בלאט 1 פון 3
זיך מוחל זיין די עבירות
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:59 pm
דורך ידען
שמח בחור בילדותך.
ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.
די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.
אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.
וואס מיינט עס?
פארוואס ווערן מענטשן אזוי?
ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?
ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:24 pm
דורך געפילטע פיש
ביי יעדעם ביי א אנדערע עידזש, ס'הייסט מיד לייף קרייסיס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:50 pm
דורך שמעקעדיג
ידען, דו רירסט אן א פארווייטיגטע נושא. נאך אביסל האלטן מיר אלע אויך דארטן, אוי געוואלד
(די רויטע זענען מיינע הגהות):
ידען האט געשריבן:ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
זאגסט "מען וויל". איך האב אויך נאר געוואלט. אבער געבליבן בינעך אין די ישיבה ביז געציילטע טעג פאר מיין חתונה, און נאכדעם איז מען דאך שוין א פארטיגער. אפשר ביי די מענטשן איז עס נישט אזוי געפערליך שפעטער אין די עלטערע יארן..?
יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.
איך פרוביר נישט צו שמועסן אינמיטן דאווענען.
די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.
אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן (עלטערע אידן ליידן דאך אויף שכחה..) אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.
וואס מיינט עס?
אפשר טוען זיי עס אלס תשובת המשקל, באותו מקום ובאותה זמן...
פארוואס ווערן מענטשן אזוי?
ווייל אזוי ווילן זיי אפקויפן דעם באשעפער. די גרינגסטע וועג אין אידישקייט איז צו שרייען אויף יענעם.
ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?
זיי האלטן נישט אז ס'איז פייניגן. ביי זיי איז עס פשוט א מצוה פון הוכח תוכיח...
ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?
ענדערש ביי די 40-50...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:09 am
דורך משה געציל
די אנגענומענע סטאנדארד איז פערציג (זעט אויס אז בינה איז אויך א לשון מחילה...). אבער עס זענען דא וואס ווערן דיאגנאזירט מיט די קראנקהייט היבש פריער, (לכאורה ווענדט זיך עס וויפיל מען האט געזינדיגט אין די יוגענט, אז מען זינדיגט מער דארף מען צולייגן אפאר יאר...). ווי פריער מען כאפט עס אלץ גרינגער איז עס צו היילן.
מיינס א באקאנטער איז שוין ל"ע דיאגנאזירט געווארן ביי די אכט און דרייסיג. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט לייכטע סימפטאמען ווען די ארומיגע האבן באמערקט אז ער בייזערט זיך געפערליך אויף די בעלי תפלה וואס דאווענען פסוקי דזמרה שנעל (ווייניגער ווי צוואנציג מינוט פון הודו ביז שמו"ע), נאכדעם האט ער אנגעפאנגען שושקענען וכו' וכו'. אפאר גוטע חברים זענען צוגעגאנגען צו אים און דערמאנט ווי ער פלעגט קוים דאווענען דריי מאל א טאג, און ער זאל זיין אזוי גוט און האלטן די ליפן צוזאם געקושט אשה אל אחותה די לענגסטע וואס שייך און אויפהערן רודפ'ן דאס מענטשהייט.
עס האט געהאלפן פאר א שיין שטיקל צייט ביז ער האט פון פריש אויסגעפלאצט, געטרייע חברים זעענדיג אז די אלטע טריטמענטס ארבעטן שוין נישט אויף אים האט מען פון פריש אריינגעגעבן א פרישע דאזע, דאסמאל פון א שטערקערע רעצעפט דערמאנענדיג אים מאחוה"פ-ר'דיגע ענינים זיינע, ב"ה אויף דערווייל ארבעט דאס פיל שטערקער און מען הערט שוין נישט פון אים פאר א לענגערע צייט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:17 am
דורך שמעקעדיג
משה געציל האט געשריבן:ווי פריער מען כאפט עס אלץ גרינגער איז עס צו היילן.
נישט געהערט אז מען קען דאס היילן. מפי השמועה איז דאס א אומהיילבארע מחלה...
משה געציל האט געשריבן:ער זאל זיין אזוי גוט און האלטן די ליפן צוזאם געקושט אשה אל אחותה די לענגסטע וואס שייך
דעם אויסדרוק איז עפעס געוואלדיג, האט מיר געקאסט אן אויספלאץ...
משה געציל האט געשריבן:אפאר גוטע חברים זענען צוגעגאנגען צו אים און דערמאנט ווי ער פלעגט קוים דאווענען דריי מאל א טאג,
געטרייע חברים זעענדיג אז די אלטע טריטמענטס ארבעטן שוין נישט אויף אים האט מען פון פריש אריינגעגעבן א פרישע דאזע, דאסמאל פון א שטערקערע רעצעפט דערמאנענדיג אים מאחוה"פ-ר'דיגע ענינים זיינע
מיט אזעלכע "גוטע, געטרייע" חברים, ווער דארף נאך שונאים...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:57 am
דורך elter-zeide
דע עלטערע יודען וואס שרייען אין שישקען טיען דאס פאר קנאה אין אויך אפשר פאר שנאה, (ווען דער רבי זי"ע האט געגרונדעט דע התאחדת אברכים האט מען עם געפרעגט? פין ווען הייבט מען אן צי זיין אויס אברך? האט ער געאנטווארט! פין ווען מע הייבט אהן פיינט האבען דע יונגעלייט), אין אויך ווייל די עלטערע יודען האלטן שוין מער נישט מיט, אין אינטערעסירן מער נישט מיט דע היינטיגע נייע נייעס, זיי פארשטייען נישט אין האלטן נישט מיט דע יוגענט, זענען זיי נעוועז אין אהנגעצויגען, עס שטערט זיי דער גרידער שרייט ער, עס האט גארנישט מיט מוסר אדער ערלעכקייט, אבער א ערענסטער עלטערער איד דאווענט זיך אין זיין ווינקעל אין טיט תשובה אויפן עבר, אין קיקט נישט אויף דע שמיסערס, אפילו עס טיט עם זייער וויי וואס דע יונגעלייט שמיסען, איי וואס טיט זיך מיט "וגוערן בו"? געדעגט ער ווען ער איז געווען יונגער אין איז נישט בעסער געווען, איך בין אמאל געזעסען ביי א סעודה מיט א חבר מיינער אין מיינע יארן, אין ביים צווייטן טיש זענען געזסען יונגע לייט אין געשמיסט אין געלאכט הויעך אויפן קול, פרעגט מיין חבר דע יונגע לייט? אפשר קען איך אויך מיטהאלטען? זאג איך עם, מיט צוואנציג יאר צריק ווען אינץ האבן אזוי געלאכט האבען זיי נישט מיט געהאלטן, לאז זיי צירי, עד כאן מיט דע אלטע אידען, אין ווידער ענק יונגעלייט וואס שמיסען, זאלט איר וויסען אז שפעטער מיט דע יארן וועט איר שטארק חרטה האבן, עס טיט שפעטער זייער זייער וויי, וואס מ'האט אלטץ צאם גערעט פיסטע שטותים, י
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:33 am
דורך פיקציע
דאס איז א מחלה וואס איך האב שוין באמערקט אין אנדערע הינזיכטן אויך. איך האב געפרעגט יעדעם וועם איך הער מוחה זיין אויף רייכערען אז ס'איז נישט געזונט אדער אז ס'קאסט אסאך געלט, די אלע האבן אמאל גערויכערט.
פון די וועלכע האבן קיינמאל גערייכערט וועט מען נישט הערן זיך בייזערן אויף רייכערערס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:36 am
דורך פרומאק
רעדען ביים דאווענען איז גאר אן הארבער עבירה. ווי באקאנט די מדרש מיט דער אף וחימה וואס ווערט באשאפען פין אלעס וואס מען רעדט אין בית המדרש. און ווידער ארום די גרויסע שכר פין יעדעס אמן יהא שמיה רבא. א מענטש דארף זיין א חסר דעה צו רעדען אין בית המדרש ביי קדיש. שטעלט אייך פאר איינער קלאפט אייך און ווייזט אייך אהן א אוצר פין מיליאן דולר וואס איר קענט נעמען וויפיל איר ווילט, וואלט איר אויך גערעדט מיט א בייזקייט אויף דער מענטש? אוודאי נישט. דער וואס דערמאנט אייך צו זיין שטיל און מיט דאווענען גיט אייך אסאך מער ווי מיליאן דולר. מיט אביסעל הכנעה קענט איר זוכה זיין צו א גליקליך לעבען . זייט נישט נאריש. רעדט נישט ביים דאווענען.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:40 am
דורך פאדראטשיק
ביי אונז פלעג מען זאגן אין אזא פאל: האסט מיך נישט מיטגענומען ווען ביסט געגאנגען זינדיגן, נעם מיך נישט מיט ווען דו טוסט תשובה! ודפח"ח.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:08 pm
דורך קליגער איד
פאדראטשיק האט געשריבן:ביי אונז פלעג מען זאגן אין אזא פאל, האסט מיך נישט מיטגענומען ווען ביסט געגאנגען זינדיגן נעם מיך נישט מיט ווען דו טוסט תשובה! ודפחח
דו ביסט גוטע נייעס "פאדראטשיק
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:36 pm
דורך היסטאריקער
געהערט פון אזא איינעם א זאכליך הגדרה
ער האט תשובה געטון, ער שמועסט נישט ביים דאווענען וכדומה, אבער ער זאגט נישט מוסר און שרייט נישט אויף קיינעם
חוץ פאר די אייגענע קינדער, זיי פילט ער, איז ער מחוייב צו זאגן
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:42 pm
דורך משה געציל
געזען דעם שבת א שיין ווארט פון ר׳ מאיר׳ל פרימשלאנער וואס איז פאסיג אהער. ״ואנשי סדום רעים וחטאים לה׳ מאוד״, טייטשט ר׳ מאיר׳ל ״ואנשי סדום רעים וחטאים״ און אלעס מיט׳ן אויסרייד ״לה׳״ פארשטייט זיך אלעס מיטן תירוץ אז מען האט נאר אינזין כבוד שמו יתברך..., האב איך געטראכט לפי זה אז אפשר דאס איז די כוונה פון רש״י וואס טייטשט ״רעים״ - בגופם, א מענטש ווערט עלטער זיין גוף גייט דורך דעם שווערן עלטער טויש נעמט ער זיך רודפ׳ן דעם מענטשהייט מיטן ״לה״...
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:46 pm
דורך זר זהב
שיין ווארט משה געציל!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:12 am
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...
מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:35 am
דורך שמעקעדיג
משה געציל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...
מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...
כמ"ש הכתוב, ל"ריח ניחוח" אשה "לה'"...
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:45 am
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...
מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...
כמ"ש הכתוב, ל"ריח ניחוח" אשה "לה'"...
גוט גוט! דו כאפסט זיך שוין אריין אין מיין אינדוסטרי...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 7:48 am
דורך ידען
איך זעה אז סיז דא מענטשען וואס האבען אינגער הייט געכאפט די מחלה און יעצט זעהט מען מענטשען וואס זענען זיך מוחל די עבירות.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:45 am
דורך הקטן
פראוואס איז דאס אזוי אז ינגערע קענען נישט דילדען און פארגינען די עלטערע וואס זענען זיך מוחל די עברות. זארג נישט דו וועסט אויך עלטער ווערן אי"ה און זיך מוחל זיין..
ווען איינער האט נישט דעם ניסוין זעט ער זאכען מער קלאר, די ינגע וואס האבן א שטארקע נסוין צו רעדען זעהן נישט אזוי שטארק די גרויסע עוולה, וועס עלטער ווערן דיין ניסוין וועט זיין קלענער (אפשר וועגן שדוכים) וועסטו פארשטיין וואס יענעם שטערט. איך האף נאר וועסט האבן שכל און נישט סתם זיך בייזערען און שרייען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:51 am
דורך טאמבל סאס
ידען, פארוואס איז עס אזוי, אז ווען מען ווערט אביסל עלטער, הייבט מען אן שרייבן מיט מער מיסטעיקס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:44 am
דורך שמעון וואלף
ידען האט געשריבן:שמח בחור בילדותך.
ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.
די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.
אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.
וואס מיינט עס?
פארוואס ווערן מענטשן אזוי?
ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?
ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?
ס'פאסירט אפט ביי אזעלכע וואס אין די יונגע יארן ווען זיי האבן נאך געהאט א גוד טיים האבן זיי זיך אריינגעגלידערט אין א סאסייעטי פון די שוואכערע סארט. אויף דער עלטער ווען ס'האט אים געכאפט א הרהור תשובה שעמט ער זיך מיט זיינע ארומיגע און דאס איז גורם אז ער זאל זיי רודפן.
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 9:46 am
דורך אונטער חכם
אינטערעסאנט, הייסט איך האב מיך סתם איינגערעדט אז דער עלטערער דור איז ערנסטער ווי היינט, עס איז פשוט ווייל איך האב זיי נישט געקענט פאר די פערציג?
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 2:57 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: נישט אינגאנצן. ביי אונז אין ביהמ"ד זענען דא 2 יונגעלייט וואס שושקענען א גאנצע צייט. און איך, דער אלטער תרח ווער קיינמאל נישט געשטערט ווען איינער זאגט א גוט ווארט... די שושקענערס. זיי שטערן מיך און גייען אויף מיינע נערוון...!