בלאט 1 פון 1

וויאזוי זיך צוגרייטן צום האריקעין...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 8:42 pm
דורך DotCom
אנגעהויבן פון שפעט זונטאג נאכט ביז דינסטיג נאכמיטאג ווערט פארגעזאגט דורך די וועטער נביאים א מאנסטער שטורעם פאר די איסט קאוסט, דער 'פראנקענ-שטארם' וואס איז א געמישעכץ פון א האריקעין מיט נאך צוויי באזונדערע ווינטערדיגע שטורעמעס וועט זיך אראפלאזן אויף א ברייטן שטח פון 800 מייל פונעם איסט קאוסט, עס וועט אנברענגען שווערע ווינטן מיט הויכע רעגנ'ס און אין געוויסע ערטער איז שניי אויך מעגליך, כאטש ניו יארק אין ניו דזשערסי זענען נישט אין צענטער פונעם שטורעם איז אבער אויך ערוואטערט גאר שווערע ווינטן מעגליך ביז 75 מפ"ש און הויעכע רעגנ'ס.

כאטש אז עס איז קיינמאל כדאי צו פאניק'ן, איז אבער וויכטיג צו האבן א מינימום זאכן הענדי אינדערהיים אין פאל פון א בלעק-אוט, אז מען האט די זאכן אנגעגרייט ווערט מען שוין רואיגער, און אין פאל עס געשעהט טאקע א בלעקאוט פאר אפאר טעג וועט מען עס בעז"ה אסאך גרינגער אדורכשוויצן, איך וויל דא מאכן א ליסט און יעדער ווערט געבעטן מוסיף צו זיין מיט עצות און טיפ'ס.

אנגרייטן:
וואסער - א גאלאן א טאג פער מענטש.
עסן - געקענטע אדער געסיעלטע פראטעין, ווי טונא, סעלמאן, פינאט באטטער, מיעל מארט וועקיום פליישן, נישט פארגעסן א קען עפענער.
אייז/אייסבאקס - מען זאל האלטן די אייז אין פריזער ביז ווען מען דארף עס, ספעציעל איז עס וויכטיג אויב איינער האט מעדיצין וואס דארף זיך האלטן קיל.
פלעשלייט'ס און בעטערי'ס - ס'זענען דא קעמפינג פלעשלייטס, וואס ארבעטן אויף פראפעין געז, אויך זענען דא גלאו סטיק'ס וואס ארבעטן פאר 12-16 שעה מיט א סינגל בעטערי וואס איז א גוטע אלטערנאטיוו בפרט פאר א שטוב מיט קינדער.
לעכט און מעטשעס - בעסער איז יארצייט לעכט וואס איז מער סעיף.
ראדיא - צו קענען הערן עמערשענסי אפדעיט'ס אין פאל קאווע שטיבל ארבעט נישט, עס זאל זיין AM/FM און זאל זיין בעטערי פאוערד.
פוירסט עיד קיט - טיילענאל און בענדיזשעס מיט אלע מעדיצינען פאר די משפחה.
אנפילן די קאר מיט געז- ווי פריער איז בעסער ווייל שפעטער ווערן די ליינ'ס לאנג, אין פאל פון א בלעקאוט איז נישטא קיין געז סטעישאן'ס, און אין די טעג דערנאך קען געז זיין טייערער צוליב'ן מאנגל.
לענדליין טעלעפאן - וואס ארבעט אן עלעקטריק אדער מיט בעטערי.
א קליינעם גריל - מיט פראפעין געז (פאר די מענטשן וואס האבן עלעקטריק רענטש).
קעש - איז אלעמאל גוט צו האבן, אבער אין פאל ווען קרעדיט קארד'ס ארבעטן נישט איז עס קריטיש וויכטיג.

געדענקן:
אוועקצולייגן אלע בייק'ס און גאסן בענקלעך און אנדערע לויזע זאכן וואס קענען אוועקפליען מיט'ן ווינט.
גוט צומאכן פענסטער'ס און טירן, די בעיסמענט'ס וואס האבן פלאד פראבלעמען איז כדי צו פארהאקן מיט פלייוואד.
אויב האט איר אין משפחה אן עלנדער פערזאן, ובפרט אויב ער/זי איז דיסעיבלד, מאכט זיכער אז יענער האט די אלע אויבנדערמאנטע זאכן גרייט, אויך איז וויכטיג אפצושמועסן מיט יענעם ווי אפט איר גייט קומען טשעקן אויב אלעס איז בסדר, וויכטיג איז מען זאל אויסארבעטן מיט די דארטיגע שכנים אן עמערדזענסי עוועקועישן פלאן על כל צרה שלא תבא.


א גוטער עצה איז אוועקצולייגן אלע זאכן אויף זייער פלאץ, אסאך האבן זיך שוין איבערגעקוצקעט ביים זוכן די פלעשלייט.

שפעטער וועט מען צולייגן נאך וויכטיגע זאכן לזכות בציבור.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:07 pm
דורך שמעקעדיג
DotCom האט געשריבן:וואסער - א גאלאן א טאג פער מענטש.


דאס הייסט אז טאמער איז דא 10 מענטשן אין א האוזהאלד דארף מען האבן 10 גאלאן פער טאג?
דאס אליינס קען גורם זיין א פאניק...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:26 pm
דורך איחוד פעלד
דאכט זיך אז די געז דא אין שטאט איז נישט אינטער א געפאר פין זיך אפשטעלען, ממילא איז די פראפעין נישט וויכטיג.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 11:01 pm
דורך משה געציל
א שנעלער אויספרעג צווישן געשעפט אייגנטומער טוט צייגן אז די מדת הבטחון ביי אונזער עולם איז ב״ה פעלזן פעסט וכמסורה לנו מדור דור (פארוואס האסטו נישט געהאט קיין פלעשלייט אין קאנטרי ווען כמעט יאר יערליך געשעט א בלעק-אוט???) וועלן מיר זיך ח״ו נישט בייגן צו די א.ג. וועטער נביאים...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 11:39 pm
דורך אבי גערעדט
וואל מארט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 11:40 pm
דורך DotCom
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס הייסט אז טאמער איז דא 10 מענטשן אין א האוזהאלד דארף מען האבן 10 גאלאן פער טאג?
דאס אליינס קען גורם זיין א פאניק...

שטייצעך אז פאר קינדער איז א פערטל גאלאן גענוג, אויך קען מען אריינגיסן אין טעפ, גארבידש קען, אדער אין וואנע אויב האסטו צוויי.

איחוד פעלד האט געשריבן:דאכט זיך אז די געז דא אין שטאט איז נישט אינטער א געפאר פין זיך אפשטעלען, ממילא איז די פראפעין נישט וויכטיג.

פאר די וואס האבן עלעקטריק רענדזשעס אזוי ווי מיר למשל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:34 pm
דורך DotCom
נישט פארגעסן צו מאכן לאנדרי פאר די קומענדיגע טעג.
א ווארימע שאוער איז אויך בעסער צו נעמען היינט נאכט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:52 pm
דורך געפילטע פיש
די מיינסט טאקע אז די געז ליינס וועלן ווערן אפגעהאקט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
וואס זאגן זיי וועגן די ברידזשעס און טונעלס? גייט מען אפשפארן?
איך הער סתירות'דיגע באריכטן.
איינער זאגט זיכער פארשפארן,
דער צווייטער זאגט מען וועט נאר שפארן הכל לפי המצב.

ווי אזוי קען מען וויסן?

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:57 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:דו מיינסט טאקע אז די געז ליינס וועלן ווערן אפגעהאקט?


מען קען נישט וויסן. מען האט נאך נישט קיין עקספיריענס מיט אזא מאנסטערישע פרוי.
וואס זיי זענען אלס אומשטאנד אפצוטון בעת כעסם.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 7:23 pm
דורך קלאר
מ'גרייט זיך אין ב''פ

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:06 pm
דורך זר זהב
בילד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:43 am
דורך DotCom
נא גילוי!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:44 am
דורך זר זהב
כאבעס גענומען פון VIN NEWS

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:49 am
דורך זר זהב
אינגעלייט גרייטן צו אייער שפייז פאר די קומענדיגע פאר טעג...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=b2t4zJ0hfSw[/youtube]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:51 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז פשט פון דעם קליפ? ווער מאכט די אייער פאר וועמען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:52 am
דורך זר זהב
!no idea

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 6:17 pm
דורך אייגענארטיג
נאמאר ציגרייטונגען יעצט איז די צייט צו עפענען די האריקען ארדער און אונהייבן צו עסן
מיין יונגעלע פרעגט מיר פריער טאטי פארוואס קויפסטו פלעש לייטס האס איך אים געזאגט אז אויב עס לעשט זיך אויס די לייטס זאל מיר האבן עפעס א לייט, זאגט ער מיר טאטי ווען לעשסטו שוין אויס די לייטס