בלאט 1 פון 1

טשולענט!!Chulent

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:42 pm
דורך פיקציע
איך האב שוין אסאך געהערט דערפון, עס איז שוין אסאך געשריבן געווארן אויף דעם אבער איך ווייס נאך אלס נישט וואס איז דאס די טשונעלט?
פאר ווער עס ווייסט נישט איז די טשולענט א צוזאמקום פון אידישע קינדערלעך פרומערע און ווייניגער פרום מענער און פרויען, עס קומען פאר שיעורים, מוזיק, און פארברענגען.
די אנפירער פון די צוזאמקום איז אייזיק שאנפעלד פון פלעטבוש.

יעצט צו מיין שאלה וואס האט באוואויגען הרב שעהנפעלד צי אנהייבן די טשולענט צוזאמקום, איז נארמאל צו זען דארט חסידי'שע אידן אדער איז עס בלויז פאר אנדערע קרייזן, ווי לאנג איז עס שוין אין OPJC און פלעטבוש?

אויב ווייסט איר צו ענטפערן, אדער סיי וואס איבער די טשולענט פארברענגט לאזט אייך ביטע הערן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:49 pm
דורך לעמיל
בנוגע טשולנט קוק דא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:51 pm
דורך פיקציע
לעמיל האט געשריבן:בנוגע טשולנט קוק דא

איך פארשטיי נישט פארוואס איר לינק מיר אהין, אז דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד קוק דא אין נ.י. טיימס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 2:16 pm
דורך קפנדריא
פארוואס רופסטו אן דעם שאנפעלד 'הרב', בשעת זיי זאגן קלאר אז זייער ציל איז צו פארפרעמדן אידישע קינדער פון דעם ערליכן וועג?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:12 pm
דורך דולה ומשקה
ס'געוועהן א סטאטיסטיק אין למספרם 2008, אז די וואס עסן טשולענט ליל ששי מיט א הקפדה, אין זענען נישט מוותר אויף דעם הייליגען מנהג וואס איז יסודתו בהררי קודש, ליל ששי טשולענט עפעס א קלייניגקייט? עכ"פ האט די פאולס געוויזען אז זיי זענען מער מקעין געשטימט, לאפוקי די וואס עסן נישט טשולענט ליל ששי וועלן ענדערש וואוטן פאר אבאמא.
לויט יענעם פאול איז די מקפידין באכילת טשולענט בליל ששי בעד ראמני.
אפשר קען מען ארויס נעמען דערפון, אז רוב ליל ששי טשולענט עסערס זענער ריפאבליק'אנער אדער מער ריפאבליקען געשטימט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
קפנדריא האט געשריבן:פארוואס רופסטו אן דעם שאנפעלד 'הרב', בשעת זיי זאגן קלאר אז זייער ציל איז צו פארפרעמדן אידישע קינדער פון דעם ערליכן וועג?

שאנפעלד זוכט בכלל נישט אפצופירן אידן, קיינער איז נאכנישט אפגעפארן דורך אים, ער איז פלעין פשוט מקרב אידן, פון אלע סארטן און שיכטן, און ער אליין איז א ערליכער איד מדקדק בקלה כבחמורה, ווער זאגט ער זוכט אפצופארן?
עס קען זיין אז די פלאץ איז נישט געאייגענט פאר א היימישן איד ווייל עס דרייען זיך דארטן פארשידענע סארטן מענטשן, ובתוכם אזעלכע שאין רוח חסידים נוחה מהם, אבער צו זאגן אז ער "פארפרעמדעט" חלילה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:52 pm
דורך לעיקוואד
תכלית קען איינער איבערגעבן א באריכט אביסעל וואס דאס איז און וואס טוט זיך דארט? נישט נוסח ניו יארק טיימס נאר נוסח קאווע שטיבל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:45 pm
דורך זר זהב
איז ביאינג "נאן -דזשאדזשמענטעל" דער דרך התורה?

כ'פרעג באמת.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:11 pm
דורך שמעקעדיג
ס'איז א נאטור.
ריתחא דאורייתא איז יא דרך התורה?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:13 pm
דורך זר זהב
ריתחא דאורייתא איז זיכער נישט נגד התורה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:40 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איז ביאינג "נאן -דזשאדזשמענטעל" דער דרך התורה?

כ'פרעג באמת.

ס'קען אמאל זיין א ירידה לצורך עלי'. דורכ'ן מקרב זיין און ארויסווייזן א שמייכל פאר א צובראכענע נשמה קען אמאל נתעורר ווערן דער אידישער פינק. און דער יעניגער קען אמאל צו קומען צו אהבת ויראת ה'.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'איז א נאטור.
ריתחא דאורייתא איז יא דרך התורה?

ווען די ריתחא דאורייתא איז באגלייט מיט אהבת ישראל און מען קען זען אז ס'קומט נישט מכח שלעכטקייט האט עס א תועלת. אנדערש נישט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 10:53 am
דורך פיקציע
א דאנק יאנקל און קופערניקוס פאר אייער אינפארמאציע, ענדליך רעדט שוין איינער צום ענין.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 12:58 pm
דורך קפנדריא
http://www.nytimes.com/2007/03/18/nyreg ... d=all&_r=0

מעגליך איך פארשטיי נישט צו גוט וואס דארט שטייט, אבער ס'קוקט נישט אויס אזוי פויגלדיג, אויב האב איך מיך טועה געווען, און דער שאנפעלד לאזט זיך אראפ אין שאול תחתית צו מיטהאלטן די מושב כדי ארויסצושלעפן פון דארט פארזינקענע נשמות, כה לחי, און איך בעט אים איבער.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 1:15 pm
דורך קפנדריא
די וואס גייען דארט אן קיין ציל, גייען פאר דעם איינעם ציל וואס אלע גייען אהין, דארט גייט מען נישט צו לערנען קבלה, און ס'איז נישט קיין פלאץ וואו מ'פרעדיגט יראת שמים, שטענדיגע תערובות, פרויען זינגען דארט, וכו', און איך מיין איך דארף נישט אריינגיין אין פרטים, איך האב געפרעגט פארוואס ער איז א הרב מיט זיין אקטיוו דארטן, האט קופערניקס געענטפערט אז ער איז מקרב אידן, אויף דעם באציט זיך מיין קאמענט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
קפנדריא האט געשריבן:די וואס גייען דארט אן קיין ציל, גייען פאר דעם איינעם ציל וואס אלע גייען אהין, דארט גייט מען נישט צו לערנען קבלה, און ס'איז נישט קיין פלאץ וואו מ'פרעדיגט יראת שמים, שטענדיגע תערובות, פרויען זינגען דארט, וכו', און איך מיין איך דארף נישט אריינגיין אין פרטים, איך האב געפרעגט פארוואס ער איז א הרב מיט זיין אקטיוו דארטן, האט קופערניקס געענטפערט אז ער איז מקרב אידן, אויף דעם באציט זיך מיין קאמענט.


מקרב מיינט נישט דווקא צו חרדישע אידישקייט, ער איז מקרב, ווייזט ארויס געפיל און ליבשאפט צו אידן און טיילט זיי נישט איין וואס צו טון, פשוט ער געט צו עסן, צו טרונקען און מאכט א מענטש פילן גוט.
איך קען נישט די פלאץ פון די נאנט, אבער איך קען א צובראכענע נפש וואס האט שוין אסאך מאל איבערגעשלאפן ביי אים, און זיצט אפ ביי אים און באקומט ביי אים אסאך עידוד וחיזוק, קלוגע שמועסן און פארברענגען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:09 pm
דורך פיקציע
האמיר געשאפען א קליפ פון א טשולענט פארברענג מיט איבער 5 יאר צוריק, דער גיטואריסט זעט אויס ווי א פולזיניגער צפת - ברעסלוב'ער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TevlFQWm-Qk[/youtube]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:06 pm
דורך קליגער איד
היינט קומט פאר סאפער ווער וויסט ??

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 8:54 pm
דורך דולה ומשקה
ב"ה מקיים געוועהן מצות הלילה דליל ששי באכילת המאכל טשולענט, יסודו בהררי קודש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:16 pm
דורך קאווע טרינקער
באותו מקום?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:32 pm
דורך איך אויך
איך אויך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
יאנקל האט געשריבן: יצחק שאנפעלד איז א איד א צדיק אין פולן זין פון ווארט; א גאלדן הארץ וואס לעבט פון טון גוטס פאר אנדערע. שאנפעלד פארמאגט אן אייגנשאפט וואס מאכט אים אן אניגמא אין חרדישע קרייזן, און ברענגט פארוואונדערונג אויף זיינע מאטיוון: ער איז גענצליך "נאן-דזשאדזשמענטעל". עס אינטערעסירט אים נישט וואס דער מענטש גלייבט אדער ווי ער/זי שטעלט זיך פאר - צי ער באלאנגט צו נטורי-קרתא צי ער איז אן אפיקורס גמור. יעדן האט ער ליב אהבת נפש, און פאר יעדן וועט ער געשמאק איבערזאגן א גוט ווארט אויף דער פרשה באגלייט מיט זיינע ברייטע קענטעניסן אין פארשידענע חכמות, און פאר יעדן גייט ער אויס צוצושטעלן אן ארט און צייט צו פארברענגען פשוט צו פארמערן אהבה, אחוה וריעות.
וועגן דעם "טשולענט" זעלבסט בין איך נישט באקאנט, אבער ווי איך האב געהערט פון איינער וואס האט זיך עטליכע מאל באטייליגט איז עס שוין היינט נישט אזוי אינטערעסאנט ווי אמאל.

הערה צדדית.
לעניות דעתי כצ"ל: "עס אינטערעסירט אים נישט וואס דער מענטש גלייבט אדער ווי ער/זי שטעלט זיך פאר - צי ער באלאנגט צו נטורי-קרתא אדער איז אן אפיקורס גמור צי ער איז אן עקסטרעמער ערליכער איד. יעדן האט ער ליב אהבת נפש..."
וד"ל.

נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 11:17 am
דורך קרעקער
דער גיטאריסט איז היי
ער האט אריינגעריקט אפאר ברויני בארס