בלאט 1 פון 7
וויפיל רבי'ס טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:31 am
דורך הדד בן בדד
איך האב יעצט געזעהן פיקטשערס פון די לויה פון א ברודער פון די קרעטשניפע (רחובות) רבי'ס, האב איך געזעהן ווי אלע פיר ברודער שטייען צוזאמען, און איך האב באמערקט אז אלע פיר - קרעטשניף, קרעטשניף קרית גת, ביטשקוב און פרימישלאן - אלע פיר טראגן זיי ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך בין פשוט נייגעריג געווארן וויפיל רבי'ס דא אין אמעיריקא טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן. אין ארץ ישראל מיין איך איז דאס מער מצוי ביי אזעלכע וואס זענען אפילו נישט קיין גרויסע רביס. למשל, דער ספינקא'ר רבי פון ירושלים, ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, האט געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך מיין אפילו אז ר' זלמן בריזל זצ"ל, וואס איז בכלל נישט געווען קיין רבי, האט אויך געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, זיין ברודער ר' אלעזר האט עס זיכער געהאט. אבער דא אין אמעריקא איז עס ווייניגער מצוי.
איך וועל שרייבן קודם די וואס איך ווייס, און אויב איז דא נאך, קען דער עולם אריינפילן.
אין וויליאמסבורג איז דא, סאטמאר רבי מרז"ל, ר' אייזיק ספינקער, ר' זיידל קרעטשניפער. אין ב"פ איז דא די צוויי באבוב'ער רביס און דער מונקאטשער רבי. אין ק"י איז דא דער סאטמאר רבי מהר"א, אין קאנאדא דער טאהש'ער רבי. ע"כ וואס איך געדענק יעצט, דער עולם ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:26 am
דורך לעמיל
אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:38 am
דורך פרומאק
אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:42 am
דורך לעמיל
ער פלעגט האבען זיין שיל און נתניה פארדעין ריפט מען אים אזוי
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:57 am
דורך הדד בן בדד
לעמיל האט געשריבן:אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן
גערעכט, איך האב טאקע פארגעסן, ער גייט אויך אזוי. און טאקע אויך ר' מיכעלע פון נתני'. סאו מאנסי איז נישט פאר'יתומ'ט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:26 am
דורך דולה ומשקה
הדד בן בדד האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן
סאו מאנסי איז נישט פאר'יתומ'ט.
ספינקא מאנסי?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:11 pm
דורך מ גפני
הדד בן בדד האט געשריבן:איך האב יעצט געזעהן פיקטשערס פון די לויה פון א ברודער פון די קרעטשניפע (רחובות) רבי'ס, האב איך געזעהן ווי אלע פיר ברודער שטייען צוזאמען, און איך האב באמערקט אז אלע פיר - קרעטשניף, קרעטשניף קרית גת, ביטשקוב און פרימישלאן - אלע פיר טראגן זיי ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך בין פשוט נייגעריג געווארן וויפיל רבי'ס דא אין אמעיריקא טראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן. אין ארץ ישראל מיין איך איז דאס מער מצוי ביי אזעלכע וואס זענען אפילו נישט קיין גרויסע רביס. למשל, דער ספינקא'ר רבי פון ירושלים, ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל, האט געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, און איך מיין אפילו אז ר' זלמן בריזל זצ"ל, וואס איז בכלל נישט געווען קיין רבי, האט אויך געטראגן ווייסע זאקן אינדערוואכן, זיין ברודער ר' אלעזר האט עס זיכער געהאט. אבער דא אין אמעריקא איז עס ווייניגער מצוי.
איך וועל שרייבן קודם די וואס איך ווייס, און אויב איז דא נאך, קען דער עולם אריינפילן.
אין וויליאמסבורג איז דא, סאטמאר רבי מרז"ל, ר' אייזיק ספינקער, ר' זיידל קרעטשניפער. אין ב"פ איז דא די צוויי באבוב'ער רביס און דער מונקאטשער רבי. אין ק"י איז דא דער סאטמאר רבי מהר"א, אין קאנאדא דער טאהש'ער רבי. ע"כ וואס איך געדענק יעצט, דער עולם ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.
אין ק"י איז דא נאך איינער: שפעטיווקע רבי....
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:25 pm
דורך sunbar
בלאזוב'ער רבי גייט ווייסע זאקן.
ווער עס געדענקט... דינובע רעבעלע ז'ל איז אויך געגאנגען.
די צאנזער רבי פון 14טען עוועניא פלעגט אויך טראגן ביז לעצטנס. זעט זיך אויס אז איינער האט עם קאליע געמאכט...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.
אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:17 pm
דורך זר זהב
דעעשע רבי פון ב.פ.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:24 pm
דורך shefele
sunbar האט געשריבן:בלאזוב'ער רבי גייט ווייסע זאקן.
ווער עס געדענקט... דינובע רעבעלע ז'ל איז אויך געגאנגען.
די צאנזער רבי פון 14טען עוועניא פלעגט אויך טראגן ביז לעצטנס. זעט זיך אויס אז איינער האט עם קאליע געמאכט...
חס ושלום! זיי נישט מוציא לעז!
הוד כ"ק אדמור מ'צאנז סיגוט שליט"א גייט נאך אלץ מיט ווייסע זאקן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:25 pm
דורך זר זהב
האדמו״ר רבי אביש ספינקער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:43 pm
דורך עסן עסט'זיך
קופערניקוס האט געשריבן:פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.
אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.
לץ שבליצים, רבי מיכעלע איז א עכטע רבי, וואסארא צישטעל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:28 pm
דורך נס קאווע
טשערנאוויצער רבי
מי הוא זה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:30 pm
דורך נס קאווע
אין ווילי דרייט זיך איינער ער גייט נאך געלט כ' מיין אז ער קומט פון אשל, אמאל גייט ער ווייסע זאקן און אמאל שווארצע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:52 pm
דורך sunbar
shefele האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:בלאזוב'ער רבי גייט ווייסע זאקן.
ווער עס געדענקט... דינובע רעבעלע ז'ל איז אויך געגאנגען.
די צאנזער רבי פון 14טען עוועניא פלעגט אויך טראגן ביז לעצטנס. זעט זיך אויס אז איינער האט עם קאליע געמאכט...
חס ושלום! זיי נישט מוציא לעז!
הוד כ"ק אדמור מ'צאנז סיגוט שליט"א גייט נאך אלץ מיט ווייסע זאקן
איך האב עם געזען לעצטע וואך מיט שווארצע זאקן ה'י
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:57 pm
דורך איך זאג דיר
וויפיל רבי'ס טראגן וויסע הויזן ? דאס מעג מען איך וויסן. ב'עוולה נישט די הויזן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:00 pm
דורך זר זהב
ווינער רב טראגט הויזן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
די אמתע שאלה איז וויפיל כניאקישע בעלי בתים, דעם רבינס תלמידים גייען ווייסע זאקן און לאנגע הויזן, אבער דא עקא, די הויזן דעקט נאר צו אזויפיל וויפיל די קלייד ביי די גאר פרומע פרויען, דהיינו ערגעץ ווי צווישן די קנעכל און די שויס, און דעריבער גייען זיי בעצם ווייסע זאקן למחצה לשליש ולרביע, און טראגן שטאלץ דעם פלעק סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:57 pm
דורך איך אויך
עסן עסט'זיך האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.
אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.
לץ שבליצים, רבי מיכעלע איז א עכטע רבי, וואסארא צישטעל
וואס הייסט עכט און וואס הייסט פעיק?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:48 pm
דורך הדד בן בדד
דולה ומשקה האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:אויב געדעינק איך גוט גייט אדמו"ר מצאנז קלויזעברג פון בארא פארק גייט אויך מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן
סאו מאנסי איז נישט פאר'יתומ'ט.
ספינקא מאנסי?
ספינקא מאנסי טראגט נישט ווייסע זאקן אין די וואכן. חוץ אויב ער האט עס אנגעטון יעצט ביים מופן קיין מאנסי...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:54 pm
דורך הדד בן בדד
קופערניקוס האט געשריבן:פרומאק האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א איד א גרויסע צדיק, מען רופט אים ר' מעכעלע פין נתניה. איך ווייס נישט וואס ער האט מיט נתניה. אבער ער גייט אויך ווייסע זאקען אין דער וואכן. מענטשען זאגען אויף אים גאר גרויסע זאכען מיט אפענע רוח הקודש.
אין וויליאמסבורג איז דא א איד א גרויסער צדיק תמים, ער הייסט ר' חיים שמעלצער, איך ווייס יא פארוואס מען רופט אים שמעלצער, א איד א צדיק, מען זאגט אויף אים גרויסע זאכן, ער גייט נישט קיין ווייסע זאקן.
דא האסטו געמאכט לצנות פון צוויי ערליכע אידן. ר' מיכל'ע איז א אמת'ער ערליכער איד און א גרויסער עובד ה', אלע יארן געווען אזוי. דער איד האט חסידים און ער פירט א ביהמ"ד מיט א רבי'סטווע, אידן קומען צו פארן צו אים אויף שבתים און איך זעה נישט וואס איז דא דא חוזק צו מאכן. אויב חוזק זענען די אנדערע רבי'ס די חוזק, ער איז א אמת'ער רבי ווייל ער האט נישט איבערגענמען א קאמפאני און געווארן דעם סי אי או נאך זיין טאטן. ער איז פלעין א ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן און אידן קומען צו אים זיך לערנען א דרך אין עבודת ה' און נהנה צו זיין פון אים עצה ותושיה. דאס הייסט א אמת'ע רבי.
ווידער ר' חיים שמעלצער איז טאקע אויך גאר אן ערליכער איד, מיט א פארצייטישע תמימות, אבער אינגאנצן אויף אן אנדערן דרגא. און יא, ר' מיכל'ע איז דער טייפ איד צו זיין א רבי, און ר' חיים איז דער טייפ איד צו זיין דער חסיד. און מיט דיין תגובה דא האסטו חוזק געמאכט פון ביידע פון זיי.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:55 pm
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:דעעשע רבי פון ב.פ.
וועלכע דעעש'ע רבי פון ב"פ