בלאט 1 פון 1

נייע אנגלא-אידישע ביכער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:21 pm
דורך הציץ ונפגע
ריבה פאמעראנץ איז באקאנט פאר אירע נאוועלען וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן צווישן די בלעטער פון די ענגלישע מאגאזאין "משפחה". מרת פאמעראנץ האט שוין מער ווי איינמאל אין די פארגאנגעהייט אויסגערופן קאנטראווערסיע ווען זי האט זיך ערלויבט צו שרייבן אפן איבער טאבו נושאים ווי דיווארס, עמאציאנאלע עביוז, ספיקות אין אמונה און ענליכס. פאר צוויי יאר צוריק האט זי געדארפט טוישן די געשיכטע-ליניע פון איר נאוועלע "צעבראכענע גלאז" ווען מענטשן האבן אריינגעשריבן צו משפחה מיט פראטעסטן. די נאוועלע האט זיך גערעדט איבער א מאן און ווייב וועלכע האבן געהאט שלום בית פראבלעמען ווייל דער מאן, א בן-תורה, האט אנגעהויבן זיך דרייען אויפן אינטערנעט און באקומען ערנסטע אמונה-ספיקות. (אגב, פאמעראנץ איז מגיב אינעם געלינקטען אמא-מוטער אשכול איבער איר בוך מיטן ניק "write on").
פאמעראנץ'ס עלטערן זענען גע'גט און אויך האט זי באקומען א אפענע אין "מאדערנע" חינוך, און איז געווארן צוגעצויגן צו די חרדי'שע וועלט נאכן לערנען אין א סעמינאר אין ירושלים פאר צוויי יאר. איר עבר האט איר ווארשיינליך געגעבן די כלים נישט מורא צו האבן צו בארירן האקעלע אין טאבו נושאים אין אירע געשיכטעס און עסייען.
פאמעראנץ האט לעצטנס ארויסגעגעבן א בוך פון קורצערע מעשיות (אנדערש ווי איר ביז איצטיגע ביכער וועלכע זענען אלע לאנגע נאוועלען) מיטן נאמען "פריזמען" (Prisms).
בילד

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 6:55 pm
דורך מאראנצןזאפט
די בילדער אבער זענען געוואלדיג, ווי ער וואשט דישעס, דרייווט א ריידער טראק, זיצט אויף די סטעפס מיט א תלמיד.
עס האט מיר בארירט עד עומק נשמתי זיין מסירת נפש און אהבה לכל תלמיד ותלמיד.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:03 pm
דורך קאוועניק
ביזט מכובד צו באשרייבען ר אליעזר

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:11 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שרייבט אונעם בוך אז ער האט אנגעזאגט א שנה ראשונה אינגערמאן אז ס'איז דא א פיינע רעסטאראנט אין א געוויסע פלאץ אין טאמער עס פעהלט אויס מעג ער גיין באזוכן דארט צוזאמען מיט די ווייב.
כ'מיין הרב זלמן לייב פיליפ האט אויך אזוי געזאגט פאר א אינגערמאן....... ;) ;)

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 2:10 am
דורך ונבנתה העיר
יש"כ, ראובן.

איך זעה אז דער עולם האלט אז מיללער [וועלכער האט א סעקיולערע בעקראונד] האט געמאכט א פראפעשענאל און גרונטליכע ארבעט, דא קענט איהר ליינען 40 זייטן פונעם בוך.

דער בילד אויפן דעקל איז פון דעם רבי'נס חתונה טאג, י"ד כסלו תרפ"ט אין ווארשא, ארגינעל אין שווארץ און ווייס.

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 6:56 pm
דורך פישלע העררינג
ווייסט איינער אויב עס איז געשריבן געווארן איבער דעם ליובאוויטשער'ס סטיל פון מנהיגות? כ'דארף נישט קיין בוצין בוצין, און כ'דארף נישט קיין פרק האיש מקדש. ער איז געוועהן א קאלטע, קאלקיולירנדע מנהיג. יעדעס ריר פון זיינע רמ"ח אברים שפייעט אויס פירערשאפט. נישט מורא געהאט צו זאגן א מענטשן אין פנים פונקט איפכא ווי דאס וואס ער האט געמיינט אז ער וועט הערן, און נאך מיט א גראדע מינע. חבל על דאבדין.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז געשריבן געווארן איבער דעם ליובאוויטשער'ס סטיל פון מנהיגות? כ'דארף נישט קיין בוצין בוצין, און כ'דארף נישט קיין פרק האיש מקדש. ער איז געוועהן א קאלטע, קאלקיולירנדע מנהיג. יעדעס ריר פון זיינע רמ"ח אברים שפייעט אויס פירערשאפט. נישט מורא געהאט צו זאגן א מענטשן אין פנים פונקט איפכא ווי דאס וואס ער האט געמיינט אז ער וועט הערן, און נאך מיט א גראדע מינע. חבל על דאבדין.

ניין, פישל:דא בין איך מחולק מיט דיר. ער, האדמו"ר מליובאוויטש , נ"ע איז געווען א שטארקער מנהיג. מיט קוראזש. אן פחד און מורא בשר ודם. און ער האט נישט געוואלט געפעלן ביי קיין איינעם. אבער דער אויסדרוק "קאלטער" פאסט בכלל נישט אויף איהם. ווי איך האב אליין געזעהן. און אויף די קליפס קען מען אויך זעהן אז א יעדער תנועה זיינע איז גיווען מלא רגש של אהבת הבורא ואהבת ישראל. און זיין גאנצע מטרה איז גיווען לקדש שמו יתברך בעולמו...!