בלאט 1 פון 2

וויליאמסבורג מיידל שולע אלס מאדעל פאר אנדערע

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:28 am
דורך קליינער
א שטאלצער טאטע פון א קינד אין מוסד תפארת בנות, א מיידל שולע אין וויליאמסבורג, האט מיר אריינגעשיקט אן אימעיל מיט א באריכט איבער די סוקסעס ראטע פון דעם סקול.

אט איז איין פאראגראף:

In the 2008-09 school year, fourth-graders at Tiferes Bnos took state standardized tests for the first time. According to a state report provided by the school, 87 percent were proficient in English and 97 percent were proficient in math.

וואס איז נייעס ברענגט אויך צו דעם באריכט, און עס איז אינטערעסאנט צו לייענען דעם נייעס, און די קאמענטס ביי ביידע זייטלעך.

תפארת בנות דערקלערט א מאדעל פון א סקול

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:34 am
דורך בן תמליון
אונזער היימישער סקול אין וויליאמסבורג איז פראפאלירט געווארן אין א WNYC פראגראם אלץ א מאדעל סקול פאר אלגעמיינע און פאבליק סקולס. אירע תלמידות חאטש פון ארימע היימען און ענגליש איז צווייטע שפראך באקומען די העכסטע צייכענונגען אויף ענגליש און מאטעמאטיק. זעט [url=אונזער היימישער סקול אין וויליאמסבורג איז פראפאלירט געווארן אין א פראגראם אלטס א מאדעל סקול פאר אלגעמיינע און פאבליק סקולס. אירע תלמידות חאטש פון ארימע היימען און אנגליש איז צווייטע שפראך באקומען די העכסטע צייכענונגען אויף ענגליש און מאטעמאטיק. זע ארטיקל:
http://www.vosizneias.com/115712/2012/1 ... e-the-odds

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:53 am
דורך פרענטש וואנילע
יאך ווייס נישט צו דאס איז א קידוש ה' אדער נישט, אבער איך מיין אז היינטיגע צייטן איז יעדע נייעס וואס איז גינסטיג פאר אידן א גרויסע טובה, מגלגלין זכות ע"י זכאי..

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:02 pm
דורך הציץ ונפגע
מיר קענען נישט עכט זיך פרייען מיט די נייעס, וויבאלד מיר ווייסן אז תפארת בנות איז אין וויליאמסבורג כשה אחד בין שבעים זאבים, ווי א רויז צווישן דערנער, ווי א בוים אין מדבר.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:11 pm
דורך sunbar
וואס איז דער שולע? עס באלאנגט צו א חסידות?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:15 pm
דורך קאווע טרינקער
Since the previous principal left the school, some 50 students and about 10 teachers left too

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:18 pm
דורך הציץ ונפגע
קאווע טרינקער האט געשריבן:Since the previous principal left the school, some 50 students and about 10 teachers left too

אויב פארשטיי איך ריכטיג, האט די געוועזענע מנהלת פארלאזט דעם מקום צוליב איר פרומע אנשויאונגען וועלכע זענען נישט געווען אין איינקלאנג מיט מרת אמסעל'ס אפענע צוגאנג צו חינוך.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:27 pm
דורך קאווע טרינקער
מרת אמסעל'ס אפענע צוגאנג צו חינוך

?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:35 pm
דורך הציץ ונפגע
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מרת אמסעל'ס אפענע צוגאנג צו חינוך

?

קוק אין די אויבנגעלינקטע ארטיקל, ווי זיי זענען מסביר וויאזוי אמסעל שטופט די מיידלעך צו פרעגן קושיות ("encourages them to question").

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:24 pm
דורך אוי טאטי
sunbar האט געשריבן:וואס איז דער שולע? עס באלאנגט צו א חסידות?

ניין! דאס איז איינס פון די גרויסע מעלות פון די סקול, אז עס באלאנגט נישט צו קיין חסידות, עס איז א פריוואטע זאך, און ווערט אנגעפירט דורך הרב מנשה לייפער שליט׳א רב דקהל נדבורנא ב׳וויליאמסבורג.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:40 pm
דורך לעמיל
וואס פאר א סארט סקול איז תפארת בנות? מער פאר די פרימערע אדער פאר רעגלע מענטשען?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 2:49 pm
דורך זר זהב

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:37 pm
דורך יאיר
הציץ ונפגע האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:Since the previous principal left the school, some 50 students and about 10 teachers left too

אויב פארשטיי איך ריכטיג, האט די געוועזענע מנהלת פארלאזט דעם מקום צוליב איר פרומע אנשויאונגען וועלכע זענען נישט געווען אין איינקלאנג מיט מרת אמסעל'ס אפענע צוגאנג צו חינוך.

לויט ווי איך ווייס האט דאס גארנישט געהאט מיט פרומקייט. די מנהלת איז ארויס צוליב פערזענליכע זייטיגע חשבונות.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:34 am
דורך פרענטש וואנילע
לעמיל האט געשריבן:וואס פאר א סארט סקול איז תפארת בנות? מער פאר די פרימערע אדער פאר רעגלע מענטשען?

איך מיין דאס איז מער פאר רעליגיעזע שטיבער..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:36 am
דורך פרענטש וואנילע
קאווע טרינקער האט געשריבן:Since the previous principal left the school, some 50 students and about 10 teachers left too

פון א מקור ראשון, טראץ וואס פילע עלטערען זענען נישט געווען אזוי פריילעך אז די מנהלת האט פארלאזט די סקול, זענען ארויס גאנצע "5" מיידלעך פון די גאנצע סקול, דאס רוב פון נורסערי קינדערגארטן, (50 אן א "0")...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:44 pm
דורך קאווע טרינקער
נו, אז צוויי מקור ראשון'ס קריגען זיך ארום, איז דאך דאס א מחלוקת ראשונים
און ווער וויל דען אריינלייגן זיין קאפ צווישען צוויי בערג?! די בערג קענען דאך אים צוקוועטשען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:01 pm
דורך קליינע רעבעלע
אוי טאטי האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:וואס איז דער שולע? עס באלאנגט צו א חסידות?

ניין! דאס איז איינס פון די גרויסע מעלות פון די סקול, אז עס באלאנגט נישט צו קיין חסידות, עס איז א פריוואטע זאך, און ווערט אנגעפירט דורך הרב מנשה לייפער שליט׳א רב דקהל נדבורנא ב׳וויליאמסבורג.

איך זעי נישט דע מעלה פין נישט גהערן צי א חסידות חוץ אז זיי קענען דיר שינדען דע הויט מיט דע תירוץ אז מיר האבען נישט קיין חסידים וואס האלטען אינז אויס
למעשה מיינט קיינער נישט דעים בורא עולם נאר דע אייגענע כבוד און ווען עס קימט אינטער דע אייגענע אינטרעסן אינטרעסירט אים גארנישט
ני קען מען שוין צירוק גיין צי דע חסידות אין בענעפעטירן פין כאטש פין דעים פארט אז מען רעכענט זיך מיט דיר. אז עס ווערט אויסגעהאלטן פין שנארעריי. אזוי אויך באקימען זיי בעסערע פראגרעמס פין דע גאווערמענט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:18 pm
דורך חאצקל
א מוסד פון א חסידות האט לכאורא נישט קיין פיזישע חסרונות, נאר אין מחשבה, מ'פילט ווי מ'איז נישט קיין קיין מענטש פאר זיך מיט א זעלבסשטענדיגע אידענטיפיקאציע , והפיכן אין א נאטראלער מוסדות.(פארשטייט זיך אז ס'ווי א מוסד און ווי א מענטש אבער איך רעד בדרך כלל)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:32 pm
דורך קליינע רעבעלע
נאכאמאל דעי אידן וואס האבען געפענט מוסדות ווייל זיי האבען זיך געזארגט אויף כלל ישראל און גארנישט געמיינט זיך זענען שוין אלע בעוונותי הרבים אויס געשטארבען
דע אלע וואס עפענען היינט מוסדות האבען עפעס א פרענזענליכע ציהל. צי איז דאס מען זאל וויסען פין זיי צי אנדערע חשבונות עכ"פ מיטן באשעפער האט דאס זיכער נישט קיין שום שייכות
אטאמאטיש עפעקט דאס דע מחשבה דע זעלבע ווי דע מוסדות פין דע חסידות

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:52 pm
דורך יאיר
יאנקל האט געשריבן:לאמיר אביסל צוריקפירן דעם שמועס צו דעם אריגינעלן ענין. תפארת בנות האט באקומען אן אויסצייכנונג פאר די דערגרייכונגען פון די תלמידות. מיט וואס איז תפארת בנות אנדערש - בנוגע דעם דרך הלימוד - פון אנדערע מוסדות? און איז די א חילוק אין שיטה צווישן די צוויי לעצטע מנהלות?

תפארת בנות לייגט אריין גרויסע כוחות אין מחנך זיין סיי די לערערינס און סיי די מיידלעך אז זיי זאלן פארשטיין דאס לערנען און קענען וואס מ'לערנט. אנשטאט צו גיבן די לערערינס אביסל רויע מאטריאל אז זיי זאלן נאכפלאפלען, לערנט מען זיי אויס עס אליין צו פארשטיין און ווי אזוי זיי זאלן עס געבן צו פארשטיין פאר די תלמידות. אויסער דעם לייגט מען בכלל א דגוש אז די מיידלעך זאלן ארויסקומען מיט עפעס און האבן זייטיגע קענטעניסן, אנשטאט זיי צו שטאפן מיט שיעורים אין כולל ענינים. דאס איז בעיקר צו פארדאנקען די ענגלישע מנהלת. דאס איז לויט ווי איך האב נאכגעהערט, און לויט ווי אויך פארשטיי ליינענדיג דעם באריכט. איך ווייס נישט אויב די געוועזענע אידישע מנהלת איז געווען דערקעגן אדער פאר דעם. איך ווייס נאר אזוי פיל אז זי איז נישט ארויס צוליב איר קעגנערשאפט דערצו מחמת פרומקייט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 3:05 pm
דורך קאווע טרינקער
מיין שוועסטער שיקט דארט.
די מעשה איז אזוי: - געוויסע מיידלעך וואס זענען ארויס פון דארט פאריאר האבן געדארפעט הילף אין ענגליש ליינען און שרייבען.
על אף זיי האבן יא מצליח געווען נאך זייענדיג אין תפארת בנות. און די סיבה איז צוליב די אנדערע סארט לערנען און טעסט'ן.
משא"כ אין אידישע לימודים, האבן די מיידלעך איבערגעשטיגן זייער נייע קלאס-מעיד'ס, און האבן גענומען פריוואטע טוטער צו לערנען נאך.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:21 pm
דורך קליינע רעבעלע
פשיאה.....
איך הייב שוין אן ערענסט צי טראכטען פין שיקען מיין טאכטער'ל אהין
למעשה וואס האלט עטץ אין צוואנציג יאר ארים וועט מען קענען אנצייגען אז נאך א מזל איך האב נישט געשיקט אין אין סיסטעם ווי סאטמאר למשל
זי וועט קענען בעסער קאכן אדער וואשען וועש. זי וועט למשל נישט דארפען קיין באגאבא. וואס גיי איך פארדינען?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 8:49 pm
דורך יאיר
רבי'לע, דו האסט מכוון געווען צו די ווערטער פון איינע פון די תגובות אויף די האפינגטאן פאוסט. איך וועל נאכברענגען דאס לשון:
It is wonderful that they scored good at the state tests, the question is will they do anything with that education? Or just get married at 18?
Sadly,it is most likely the latter.
הלואי איז יענער נישט גערעכט.
די איינציגסטע פאנטאזיע וואס איך האב איז אז נאך שולעס וועלן אנהויבן נאכטון תפארת בנות, די אלע מיידלעך וועלן גראדואירן, און צווישן זיי וועט זיין כאטש איין ראוזע פארקס וואס וועט ברענגען א רעוואלוציע אין דעם סיסטעם. נאכדעם וועלן די ישיבות נישט האבן קיין ברירה און זיך מוזן מיטכאפן מיט'ן שטראם ווייל מען וועט דארפן צושטעלן געבילדעטע בחורים פאר די געבילדעטע מיידלעך, און די אויפגעקלערטע מיידלעך און בחורים וועלן חתונה האבן, און וועלן בלויז שיקן זייערע קינדער צו אזעלכע שולעס און ישיבות ווי תפארת בנות, און נאכדעם וועט משיח קומען.