון ראבער...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:58 am
דורך רעבעל
וויליגער, עס קוקט מיר אויס אז די כאפסט עפעס נישט וואס עס מיינט א סייענטיפיק טעאריע, איך מיין אז די
ווידאו קען דיר זיין א הילף.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:46 am
דורך villager
איך גיי נישט פארברענגען יעצט צוויי שעה אויף א ווידעאו, דו קענסט אפשר אראפשרייבן דעם עיקר נקודה?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:31 am
דורך הציץ ונפגע
villager האט געשריבן:נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען נוצט דאס ווארט "פאקט" , איז אבער דער איינציגסטער אמת'ער פאקט אז די אלע פאקטן זענען בכלל נישט קיין סייענטיפישע "פאקטן" נאר א קאמבינאציע פון גאר קאמפליצירטע טעאריעס און פרעדיקציעס געבויט אויף אנדערע טעאריעס וכו' וכו', וועסט נישט טרעפן קיין איין סייענטיסט וואס וועט זאגן אז זיינע פרעדיקציעס אויפן גיל העולם זענען א 'פאקט' אפגעזעהן וויפיל ראיות ברורות שאין עליהם פירכות אדער וויפיל מציאותער הנראה לעינים סדא ווי דענדראדכנאלאגיע און ראדיאמעטריק דאטורירן, איז אבער אלעס נאר פרעדיקציעס געבויט אויף טעאריעס.
יעצט צום ענין, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע וויכוחים ווייל הזמן יכלו והם לא יכלו, אבער אויפן שפיץ גאפל א ראציאנאלע הסבר פארוואס סייענס קען נישט מחייב זיין זייער פרעדיקשן איבער גיל העולם איז אזוי, די אלע פרעדיקציעס אויפ'ן גיל העולם איז געבויט און געבעיסט אויף די ביג בענג טעאריע (אדער אויף די אלטקייט פון די שטערנ'ס), די ביג בענג טעאריע (אזוי אויך די שטערן טעאריע) איז געבויט אויף שטודיעס דורכעגעפירט אויפ'ן "יעצט" און עקסטראפאלירט אויף ביליאן'ן יאר צוריק, און אמת טאקע אז לויט'ן "יעצט" זענען זייערע שטודיעס גאנץ אקוראט, אבער וויבאלד די עצם סיבה פונעם ביג בענג ווערט נישט דעפינירט דורכ'ן טעאריע, ממילא איז אוממעגליך צו וויסן -פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט- וואס האט זיך אפגעשפילט בעת בריאת העולם, ס'איז העכסט מעגליך אז די סיבה פונעם ביג בענג האט אויך גורם געווען אז אינעם ערשטן ספליט סעקנד זאל נאטור זיך עוואלוון וואס נעמט היינט א ביליאן אדער אפילו א טריליאן יאר, עס פעלט פאר סייענס א ריזן טשאנק פענאמענאן וויאזוי די אטאמען שפילן און ריעקטן בעת עס ווערט א יש מאין, ויש להאריך בזה.
א קליינער משל, לאמיר זאגן אז דער אסטראנאט טרעפט זיך מיט'ן עיליען אויפ'ן מאדים, דער קלוגער עיליען געט אים אזא קוק אן און זאגט אים "איר זענט צוויי אהאלב מיליאן יאר אלט", לויט ווי זיין וויסנשאפט אין קאסמאס זאגט אים געדויערט צו עוואלוון פון א וואסער-שטיינדל ביז צו לייף בערך 3 מיליאן יאר, ווידער דער אסטראנאט זאגט אים איך בין 50 יאר, איך בין שוין באשאפן געווארן מיט אלע מיינע ביינער און מיין גאנצער ביאלאגישער סיסטעם רעדי, דער עיליען וועט טאקע דארפן זיין משוגע אים צו גלייבן, סוועט אים בשום אופן קענען אריינגיין אין קאפ דער מושג אז א זאך וואס דויערט 3 מיליאן יאר זאל געדויערן איין מינוט, אבער וויבאלד ער ווייסט נישט די פראסעס פון ביאלאגישן געבורט ווייסט ער נישט דעם אמת.
און בנוגע צו סייענס וועט אמאל אנקומען צו 6000 יאר, איז טאקע זייער נישט מסתבר (כאטש גארנישט קען מען אויסשליסן, למשל סייענס האט ביז נישט לאנג צוריק געהאלטן אז די יוניווערס איז "אייביג" געווען, אויך אלבערט איינשטיין האט אזוי געהאלטן אלע יארן, און האט אפילו געבויט טעאריעס אויף דעם טעאריע, ער האט נאר געמוזט צוריקציען ווען די קלארע באווייזן איבער א עקספענדינג קאסמאס זענען אפירגעקומען, און כמובן איז א שפרונג פון "אייביג" ביז 14 ביליאן אסאך ווייטער ווי א שפרונג פון 14 ביליאן ביז 6000) אבער עס איז נישט געטראכט רעאליסטיש, פארקערט מסתבר איז אז זיי וועלן טרעפן ראיות אויף נאך א עלטערן גיל, אבער ווי געזאגט זייערע ראיות זענען אויף קיין שום פאל א פראבלעם פאר א 6000 יאריגע יוניווערס לויט די תורה.
און דאס האב איך געמיינט מיטן נייעס'ל אויבן, נישט אז זיי גייען צוביסלעך אראפ מיט די יארן, און אז מיט די יארן וועט זיך נאך ארויסשטעלן אז 6000 יאר איז אמת, בכלל נישט, נאר ווי איך האב דארט געשריבן אז איך מיין ארויסצוברענגען די נקודה אז זייערע טעאריעס זענען אלעס געבויט אויפן "יעצט" און וועגן דעם זענען זייערע טעאריעס לכתחלה נישט קיין פראבלעם מיט די תורה. (אגב, איבער די שאלה פון מיין נייעס, די גיל פון א גאלאקסי און פלאנעטן רעכנט מען אין סייענס פון ווילאנג עס איז שוין אזוי אין יעצטיגע מצב, אוודאי איז שוין אלעס געווען ביים ביג בענג..., און דאס האט סייענס קודם געמיינט, אז אונזער גאלאקסי איז עלטער פון די פלאנעטן מיט 4-5 ביליאן יאר, אבער באמת זענען זיי ביידע די זעלבע גיל...)
און ווי געשריבן אז אלעס איז נאר בקיצור און אויפן שפיץ גאפל, מיינע פינגערס זענען אויך נישט פון ראבער...
ווילעדזשער, ווי איר זאגט, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע ויכוחים. אבער ווי נישט ווי, נישט יעדן טאג טרעפט מען אן איטעליגענטן קריאציאניסט מיט וועם מ'קען האבן א רואיגן ראציאנאלען דיאלאג און אז עס געפונט זיך דא אזא אוצר ווי אייך, וויאזוי קען איך עס נישט אויסניצן?
איך וויל קודם נעמען אישו מיט אייך אז איך האב מחלק געווען צווישן צוויי סייענטיפישע סטעיטמענטס. סטעיטמענט נומער איינס: די וועלט איז עלטער ווי 6,000 יאר. סטעיטמענט נומער צוויי: די אוניווערס איז אלט בערך 13 ביליאן יאר. איר זענט מסביר בדברים של טעם אז די 13 ביליאן יאר איז באזירט אויף עקסטרעפאלאציעס פון די יעצט, און איז דערפאר אומגילטיג ווייל - אויב פארשטיי איך גוט וואס איר מיינט - ווער זאגט אז וואס עס איז יעצט איז געווען נעכטן, עס איז נישט מער ווי א טעאריע (אדער א "פרעדיקציע" בלשונך) אז עס איז געווען אזוי נעכטן. יא, צו וויסן אז די אוניווערס איז 13 ביליאן יאר אלט און די וועלט 4-5 ביליאן יאר מוז מען צוקומען צו די עקסטרעפאלאציעס און הנחות.
אבער, לגבי די תורה איז נישט קיין חילוק צו די וועלט איז 8,000 יאר אלט, 10,000 יאר אלט אדער א מיליאן יאר אלט. ווי נאר איך קען אויפווייזן אז עס איז עלטער ווי די מקובל'דיגע 6,000 יאר, האב איך א גילטיגע קושיא און איך דארף שוין זיכן א תירוץ. און צו אויפווייזן אז די וועלט איז מער ווי 6,000 יאר אלט דארף איך נישט צוקומען צו די קאמפליצירטע טעאריעס און עקסטרעפאלאציעס. עס איז זייער פשוט: איך זע ווי א יעדעס יאר ווערט א פרישע שיכט זאמד אראפגעלייגט אונטן פון די גרינע טייך אין ווייאמינג. איך הייב אן אראפצוגראבן, און די שיכטן זאמד שטימען מיט די יארן. פאראיאר איז געווען א קאלטע יאר, און די שיכט פון פאראיאר איז טאקע אזעלכע זאמד וואס פאסן אין א קאלטע יאר. פאר פינף יאר צוריק איז געווען א טרוקענע יאר, און די זאמד אין יענעם שיכט איז טאקע זאמד וואס פאסן פאר א טרוקענע יאר. איך הייב אן אראפצוציילן, און איך גיי ווייטער און ווייטער פון 6,000
אייגענארטיגע שיכטען, עס איז מיר נישט עכט נוגע וויפיל שיכטען איך קען אראפציילן, ווייל ווי נאר איך בין אריבער די מארק פון 5,773 שיכטען בין איך אריבער די מארק פון בריאת העולם על פי המסורה. און איך צייל און צייל אייגענארטיגע שיכטן, יעדע שיכט ווייזט אויף א היסטאריע, די שיכטען נאך 5,773 זענען די זעלבע אין נאטור און אין אויפפיראכטס ווי די שיכטען פאר 5,773. זיי פארציילן אויך - פונקט ווי די שיכט פון פאראיאר און פון פאר פינף יאר - די וועטער וואס האט געהערשט און די יאר וואס זיי זענען אראפגעלייגט געווארן. דאס איז א פשוט'ע הוכחה הנראה לעיניים אז די וועלט איז עלטער פון 6,000 יאר. און די זעלבע חשבון איז מיט אייז שיכטן, מיט בוים-רינגען און מיט די ליכט פון שטערן. אויב וועט איר זיך מיט מיר טענה'ן אז מיין מהלך פון ציילן די אלטע שיכטן איז אן "עקסטרעפאלאציע" און א טעאריע באזירט אויפן יעצט, וועל איך אייך טענה'ן אז די זון האט בכלל נישט אויפגעשיינט היינט אין מדבר סאהארא. איי, די זון מוז על פי חשבון אויפשיינען אין מדבר סאהארא? אה, דאס איז דאך נישט מער ווי אייער אייגענע עקסטרעפאלאציע פון אייער ארום, עס איז סך הכל א טעאריע באזירט אויף דא. טוט דאס מאכן סענס צו אייך? צו מיך נישט.
אין קורצן: אויב איז דענדראכראנאלאגיע עפעס וואס איז באזירט אויף אן עקסטרעפאלאציע, דאן איז אייער נעכטיגע עקזיסטענץ אויך נישט מער ווי אן עקסטרעפאלאציע פון דאס וואס איר עקזעסטירט היינט אלס אן עלטערער מענטש און איר האט זכרונות פון נעכטן. עס איז סך הכל א טעאריע באזירט אויף יעצט. (און פארגעסט נישט, אונזער מסורה איז אויך נאר א מסורה ווייל מיר טוען עקסטרעפאלירן אויפן עבר, ואכמ"ל).
איר טענה'ט אז אין די ערשטע סעקונדע פון ביג בענג האבן זיך זאכן פארמירט א שטייגער ווי זיי וואלטן עוואלווד ביליאנע יאר. איך בין מודה צו אייך אז מיר ווייסן נישט וואס עס האט פאסירט די ערשטע ספליט-סעקונדע ביים ביג בענג, אבער דאס איז זיכער אז די ביג בענג האט פאסירט מער ווי 6,000 יאר צוריק. פארוואס? ווייל אין די שיכטען צאל איז קלאר אז עס האט גארנישט פאסירט צווישן שיכט 5,773 און שיכט 5,774. עס איז אויך גאנץ קלאר אז עס האט גארנישט פאסירט צווישן שיכט 10,951 און שיכט 10,952. די שיכטן זענען ווי דערמאנט אייגענארטיג, און פארמאגן די זעלבע נאטור און אויפפיראכטס ווי די יונגערע שיכטן. צו זאגן אז אין די ספליט-סעקונדע פון ביג בענג האט זיך די טייך מיט אירע מיליאנע שיכטן - און איעדעס שיכט מיט איר אייגענארטיקע אויסקוק - זיך געגעבן א פארמיר איז א טפשות.
(און אגב, איר שרייבט אז היינט ווייסן מיר זיכער אז די אוניווערס האט נישט עקזעסטירט אויף אייביג. עס איז טאקע זיכער אז די אוניווערס ווי מיר ווייסן איר האט נישט עקזעסטירט אויף אייביג, אבער סייענטיפיק איז מעגליך אז צייט האט יא אייביג עקזעסטירט און עס איז נישט אזא גרויסע שפרונג פון זאגן אז עפעס א חומר קדמון האט תמיד עקזעסטירט ביז זאגן אז די בריאה פון צייט האט אייביג עקזעסטירט, אלזא זאגט מיר נישט אז פון אייביג ביז 13 ביליאן יאר איז א גרויסע שפרונג).
איך מוז אייך צולייגן אז איך האלט גראדע פון פיליפ גאוס' מהלך אז די וועלט האט ג-ט באשאפן אין אן אופן וואס זעט אויס ווי זי איז ביליאנען יארן אלט. אבער דאס איז נאר אין די פרעימווארק פון א סופער-נאטורליכע באשאף, נישט אין א נאטורליכן מהלך פון "ביג-בענג".
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:23 pm
דורך villager
קודם סופר ומונה, אויף קיין שום פאל וועל איך נישט פרובירן צו דעפענדן אמונה, און אגב, ס'קלאר אמונה איז נישט באזירט אינגאנצן אויף לאגיק ווי דו זאגסט, מיין ציל איז נאר אויפצוווייזן אז סייענס איז קיינמאל קיין פראבלעם פאר אמונה, ברי ושמא ברי עדיף, ווילסט אבער טשעלענדזשען די "ברי" פון אמונה איז גאנץ א צווייטער פרשה.
צום ענין, רב הציץ, איך חזר נאכאמאל איבער אז איך וויל נישט אריין אין וויכוחים, איך פארשטיי אז דו ווילסט יא, אבער וואס בין איך שולדיג אז שרייבן איז זייער א בארינג וועג צו פירן א וויכוח?
אבער קלאר צו מאכן צוויי ענינים, אלע קארבאן/ראדיא דאטירונגען מעטאדן זענען דא סייענטיסן וואס טשעלענדזשן עס מעיקר הדין, למשל דענדראכנאלאגיע איז א קלארע פאקט אז ביימער קענען בלי שום סיבה מאכן 5 שורות אין איין ווינטער, אזוי אויך מיט שטיינער און זאמד, בקיצור ס'איז ווייטער נישט גענוג א פאקט צו טשעלענדזשן די 6000 יאר מסורה.
צווייטענס עקסטראפאלאציע האט כללים, דער כלל איז אז ווי ווייטער פון מקור און ווי מער אומבאוואוסטע פענאמינעס איז אינוואלווד אלס ווייניגער אקוראט איז עס, און אלס מער פאטענציעלע טעותים איז שייך, כל שכן ווען אומבאשטעטיגטע טעאריעס שפילן אויך א הויפט ראלע אינעם חשבון, אלזא פארגלייכן צו מיין דא זיין נעכטן צו אויב עפעס איז בכלל געווען ביליאנען יאר צוריק איז קיין פארגלייך.
מיין פוינט איז אבער פון די פארקערטע פערספעקטיוו, אויב ביסטו מודה אז דו ווייסט נישט וואס האט עס אנגעפאנגען דעמאלטס איז גארנישט מוכרח נאר פון וואס דו ווייסט, פאר א קינד וואס פרעגט וויאזוי א בעבי ווערט געבוירן, קען מען ענטפערן אז א מלאך האט עס געברענגט, מען האט עס געקויפט אין וואלמארט, אדער אז עס ליגט שוין אין מדבר א ביליאן יאר און יעצט האט עס די האספיטאל אויפגעפיקט, אז דו ווייסט נישט ווער האט געטראגן די וועלט איז נישט שייך קיין שום טעאריעס אדער עקסטראפאלאציעס, עס איז נישטא פון וואס אויף וואס צו עקספאטירן, אלע שטודיעס זענען זילטש ווערט ווייל עס גייט ארויס פון סייענס הענט, א פלאמבער וועט פונקט אזוי קענען טעארייזן ווי דער פיזיקיסט און סייענטיסט, ווייל ס'איז אלעס פענאמינעס וואס איז בכלל נישט בנמצא.
ס'דא נאך שיטות וויאזוי צו פארענטפערן די דעיטינג מעטאדן, אבער הצד השווה שבהן אז סייענס איז קיינמאל נישט גענוג שטארק צו טשעלענדזשען מיין אמונה, סייענס פאר זיך איז זייער אויסגעהאלטן און אינטערסאנט אבער עס קען בשום אופן ריפלעיסן די קלארע 6000 יעריגע מסורה פון די תורה.
שוין מיט דעם בין איך האפענטליך גענדיגט...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:50 pm
דורך הציץ ונפגע
אין אישית האב איך אין אן אויסטויש מיט א חשוב'ן חבר געשריבן איבער דעם שאלה "וואס מיינט דאס ביג בענג", ווי פאלגענד:
הציץ ונפגע האט געשריבן:ביג בענג טעאריע איז די אופן וויאזוי די סייענטיסטן דעסקרייבן די וועג וויאזוי די וועלט האט זיך אנגעהויבן דעוועלאפן. ביג בענג רופט זיך די רגע וואס די יקום האט אנגעהויבן עקזעסטירן. כהיום, ווייסן די סייענטיסטן (עכ"פ זיי האלטן אז זיי ווייסן) פונקטליך וואס עס האט פאסירט פון א ספליט-סעקונדע נאך די ביג בענג. וואס האט פאסירט ממש בשעת'ן ביג בענג איז פארהוילן. די רעליעגעזע (בעיקר קריסטן) זאגן אז אין יענע סעקונדע האט פאסירט אן איבער-נאטורליכע פאסירונג וואס האט גורם געווען פארן יקום צו אנהייבן עקזעסטירן (אין אנדערע ווערטער: יענע סעקונדע איז געווען בריאת העולם). די נישט רעליעגעזע זאגן אז סייענס וועט נאך אמאל אויפקומען מיט א הסבר וואס האט פאסירט די ערשטע רגע פון די ביג בענג - דאס הייסט אז מ'וועט האבן א נאטורליכען הסבר פאר די יקום'ס אנהייבן עקזעסטירן.
ווילעדזשער וויל האבן דעם קוכן און אויך עס עסן. ער וויל אז דער מאמענט פון ביג בענג זאל האבן געווען סיי א נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע די וועלט איז געגאנגען פעסט-פארווערד און זיך אפגעשטעלט ביים מצב וואס עס איז געווען פאר 5,773 יאר צוריק. איך זאג אז דאס איז נישט מעגליך, די מאמענט פון ביג בענג איז געווען א איבער-נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע ג-ט האט אראפגעשטעלט די וועלט וויאזוי זי האט אויסגעקוקט פאר 5,773 יאר צוריק.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:24 pm
דורך a1b2
הציץ ונפגע האט געשריבן:אין אישית האב איך אין אן אויסטויש מיט א חשוב'ן חבר געשריבן איבער דעם שאלה "וואס מיינט דאס ביג בענג", ווי פאלגענד:

עפשער ביסטי עס דא אביסעל מאסביר אין מאמע לשון?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:06 pm
דורך הציץ ונפגע
וועלכע זאץ האסטו נישט פארשטאנען?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:32 pm
דורך לעיקוואד
איך וועל נישט אסאך מאריך זיין און מהאט שוין דא זייער פיל מאריך געווען.
איך וועל נאר זאגן מיינע צויי סענס. וועגן דער ענין וואס מרופט דא עקסטראפעלאציע , און לויט אנדערע איז דאס אש שוואכקייט אין סייענס, למשל אז מהאט געזעהן אז די לעצטע הונדרעט יאר קומט צו איין שיכט אייז א יאר, איז דאך נאכנישט א ראיה אז פאר טויזענט יאר צוריק איז דאס געשעהן אזוי, אדער אז מזעהט אז היינט פארט לעכטיגקייט אי א געוויסע שנעלקייט מיינט דאס נאכנישט אז פאר טויזנט יאר צוריק איז דאס געפארן אויף אזא שנעלקייט [אגב, יא, איינער זאגט דאס?] איך קען דער סברא צו פארענטפערן מיט דעם גיל העולם פון דער לובאביטשער רבי'ס ספר "אמונה ומדע".
איז דארף מען קלאר מאכן כמה נקודות. 1- די אופן פון עקסטראפעלאציע, איז אויף אנדערע ווערטער פשוט אינדוקציה.
אינדאקטשין דהיינו דער סארט סברא וואס זאגט, אז איך זעה אז דער זון קומט ארויף יעדער אינדערפרי, לערן איך פון דעם אז דאס איז נישט סתם א מקרה אדער א נס אז יעדער אינדערפרי קומט עס ארויף און איך לערן ארויס פון דעם אז דאס איז א געזעץ אז יעדער אינדערפרי קומט ארויף די זון און איך בין זיכער אז אויך מארגן וועט זי אויפשיינען. דער באוואוסטער פילאסאף
דייויד יום האט שוין לאנג
געפרעגט אז די סברא האט נישט קיין שום הכרח אדער ראייה, וייל ווילאנג דו האסט נישט געזעהן יעדער טאג די זון, אדער געזעהן מיט די אויגן די כלל וואס זאגט אז דער זון שיינט אויף אינדערפרי, פון וואו וייסטו אז סוועט אויפשיינען?
די קשיא איז איינער פון די יסודות פון אלע מאדערנע פילאסאפיע און בפרט די פילאסאפיע פון סייענס.
אחרי ככלות הכל, איז גאנץ קלאר אז דאס איז נישט א אמתער שאלה, און יעדער נארמאלער מענטש איז זיכער אז די זון וועט אויפשיינען אינדערפרי, אדער אז אויב ער וועט ארויסוואקן פון א פענסטער וועט ער פאלען, טראץ דעם וואס ער האט דאס נאר געלערנט פון אנדערע פעלער און דער טעאריע פון גראוויטי איז נישט מער ווי א טעאריע געבויט אויף די לעכעריגע עקסטראפעלאציע אז אזויווי סאיז געשעהן איינמאל מוז געשעהן נאכאמאל.
2- יעצט אוודאי איז דא א חילוק פון א שטערקערע טעאריע ביז אש שוואכערע, און איינער געבויט אויף שטערקערע ראיות אדער אויף שוואכערע.דארף מען אבער פארשטיין וואס מיינט טאקע א שטערקערע סייענטיפישע הסבר. די כלל פון סייענס איז אז וועלכער טעאריע סארבעט בעסער און גרינגער דאס איז א בעסערע הסבר. למשל אז מען זעהט שיכטן זאמט אין א טייך און דאס שטימט מיט וואס איך זעה אז יעדער יאר קומט צו איינס, און אויב מרעכנט צוריק טרעפט מען אזויפיל און אזויפיל יארן, און טאקע די יארן וואס מווייסט למשל אז סגעווען א הונגער זעהט מען טאקע די סימנים אין די זאמט, און דאס שטימט מיט נאך צענדליגע פרטים און מיט אנדערע זאכן ארום די וועלט, אלס בעסער ווערט די טעאריע. די עיקר מבחן איז וואס קען בעסער מסביר זיין די פאקטן וואס מיר זעהן, און אונז העלפן פארזאגן וואס דארף געשעהן אין ענליכע אומשטענדן.
ממילא, אמת אז אסאך פון די טעאריעס זענען קאמפליצירט, נישט אלע פארשטייט בכלל א מענטש וואס האט נישט שטודירט די זאכן, און זענען געבויט גג על גג , וכו', אבער דאס אלץ מאכט נאר בעסער די טעאריע. כדי צו טהענן קעגן א טעאריע איז נישט גענוג צו טעהנן אז סנישט טויזנט פראצענט מוכח און ממילא דארף מען זיך נישט מאכן וויסנדיג. וייל פון דעם האט קיינער גארנישט חוץ אפשר א ר' רביגדור מילער אדער אדמו"ר מחב"ד וואס פאר סאם ריזען עקשנט ער זיך דא צו קענן גלייבן די תורה כפשוטו [לפחות אויף נאך אפאר יאר ביז סוועלן אפירקומען בעסער ראיות אדער ביז מוועט מצליח זיין צו מאכן אונזערע קינדער גענוג אומוויסנד אז זיי וועלן ניטאמאל הערן פון אזא זאך סייענס]. ווען סקומט איינער און זאגט נע איך גלייב נישט די אלע טעאריעס, זאג איך עם, סנישט קיין חכמה צו שטיין און די זייט באקוועם מיט דיין חומשל און לאכן, אדרבה, קאטשע זיך ארויף די ארבעל און ארבעט אויס א טעאריע וואס וועט בעסער מסביר זיין די פאקטן. דערווייל איז אנגענומען אז די אלע פאקטן וואס מיר וייסען זענען די בעסטע מוסבר מיט די טעאריע. און דאס איז די איינציגסטע שכלדיגע זאך צו טוהן.
3- די טענה אז אמאל האב זאכן געיארבעט שנעלער אפילו ווען סוואלט געווען אמת העלפט עס אונז גארנישט. די הגדרה פון צייט. אפילו פאר איינשטיין, איז פשוט וויפיל זאכן געשעהן אין די מציאות. למשל א טאג איז פשוט איין מאל וואס די וועלט דרייט זיך. ווילסטו פארענטפערן און זאגן אז אמאל האט די וועלט זיך געדרייט יעדער סעקונדע, שיהיה, איז דעמלאטס געווען אסאך טעד, והדרא קושיין לדוכתא. ווידער אויב וועסטו טעהנן אז א חלק זאכן זענען דעשעהן שנעלער, למשל סיזענס האבן זיל געטוישט יעדער צויי מינוט און דאס איז מסביר די שיכטן אייז, דארסטו אבער נעמן אין אכט אויך די אנדערע צענדליגע זאכן וואס שפילן זיך אפ אין א יארגאנג. אי ממה נפשך, אויב איז אלעס פשוט געגאנגען שנעלער, האסטו דאך גארנישט געזאגט, איז דאך וייטער די וועלט אזוי אלט וייל אויך צייט איז געאגאנגען שנעלער, ווידער אויב איז נישט אלעס געגאנגען שנעלער נאר א חלק זאכן, ווערסט באווארפן מיט אזויפיל זאכן וואס שטומען נישט אז יצא שכרך בהפסדך.
ודי בזה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:36 pm
דורך לעיקוואד
[אגב, די שיכטן אייז וכדו' איז אויך א קשיא אויפן מבול, אויב לערנט מען אז סגעווען אוי די גאנצע וועלט. ואכמ"ל. ]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:45 pm
דורך לעיקוואד
villager האט געשריבן:קודם סופר ומונה, אויף קיין שום פאל וועל איך נישט פרובירן צו דעפענדן אמונה, און אגב, ס'קלאר אמונה איז נישט באזירט אינגאנצן אויף לאגיק ווי דו זאגסט, מיין ציל איז נאר אויפצוווייזן אז סייענס איז קיינמאל קיין פראבלעם פאר אמונה, ברי ושמא ברי עדיף, ווילסט אבער טשעלענדזשען די "ברי" פון אמונה איז גאנץ א צווייטער פרשה.
וויבאלד די סברות וואס דו נוצט זיך מיט זיי צו טשעלענדזשן סייענס זענען סברות וואס זענען מערער אויף יעדער ענין פון מענטשליכער פאשטאנד, ביסטו דער וואס איז מערער בחד מחתא אויף די ברי פון די אמונה, ווילאנג דו האלטסט אז אמונה איז אויך עפעס א שיטה וואס מענטשען האלטן און איז ממילא תלוי אין די שטארקייט פון מענטשליכע דעת פונקט ווי יעדער אנדערע מענטישליכע סברא.
כדי צו טעהן וואס דו טהענסט דארפסטו אדער מחליט זיין אז אמונה איז ברי אן קיין שום סברא, סתם וויל אזוי ווילסטו, אדער עפעס אזוי. אבער דעמלאטס וייס איך נישט וואס אמונה מינט ביי דיר בכלל.
אדער קענסטו טהענהן אז די סברא דיינע אויף אמונה איז שטערקעק אויף די סברא פון ביג בענג וכדו'. אויף דעם פרעגט טאקע סופר ומונה אז פונקט די זעלבע קשיא וואס דו פרעגסט אויף סייענס האט ער אויב אזוי אויפן כוזרי, דארפסטו דעמאלטס מחלק זיין וואס איז דער חילוק.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:48 pm
דורך הציץ ונפגע
הרב עיר-התורה, איר שרייבט דברים יקרים מאוד, איך האב גאר אסאך הנאה געהאט. איך וויל נאר חוזר ומדגיש זיין אז די נקודה וואס איר ברענגט ארויס אין נומער 3 איז נאר אויב מיר נעמען אן אז די צייט איז געלאפן שנעלער און דערפאר האט זיך אלעס דעוועלאפט שנעלער, ד.ה. אין א נאטורליכען פרעימווארק. אויב זאג איך אבער אז ג-ט האט עס אבער-נאטורליך באשאפן אזוי אז עס זאל אויסזען ווי כאילו עס איז אדורך אן עוואלוציע מיט אלע פיטשיווקעס, דאן איז אייער הערה נישט גילטיג.
לעיקוואד האט געשריבן: דער סארט סברא וואס זאגט, אז איך זעה אז דער זון קומט ארויף יעדער אינדערפרי, לערן איך פון דעם אז דאס איז נישט סתם א מקרה אדער א נס אז יעדער אינדערפרי קומט עס ארויף און איך לערן ארויס פון דעם אז דאס איז א געזעץ אז יעדער אינדערפרי קומט ארויף די זון און איך בין זיכער אז אויך מארגן וועט זי אויפשיינען. דער באוואוסטער פילאסאף
דייויד יום האט שוין לאנג
געפרעגט אז די סברא האט נישט קיין שום הכרח אדער ראייה, וייל ווילאנג דו האסט נישט געזעהן יעדער טאג די זון, אדער געזעהן מיט די אויגן די כלל וואס זאגט אז דער זון שיינט אויף אינדערפרי, פון וואו וייסטו אז סוועט אויפשיינען?
די קשיא איז איינער פון די יסודות פון אלע מאדערנע פילאסאפיע און בפרט די פילאסאפיע פון סייענס.
אחרי ככלות הכל, איז גאנץ קלאר אז דאס איז נישט א אמתער שאלה, און יעדער נארמאלער מענטש איז זיכער אז די זון וועט אויפשיינען אינדערפרי, אדער אז אויב ער וועט ארויסוואקן פון א פענסטער וועט ער פאלען, טראץ דעם וואס ער האט דאס נאר געלערנט פון אנדערע פעלער און דער טעאריע פון גראוויטי איז נישט מער ווי א טעאריע געבויט אויף די לעכעריגע עקסטראפעלאציע אז אזויווי סאיז געשעהן איינמאל מוז געשעהן נאכאמאל.
גראדע איז דא אן אינטערעסנטע ווארט פון רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, בעל החפץ חיים אז בעצם וואלט ער נישט ערווארטעט די זון נאכאמאל אויפצושיינען יעדען אינדערפרי. נאר מיר זאגן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית", דאס הייסט אז מיר האבן א פארזיכערונג אז ג-ט וועט מחדש זיין מעשה בראשית יעדען פרימארגן פון פריש, און נאר דערפאר קענען מיר זיין זיכער אז די זון וועט אויפשיינען נאכאמאל...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:50 pm
דורך לעיקוואד
הציץ ונפגע האט געשריבן:אין אישית האב איך אין אן אויסטויש מיט א חשוב'ן חבר געשריבן איבער דעם שאלה "וואס מיינט דאס ביג בענג", ווי פאלגענד:
הציץ ונפגע האט געשריבן:ביג בענג טעאריע איז די אופן וויאזוי די סייענטיסטן דעסקרייבן די וועג וויאזוי די וועלט האט זיך אנגעהויבן דעוועלאפן. ביג בענג רופט זיך די רגע וואס די יקום האט אנגעהויבן עקזעסטירן. כהיום, ווייסן די סייענטיסטן (עכ"פ זיי האלטן אז זיי ווייסן) פונקטליך וואס עס האט פאסירט פון א ספליט-סעקונדע נאך די ביג בענג. וואס האט פאסירט ממש בשעת'ן ביג בענג איז פארהוילן. די רעליעגעזע (בעיקר קריסטן) זאגן אז אין יענע סעקונדע האט פאסירט אן איבער-נאטורליכע פאסירונג וואס האט גורם געווען פארן יקום צו אנהייבן עקזעסטירן (אין אנדערע ווערטער: יענע סעקונדע איז געווען בריאת העולם). די נישט רעליעגעזע זאגן אז סייענס וועט נאך אמאל אויפקומען מיט א הסבר וואס האט פאסירט די ערשטע רגע פון די ביג בענג - דאס הייסט אז מ'וועט האבן א נאטורליכען הסבר פאר די יקום'ס אנהייבן עקזעסטירן.
ווילעדזשער וויל האבן דעם קוכן און אויך עס עסן. ער וויל אז דער מאמענט פון ביג בענג זאל האבן געווען סיי א נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע די וועלט איז געגאנגען פעסט-פארווערד און זיך אפגעשטעלט ביים מצב וואס עס איז געווען פאר 5,773 יאר צוריק. איך זאג אז דאס איז נישט מעגליך, די מאמענט פון ביג בענג איז געווען א איבער-נאטורליכע פאסירונג אין וועלכע ג-ט האט אראפגעשטעלט די וועלט וויאזוי זי האט אויסגעקוקט פאר 5,773 יאר צוריק.
איך הייב נישט אן צו פארשטיין, אויב ביסטו מודה צו די סייענס פון איין סעקונדע נאך די ביג בענג [אגב מיין איך אז דיין גאנצע באריכט דא איבער וואס מוייסט יא וועגן דעם און וואס מוייסט נישט איז נישט מדוייק, איך האב נישט קיין געדלוט נאכצוקוקען, באצי איך זיך "לדבריך"] און פון דעמאלטס איז דא א קלארע רעקארד קענסטו דאך נישט זאגן אז יענער מיסטעריעזע סעקונדע איז געוועען א נס ביז פאר תשע"ג יאר צוריק. דו דארפסט זאגן אז תשע"ג יאר צוריק איז געשעהן א נס וואס האט געמאכט א וועלט וואס זעהט אויס שוין אפאר ביליאן יאר אלט [פארשטייט זיך אויף דעם איז נישטא קיין טראפציקילי עווידענס, אדרבה, פאר 5773 יאר צוריק זעהן מיר שוין מענטשען דרייען זיך אויף די וועלט און זיי האבן אונז אפילו איבערגעלאזט סויוועניערס]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:55 pm
דורך לעיקוואד
הציץ ונפגע האט געשריבן:הרב עיר-התורה, איר שרייבט דברים יקרים מאוד, איך האב גאר אסאך הנאה געהאט. איך וויל נאר חוזר ומדגיש זיין אז די נקודה וואס איר ברענגט ארויס אין נומער 3 איז נאר אויב מיר נעמען אן אז די צייט איז געלאפן שנעלער און דערפאר האט זיך אלעס דעוועלאפט שנעלער, ד.ה. אין א נאטורליכען פרעימווארק. אויב זאג איך אבער אז ג-ט האט עס אבער-נאטורליך באשאפן אזוי אז עס זאל אויסזען ווי כאילו עס איז אדורך אן עוואלוציע מיט אלע פיטשיווקעס, דאן איז אייער הערה נישט גילטיג.
לעיקוואד האט געשריבן: דער סארט סברא וואס זאגט, אז איך זעה אז דער זון קומט ארויף יעדער אינדערפרי, לערן איך פון דעם אז דאס איז נישט סתם א מקרה אדער א נס אז יעדער אינדערפרי קומט עס ארויף און איך לערן ארויס פון דעם אז דאס איז א געזעץ אז יעדער אינדערפרי קומט ארויף די זון און איך בין זיכער אז אויך מארגן וועט זי אויפשיינען. דער באוואוסטער פילאסאף
דייויד יום האט שוין לאנג
געפרעגט אז די סברא האט נישט קיין שום הכרח אדער ראייה, וייל ווילאנג דו האסט נישט געזעהן יעדער טאג די זון, אדער געזעהן מיט די אויגן די כלל וואס זאגט אז דער זון שיינט אויף אינדערפרי, פון וואו וייסטו אז סוועט אויפשיינען?
די קשיא איז איינער פון די יסודות פון אלע מאדערנע פילאסאפיע און בפרט די פילאסאפיע פון סייענס.
אחרי ככלות הכל, איז גאנץ קלאר אז דאס איז נישט א אמתער שאלה, און יעדער נארמאלער מענטש איז זיכער אז די זון וועט אויפשיינען אינדערפרי, אדער אז אויב ער וועט ארויסוואקן פון א פענסטער וועט ער פאלען, טראץ דעם וואס ער האט דאס נאר געלערנט פון אנדערע פעלער און דער טעאריע פון גראוויטי איז נישט מער ווי א טעאריע געבויט אויף די לעכעריגע עקסטראפעלאציע אז אזויווי סאיז געשעהן איינמאל מוז געשעהן נאכאמאל.
גראדע איז דא אן אינטערעסנטע ווארט פון רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, בעל החפץ חיים אז בעצם וואלט ער נישט ערווארטעט די זון נאכאמאל אויפצושיינען יעדען אינדערפרי. נאר מיר זאגן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית", דאס הייסט אז מיר האבן א פארזיכערונג אז ג-ט וועט מחדש זיין מעשה בראשית יעדען פרימארגן פון פריש, און נאר דערפאר קענען מיר זיין זיכער אז די זון וועט אויפשיינען נאכאמאל...
אויב קלערסטו אז דער אייבישטער האט געמאכט א נס אונז צו נארען טו פארוואס קלערסטו נישט אז אפשר האט ער געמאכט דער נס פאר א רגע צוריק און באשאפן שוין א קאווע שטיבל ווי מהאלט שוין אינמיטען א וויכוח און א תורה וואס סזעהט אונז אויס אז סאיז שוין געגעבן געווארן וכו'.
אלא מאי, וייל סנישט שכלדיג, איז דאס אויך נישט שכלדיג.
[נאך שטערקער, די רגע דו קלערסט אז עשי"ת מאכט חלילה גאנצע היפוך עולמות אויף צו נארען מענטשען, פארוואס איז דיין סברא אז דווקא די דיינעסארס האט ער געלייגט דארט אונז צו נארן, אפשר דווקא די חומש האט ער געלייגט דארט אונז צו נארען]
[אויך, די סברא האט גארנישט מיט די טענה פון עקסטראפאלאציע וכו', דאס איז סתם א וועג זיך ארויסצודרייען בכלל פון די פאקטן און בלייבן מיט בראשית כפשוטו. אפשר האסטו טאקע דאס געמיינט אין דיין פריערדיגע הודעה.]
[דרך אגב, ברמב"ן בפר' בראשית וש"ר משמע שלמדו שהעולם נברא בתהליך מסודר ולא בנס ברגע אחד, ועי' אברבנאל במה שחולק על רמב"ן בנקודה זו]
אויך די ווארט פון חפץ חיים העלפט פארשטייט זיך נישט, וייל פון וואו וייסט ער אז די חומש וואס ליגט עם יעצט אויף די טיש וועט זיין דארט מארגען. [חוץ וואס איך וייס נישט ווי ער האו געטראפן אזא הבטחה אין די חומש]
[אגב די סברא איז נישט אינגאנצן נאריש שוין דער גרויסער פילאסאף דעקארט האט געטהענט אז די איינציגסטע סיבה וואס ער האט צו טראסטן זיין שכל איז ווייל גאט האט עס עם געגעבן און ער מאכט זיכער אז סזאל אמתדיג וייזן די מציאות, ואכמ"ל]
קען וויסנשאפט באשטימען די עלטער פון דער וועלט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:20 pm
דורך איחוד פעלד
לגבי די עיקר שאלה אין אנהייב, יאך פארשטיי נישט וואסערע מין שאלה דאס איז.
אוודאי קען וויסענשאפט דאס באשטימען.
די שאלה איז אויב די תורה באשטימט עס אדער נישט.
ווען די תורה פארציילט אונז די מעשה פין אדם הראשון, מיינט אז עס איז געשעהן אין איין רגע? אדער עס איז דורך א פראסעס פין באשאפונג וואס יהיה איך שיהיה וואס די סייענטיסטען ווייסען יא אדער נישט אבער בערך זאגען זיי אז עס איז א פראצעדור פין א לאנגע לאנגע צייט וואס הייבט זיך אהן מיט א קליינע בריאה און ווערט גרעסער און גרעסער בעסער און בעסער.
איז דאס א סתירה מיט די תורה?
ווען די תורה זאגט והארץ היתה תוהו ובוהו, איז פשט אז עפעס איז געוועהן, נאר נישט א וועלט ווי אונז קענען מיר עס. אולי?
מיין עיקר פראבלעם מיט דער פראסעס פין עוועלאשען איז, ווען דער וועלט איז דורך דער פראסעס און ארויסגעגעבען איין מענטש, און עס איז געשעהן כך וכך יאר צוריק, פארוואס געשעהט עס נישט היינט צו טאג נאכאמאהל, ד.ה. היינט אינדערפרי זאל ווערען א מענטש פין א מאלפע (אויב א מענטש איז געקומען פין א מאלפע). פארוואס איז דאס נאר געשעהן איינמאל לאנג צוריק?
איז דער פשט אז עוועלאשען איז געשעהן איינמאל וואס די אלע מינים זענען באשאפען געווארען און נאכדעם איז געוועהן א פריז, און אלעס האט זיך אפגעשטעלט? אוודאי נישט.
באמת מיין קשיא איז קיין קשיא נישט, אבער די כוונה אין די קשיא איז אמת.
לויט דער עוואלאשיניסט איז אמאהל געוועהן א מין פריימעיט וואס איז געוועהן דער זיידע פין א מענטש מיט א מאלפע, ומאלה נפוצו, פין דעם זיידע איז ארויסגעקומען א מאנקי מיט א מענטש, און לאורך הדורות האבען זיי זיך צוטיילט און געמאכט צוויי מינים פין ספעסיס, א מענטש און א מאנקי.
ממילא קען היינט פין א מאנקי נישט ווערען א מענטש און פארקערט.
אבער די קשיא איז נאך אלץ שייך, ווען מענטשען האבען געלעבט אין אמעריקא לכל הפחות טויזענטער יאר אנגעטיילט פין די רעשט וועלט, זענען זיי נישט געווארען אן אנדערע מין בריאה, נאר געבליבען די זעלבע מענטש, מיט קליינע חילוקים. איז פארוואזשע די חילוק אזוי קליין?
פארוואס איז נישט געבליבען צוויי מינים פין מענטשען, אזוי ווי די מאלפעס איז דא מערערע משפחות פין אנדערע מינים אין גאנצען? אזוי ווי א גאנצע מדינה פין קליינטשיגע מידזעטס אפילו?
כהנה וכהנה קען מען ברענגען צענליגע סענסיבעל ראיות אז עס איז באמת יא דא איינער וואס האט באשאפען די וועלט מיט א כוונה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:41 pm
דורך הציץ ונפגע
לעיקוואד האט געשריבן:אויב קלערסטו אז דער אייבישטער האט געמאכט א נס אונז צו נארען טו פארוואס קלערסטו נישט אז אפשר האט ער געמאכט דער נס פאר א רגע צוריק און באשאפן שוין א קאווע שטיבל ווי מהאלט שוין אינמיטען א וויכוח און א תורה וואס סזעהט אונז אויס אז סאיז שוין געגעבן געווארן וכו'.
אלא מאי, וייל סנישט שכלדיג, איז דאס אויך נישט שכלדיג.
[נאך שטערקער, די רגע דו קלערסט אז עשי"ת מאכט חלילה גאנצע היפוך עולמות אויף צו נארען מענטשען, פארוואס איז דיין סברא אז דווקא די דיינעסארס האט ער געלייגט דארט אונז צו נארן, אפשר דווקא די חומש האט ער געלייגט דארט אונז צו נארען]
...
[אגב די סברא איז נישט אינגאנצן נאריש שוין דער גרויסער פילאסאף דעקארט האט געטהענט אז די איינציגסטע סיבה וואס ער האט צו טראסטן זיין שכל איז ווייל גאט האט עס עם געגעבן און ער מאכט זיכער אז סזאל אמתדיג וייזן די מציאות, ואכמ"ל]
איר האט אויסגעמישט צוויי באזונדערע קריטיק אויף די אמפעלאס הייפאטעזע. איינס - אז אויב זאג איך אז 5,733 האט ג-ט באשאפן א 13-ביליאן-יעריגע וועלט ווער האלט מיר צוריק פון זאגן אז 5 מינוט צוריק האט גאט באשאפן א 13-ביליאן-און-5,733-יעריגע וועלט? די צווייטע - איז ריכטיג צו זאגן אז ג-ט פאפט אונז חלילה?
אויף די ערשטע איז מיין תירוץ פשוט: קיינער האלט אונז טאקע נישט צוריק פון זאגן אזוי און ווי בערטרענד ראססעל האט שוין געשריבן "עס איז נישטא קיין שום לאגישע אוממעגליכקייט אין די הייפאטעזע אז די וועלט האט אנגעהויבן עקזעסטירן פינף מינוט צוריק, גענוי ווי עס איז דאן געווען מיט א פאפולאציע וועלכע האט "געדענקט" א גענצליך אומרעאלע עבר" (ראססעל, "די אנאליז פון מוח"). איי אויב אזוי, אולי איז די תורה אויך א חלק פון זיין אפנארן? אויף דעם איז מיין תירוץ אביסל מער קאמפליצירט, אבער אויפן שפיץ גאפל איז עס ווי פאלגנד: בעצם ווען די וועלט און איך ווערן באשאפן סיי-ווען מיט א זכרון פון אן אומעקזעסטירנדע פארגאנגענהייט דארף איך מיך פירן ווי כאילו די פארגאנגענהייט איז א ווירקליכע געשעעניש, פשוט ווייל איך קען נישט אויפווייזן אז מיין זכרון איז טאקע פון א פארגאנגענהייט וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז איך דארף בעצם אננעמען אז די אוניווערס איז 13 ביליאן יאר אלט. איך האב אבער אין מיין "זכרון" (איך מיין נישט ממש מיין זכרון נאר די וועלט'ס קאלעקטיווע זכרון) אויך א חלק וואס זאגט מיר אז די תורה און די אידישע מסורה איז אמת (צוליב די כוזרי'ס הוכחה און נאך ואכמ"ל), און לויט דעם וועט אויסקומען אז איך דארף בעצם אננעמען אז די אוניווערס איז נישט מער ווי 5,773 יאר. דא ווער איך אריינגעווארפן אין א קאנאנדרום וועלכע פון די צוויי זכרונות אנצונעמען. עס איז פשוט אז פון אננעמען אז מתן-תורה איז אן אומרעאלער זכרון טו איך גאר נישט אויף, ווייל דאן בלייבט עס בלויז א סתירה צווישן צוויי אומרעאלע זכרונות, און אז איך גיי מיט מיין כלל אז איך דארף אננעמען אומרעאלע זכרונות אלס ווירקליכקייט בין איך ווייטער צוריק אינעם אויבנדערמאנטעם קאנאנדרום. דערפאר איז מיין איינציגסטער אפציע אנצונעמען אז די זכרון פון אן אור-אלטער וועלט איז די אומרעאלער זכרון, און די זכרון פון מתן תורה נעמט פרעצעדענץ.
לגבי די צווייטע טענה, פארשטיי איך אז איך קען דיך דוחה זיין מיטן אלטן איבערגענוצטן "נסתרים דרכי ה'". אבער לאגיש קען איך דיר ענטפערן אז פאר אמונה איז בעסער די תורה'ס ווערסיע, און פאר סייענס טויג בעסער די סייענטיפישע ווערסיע. דאס הייסט אז ג-ט וויל אז ווען מיר פראקטעצירן זיין רעליגיע זאלן מיר פראקטיצירן פון דעם שטאנדפונקט אז פאר 5,773 יאר צוריק האט ער אין 6 טאג האט באשאפן די אוניווערס אין אן אבער-נאטורליכען באשאף, און ווען מיר שטודירן די נאטור און מיר דערגרינטעווען זיך אין די טבע וויל ער מיר זאל גיין מיט א מהלך אז די נאטורליכע חוקים זענען די וואס האבן געפירט צו די וועלט'ס עוואלוציע. כדי צו קענען ערפילן דעם דאפעלטן-ווערסיע פון באשאף וועלכע פעלן זיך ביידע אייניג אויס, האט ער געמוזט באשאפן א וועלט מיט אן א.ג. פאלשע היסטאריע.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר מיט מיינע הסברים, דאס איז די ערשטע מאל וואס כ'ברענג ארויס די געדאנקען מכח אל הפועל, כאטש אין מוח טוען זיי שוין ווירבלן א לענגערע צייט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:53 pm
דורך הציץ ונפגע
איחוד פעלד האט געשריבן:ווען מענטשען האבען געלעבט אין אמעריקא לכל הפחות טויזענטער יאר אנגעטיילט פין די רעשט וועלט, זענען זיי נישט געווארען אן אנדערע מין בריאה, נאר געבליבען די זעלבע מענטש, מיט קליינע חילוקים. איז פארוואזשע די חילוק אזוי קליין?
וויאזוי מיינסטו זענען דא אזויפיל חילוקים צווישן אפריקאנע מענטשן, אזיאנע מענטשן און אייראפעאישע מענטשן? די סיבה פארוואס די חילוקים זענען אזוי קליין איז ווייל אפאר טויזענט יאר אין עוואלוציאנישער היסטאריע איז א פינטעל, סדארף דורכגיין מיליאנען אז פיל מיט קליינע טוישונגען זאל אנקומען צו אן ערנסטע טויש. (פון די בלוי-הויטיג מענטשן האסטו שוין געהערט?)
איחוד פעלד האט געשריבן:פארוואס איז נישט געבליבען צוויי מינים פין מענטשען, אזוי ווי די מאלפעס איז דא מערערע משפחות פין אנדערע מינים אין גאנצען?
עס זענען גראדע יא געבליבן מער ווי צוויי מינים, נאר אלע אנדערע מינים זענען אויסגעשטארבן (געגאנגען עקסטינקס). די לעצטע מין מענטש איז געגאנגען עקסטינקסט פאר בערך 7,000 יאר צוריק.
און עס קען גאר געמאלט זיין אז אין אפאר מיליאן יאר וועט די היינטיגע מין מענטש זיך צעטיילן אין צוויי (עס איז כמעט נישט מעגליך, ווייל די אלע היינטיגע טעכנעלאגישע פארשריטן וועלכע מאכן די וועלט פאר א גלאבאלע דערפל פארמיידן פון באזונדערע מינים זיך צו פארמירן, אבער הייפאטעטיש איז עס מעגליך.)
עוואלוציע האט נישט אויפגעהערט. עס האלט אין איין פאסירן עז ווי ספיק.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:59 pm
דורך יואליש
ס'איז נישט דא קיין פריז. יעדן טאג ווערן געבוירן קינדער אן הענט, הינער מיט דריי פיס, אוןן אלע אנדערע מיוטעשאנס אויף א גרויסע און בעיקר קליינע סקעיל. ווער רעדט נאך פון די קליינע מיקראביאלאגישע חילוקים. ס'איז אבער דא א סיבה אריינגעבויט אין עוועלושן, אייגענטליך אינטערגאל צו די טעאריע פון עוועלושען, אז די יעצטיגע אויסשטעל זאל סורווייווען און ריפרעדוסן. אבער ס'איז ווייט פון א פריז אויף די רעמדאם רעפראדאקשן. אבער דיין תגובה זאגט אז די האסט נישט ארויס די טעאריע פון עוועלושען (כ'מיין עס נישט לגנאי) און ס'איז א שאד (עכ"פ איך האב נישט די כח) אנצוהייבן א טענה'ריי ביי די סטעידזש.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:01 pm
דורך יואליש
דרך אגב, 99.9999 פראצענט פון "לייף" אויף די פלאנעט ערד איז עקסטינקט. די לייף וואס מיר זעהן (אנגעהויבן ביי באקטיריע און געענדיגט ביי א וואלפיש און עלעפאנט) איז מיניסקיול פון וואס וואלט ווען געברויכט זיין ווען נישט עקסטינקשאן וואס פאסירט יעדע רגע.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 7:06 pm
דורך יואליש
אה, הציץ האקט! ער איז מער ספעציפיש און קלארער. נעם א משל דיזיז וואס האבן אין די לעצטע הונדערט יאר געטויט טויזענטער מענטשן, אבער היינט עקזעסטירן זיי נישט צוליב וואקסינאציע און אנדערע מעדעצינישע און געזעלשאפטליכע פארשריפטן (סויער און ריינע וואסער וכו'). דאס טיט צוהעלפן אז מיר זאלן רעפרידאסן פון אונזער סארט. דאס דורכשניטליכע לעבנס יארן פונעם מענטשן זענען געטריפעלט געווארן און אפאר הונדערט יאר. די פאפולאציע איז קיינמאל געווען אזוי גרויס. דאס שטארקע פון די בריאה (די וועלכע ניצן זייער אינטעלעגענץ פאר סייענס און ריסורטש, כי היא חכמתם) ווערן שטערקער או הייבן זייער סורווייוועל שאנסן.