בלאט 1 פון 6

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:47 am
דורך מורינו הרב
אן אריינגיין אין די עצם נקודה אויב דאס איז בארעכטיגט אדער נישט, אבער האסט געשריבן צו שארף. מאכסט זיך נאריש? א בחור האט נישט פעמעלי מיט וועמען ער פריידט זיך? האבן טאקע רוב רובם פון די בחורים נישט קיין קשר מיט זייערע עלטערן? אפגעזען ווי שטרענג זיי זענען? נישט פאראן פעטערס, קאזינ'ס, זיידע'ס, אלעס איז שטותים?

אבי אנגעבלאזן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:48 am
דורך zurich
100 פערסענט נאר ת״א איז נישט די איינצוגסטע!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:08 am
דורך קארטאפל
עס איז בכלל נישט אזוי ווי די מאכסט עס, קודם כל יעדע משפחה האט לעבעדיגע מענטשן וואס קענען פרייליך מאכן דעם חתן, און נאכדעם אייביג איז דא גענוג און נאך חברים מיט וועם צו טאנצן, ווי למשל קרובים, חתנים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה, אינגעלייט, און נאך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:54 am
דורך וואוינט אין ב.פ.?
איך בין מסכים מיט זיידעטשקע. ווען מען גייט צו א חתונה אהן חברים פון דער חתן איז עס זייער ניכר

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:04 am
דורך טעלעפאן
עטץ האטס א גרויסן טעות. א חתונה אן קיין חברים קוקט אויס כמעט ווי א בית .... ל"ע.
זייער ווייניג איז די משפחה אליין גענוג לעבעדיג.
(איך דריי מיך אסאך ביי חתונות)
א שרעקליכע עוולה. אלעס פאר די (לייג אריין די חסידות נאמען) זאל האבן נאך עפעס זיך צו אויפטון.

פון די צווייטע זייט (בחורים-חברים׳ס זייט) פון די מטבע
ווי גלייך די בחורים טוען עפעס בעסערס אין די צייט
עס איז - לכאורה - פון די געזונטסטע 'אוטלעטס' פאר בחורים, פארוואס נעמט מען עס זיי אוועק?
חברים זאלן קומען אויף חתונות איז זה נהנה וזה נהנה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:34 am
דורך שמעקעדיג
קודם כל שרייבט ער דארט אז אסאך אנדערע חסידות האבן אויך די תקנה,
נאכדעם שרייבט ער אז שיעור ג חברים קענען יא גיין,
און נאכדעם א בארעכטיגטע טענה אז עס מאכט חרוב די שיעורי הישיבה,
איך בין זיכער אז ער האט עס אדורכגעטראכט בעפאר די תקנה.
דער היינטיגער תולדות אהרנער איז בכלל נישט קיין פארפרומטער. ער איז א פראקטישער מענטש און פארשטייט דעם דור.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:02 am
דורך לעיקוואד
חרוב מאכן סדרי הישיבה איז גארנישט קיין תירוץ. אויף וואס איז דער ישיבה געמאכט אז נישט מחנך זיין בחורים זיין ייודען און מקיים זיין מצוות? סאיז א בפירושע הלכה מבטלין ת"ת להכנסת כלה.
די סארט געדאנק שטאמט פון דער מהלך פון ישיבות אז זייער סדר און משמעת [ליין: גוטע נאמען] אי דער תכלית פון די גאנצע ישיבה, און אלעס אנדערש וואס מטוט דארט, די בחורים, די לערנען, איז נאר א טפל צו דעם.
אזויווי סדא ישיבות וואס לאזען בכלל נישט חתונה האבן ביז א געוויסע עידזש מיט די טענה אז ראס שוואכט אפ די סדרי הישיבה.
ותורה חוגרת שק ואומרת וואס האלט איר זיך גרויס אז איר לערנט מיר אז איר זענט נישט אינטרעסירט אין מיר מקיים זיין. איר נוצט מיר נאר אלץ א הילף צו אייער פארטיי.
סדא עפעס א סיבה פארואס די סארט געדאנקן פאלט נאר איין אין געוויסע סארט חצירות.

און דאס אז נאך פלעצער טוהן אזוי מאכט נישט קלענער די עוולה, עס מאכט נאר אז די וואס זענען מתקן אזא אומנאטורליכער און אוממעטשליכער תקנה זאלן נישט פילען אז זיי טוהן עפעס ראנג, כמנהג אונזער געזעלשאפט אז יעדער חסידות טאנצט נאך דער צוייטער מיט יעדער משוגעת.

פארשטייט זיך אז ווען דער רבי מאכט חתונה און די גאנצע ישיבה פארט אויף רעדער פאר אפאר וואכען האט קיינער נישט קיין טענות ח"ו, אדרבה, דאס איז הייליג, מגעט ארויס קונטרסים מסביר זיין פאר די תמימותדיגער בחורים די גרויסע מצווה פון קוקען ווי די רבי טאנצט און מפילעוועט דאס וואכן לאנג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:18 am
דורך לעיקוואד
איך קלער טאקע אז די משגיחים אין ישיבות אזויווי זיי זאגן שמועסן מסביר זיין די מצוות פון ימים טובים און די הייליגקייט דערפון מפראבירט אריינגעבן א ווארימקייט אין די בחורים, אזוי וואלטן זיי געמעגט זאגן אפאר שמועסן איבער די גרויסע מצווה פון א חתונה צו גיין משמח זיין חתן וכלה וואס שטייט אויף דעם אזעלכע גרויסע זאכן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:04 am
דורך אוי טאטי
עס איז קלאר אז ישיבות וואס לאזן נישט חבירים גיין צי קיין חתונות דערקענט זיך עס זייער שטארק ביי יענע חתונות, נישט יעדע משפחה איז גרויס, און נישט יעדער בלייבט ביז נאכ׳ן טאנצן.
אבער איך גלייב אז די רבנים- ראשי ישיבות, וואס האבן געמאכט די תקנה, האבן עס גוט דורעכגעטראכט פאר דעם, און זיי ווייסן אויך וויאזוי א חתונה קוקט אויס אן חבירים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אזוי באשלאסן, ווייסן זיי וואס זיי טוען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:09 am
דורך חד גדיא
קארטאפל האט געשריבן:עס איז בכלל נישט אזוי ווי די מאכסט עס, קודם כל יעדע משפחה האט לעבעדיגע מענטשן וואס קענען פרייליך מאכן דעם חתן, און נאכדעם אייביג איז דא גענוג און נאך חברים מיט וועם צו טאנצן, ווי למשל קרובים, חתנים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה, אינגעלייט, און נאך

מ׳קען נישט ״פרייליך מאכן דעם חתן״.... א חתן איז אויטאמאטיש פרלייך ווען זיינע חברים זענען דא.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:10 am
דורך חד גדיא
אוי טאטי האט געשריבן:אבער איך גלייב אז די רבנים- ראשי ישיבות, וואס האבן געמאכט די תקנה, האבן עס גוט דורעכגעטראכט פאר דעם, און זיי ווייסן אויך וויאזוי א חתונה קוקט אויס אן חבירים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אזוי באשלאסן, ווייסן זיי וואס זיי טוען.

יא, אמונה פשוטה איז א גרויסע זאך...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:17 am
דורך אוי טאטי
מען קען עס פארשטיין אויך, קוק וועסטו זעהן אז רוב ישיבות וואס לאזן נישט גיין צי קיין חתונות זענען די גרעסערע ישיבות, ווי עס איז דא געווענליך מער ווי איין חתונה א וואך, און עס איז שווער יעדע וואך אזויפיל מאל צי שטערן די סדרי הישיבה, משא׳כ די קלענערע ישיבות ווי עס זענען דא ווייניגער חתונות, איז נישט אזא גרויסע פראבלעם צי גיין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:19 am
דורך איחוד פעלד
דארט שטייט אז עס וועט זיין א וועד משמחים, וואס זיי וועלען קומען צו יעדער חתונה מאכען אלע לעבעדיגע שטיק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:21 am
דורך פיקציע
איז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:28 am
דורך פרומאק
ברוך השם דער רבי פין תו"א כאטש מיט אנדערע זאכען איז ער נישט אזוי אויסגעהאלטען, האט געהאט די קוראדזש צו טוהן די ריכטיגע זאך און אסר'ן בחורים גיין אויף חתונות.
ווי באקאנט איז דאס פין די היינטיגע פירצות, ווען גענוג פרויען קומען צו חתונות אויסגעצירט און באפיצט אזוי ווי זיי וואלטען געווען די כלה אליין. און בחורים קענען און חלילה זענען שוין נכשל געווארען מיט ראיות אסורות, און מען דארף נישט מאריך זיין וואס געשעט שפעטר.
זאל דער רבש,ע העלעפן אז דער רבי זאל מאכען נאך און נאך תקנות וואס זענן גוט פאר בחורים און יונגלייט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:41 am
דורך אוי טאטי
פיקציע האט געשריבן:איז דאס נישט אן אלטע תקנה נאך פון מרן מסאטמאר ז"ל?

האדמור מסאטמאר ז׳צל (בעל ויואל משה) האט געהאט אזא תקנה, מיט די צייט איז עס בטול געווארן, און מה׳רא האט עס צוריק איינגעפירט אין זיין ישיבה אפאר יאר צירוק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:42 am
דורך לעמיל
ביי די ישיבה פון מהרז"ל גייט מען יא צו חתונות?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:43 am
דורך אוי טאטי
יא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:46 am
דורך לעמיל
אויב איז עס א אלטע תקנה פארואס האט עס נישט די ישיבה פון מהרז"ל אויך???

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:46 am
דורך יידל
זיידעטשקע האט געשריבן:א חתונה דארף צו זיין די פרייליכסטע טאג פון א מענטש׳ס לעבן. מיט וועם פינקטליך דארף זיך א חתן פרייען?? מיט זיין כלה וואס ער קען נישט?

פארוואס איז עס זיין פרייליכסטע טאג פון לעבן אויב ער קען ניטאמאל די מענטש וואס דארף אים מאכן אזוי פרייליך?
די געדאנק אז א חתונה איז די פרייליכסטע טאג קומט פון די קולטור וואס לאזט א מענטש זיין צוזאמען מיט זיין ארוסה פאר א לענגערע צייט ביז ער גארט שוין זייער שטארק חתונה צו האבן מיט איר, און דאן איז די חתונה טאקע די גליקליכסטע טאג אין זיין לעבן. אבער פאר חסידישע בחורים? פארוואס פונקטליך איז די טאג די פרייליכסטע טאג אין זיין לעבן?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:50 am
דורך אוי טאטי
לעמיל האט געשריבן:אויב איז עס א אלטע תקנה פארואס האט עס נישט די ישיבה פון מהרז"ל אויך???

און פארוואס איז עס נישט אנגעגאנגען ביים בעל ברך משה?

מיר האט מען אויסגעלערנט אז אויף א רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות! איך גלייב אז ער ווייסט וואס ער טוט, און ער האלט עס איז נישט קיין פראבלעם.

(אפשר קען מען זאגן, אז אין וויליאמסבורג איז גרינגער, ווייל רוב חתונות זענען דא, און מען דארף נישט טרעוולען יעדע נאכט, איז עס נישט אזוי שווער?! איך ווייס נישט..)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:17 am
דורך gehlungen
אוי טאטי האט געשריבן:עס איז קלאר אז ישיבות וואס לאזן נישט חבירים גיין צי קיין חתונות דערקענט זיך עס זייער שטארק ביי יענע חתונות, נישט יעדע משפחה איז גרויס, און נישט יעדער בלייבט ביז נאכ׳ן טאנצן.
אבער איך גלייב אז די רבנים- ראשי ישיבות, וואס האבן געמאכט די תקנה, האבן עס גוט דורעכגעטראכט פאר דעם, און זיי ווייסן אויך וויאזוי א חתונה קוקט אויס אן חבירים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אזוי באשלאסן, ווייסן זיי וואס זיי טוען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:24 am
דורך לעיקוואד
אוי טאטי האט געשריבן:מען קען עס פארשטיין אויך, קוק וועסטו זעהן אז רוב ישיבות וואס לאזן נישט גיין צי קיין חתונות זענען די גרעסערע ישיבות, ווי עס איז דא געווענליך מער ווי איין חתונה א וואך, און עס איז שווער יעדע וואך אזויפיל מאל צי שטערן די סדרי הישיבה, משא׳כ די קלענערע ישיבות ווי עס זענען דא ווייניגער חתונות, איז נישט אזא גרויסע פראבלעם צי גיין.

דאס איז טאקע א ריכטיגע הערה אבער ווער זאגט די גאנצע ישיבה דארף גיין צו יעדער חתונה? איך מיין אז נארמאל גיין נאר די בחורים וואס האלטן זיך גוט אדער קענען זיך עפעס מיטן חתן. ביי א פאפולער בחור קען דאס אמאל זיין א גרויסע חלק פון די ישיבה אבער איך מיין נארמאל איז עס נישט די גאנצע ישיבה [עכ"פ אין ישיבות וואו איך האב געלערנט איז אזוי געווען.]