בלאט 1 פון 3
פעלדער אדער סטראבין?
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:11 pm
דורך זר זהב
ווען איך קען ווען שטימען אין יענע וואהלן וואלט איך געשטימט פאר סטראבין. פארוואס? ווייל פעלדער האט געוואוט אז בלומבערג זאל קענען לויפן פאר נאך א טוירם, און פעלדער האט די סופפארט פון רוב רבנים... וואס דאס זאגט מיר שוין פאר וועם איך וואלט געשטימט... איינער געדענקט נאך די ראלי פאר בלומבערג אין וויליאמסבורג?
טפוי!
בעצם פארשטיי איך גאנץ קנאפף צו לאקאלע פאליטיק, ס'איז א וועיסט אוו טיים עניוועי. איך שרייב נאר מיין אפיניאן נישט בעיסט אן די אישו'ס בכלל. הגם איך קוק אן פעלדער ווי א וואוילער איד, איז ער אבער אין מיינע אויגן אן אפארטוניסט.
דער עולם מבינים ווערט געבעטן אריינצורעדן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:15 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זאל איינער פרעגן פעלדער הלמאי ער האט מועל געווען בשליחות שולחיו, און א וואך נאך די וואלן האט ער אויפגעגעבן זיין פאזיציע, ווייל ער האט באקומען א אפפער וואס צאלט שענער
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:15 pm
דורך זר זהב
אקוראט דאס האב איך געמיינט!!
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:20 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זאל איינער פרעגן פעלדער הלמאי ער האט מועל געווען בשליחות שולחיו און געשטימט מיט דיקטאטור בלומבערג קעגן וואוטשערס?
איך כשלעצמי האב נישט ב"ה וואוטשערס, און דערפאר שטערט מיר פערזענליך אז עס איז יא דא, כידוע.... אבער פארוואס האט ער זיך צוגעשטעלט צום דיקטאטור?
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:26 pm
דורך עסן עסט'זיך
למעשה איז פעלדער א פיינער מענטש און האט ערלעדיגט גוטע זאכן, געפייט קעגן טיקעטס אין געברענגט געלט פאר מוסדות, סטראבין איז א רוסישער מענטש, א פרייער איד וואס האט נישט קיין שום יידישע פריינט און ער איז סתם א לוזער
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:28 pm
דורך זר זהב
וואס הייסט געפייט קעגן טיקעטס?
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:30 pm
דורך גדעון
דער סטראבין איז דאכטס זיך א אלטע בחור, פעלדער האט נעכטען געזאגט אויף 'ברענער' אז איין טאג וועט ער חתונה האבן און וועט פארשטיין די שוועריגקייט פון ישיבה טואישאן פאר קינדער
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:40 pm
דורך זר זהב
דאס איז א טשיפ שאט
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:46 pm
דורך ידען
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:זאל איינער פרעגן פעלדער הלמאי ער האט מועל געווען בשליחות שולחיו, און א וואך נאך די וואלן האט ער אויפגעגעבן זיין פאזיציע, ווייל ער האט באקומען א אפפער וואס צאלט שענער
וואס הייסט אויפגעגעבען?
וואס?
מע האלט נאך פאר די וואלן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:48 pm
דורך זר זהב
אין 2009 איז פעלדער געלאפן און געווינען די סיטי קאונסיל וואלן. ער האט עס גלייך אויפגעגעבן צו ווערן דעפיוטי סיטי קאמפטראולער. צוליב דעם איז פארגעקומען אים 2010 ספעציעלע סיטי קאונסיל וואלן וואו דוד גרינפעלד האט געווינען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:49 pm
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:זאל איינער פרעגן פעלדער הלמאי ער האט מועל געווען בשליחות שולחיו און געשטימט מיט דיקטאטור בלומבערג קעגן וואוטשערס?
איך כשלעצמי האב נישט ב"ה וואוטשערס, און דערפאר שטערט מיר פערזענליך אז עס איז יא דא, כידוע.... אבער פארוואס האט ער זיך צוגעשטעלט צום דיקטאטור?
גדעון האט געשריבן:דער סטראבין איז דאכטס זיך א אלטע בחור, פעלדער האט נעכטען געזאגט אויף 'ברענער' אז איין טאג וועט ער חתונה האבן און וועט פארשטיין די שוועריגקייט פון ישיבה טואישאן פאר קינדער
ס'קוקט דאך אבער אויס אז אפלו מיט א פאמיליע האט ער געשטימט קעגן וואוטשערס, ניין??
דער חילוק צווישן פעלדער און סטראבין
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:30 pm
דורך יפיש חייהון
פעלדער אלס היימישע איד וועט אויפשטיין יעדן טאג און טראכטן, וויאזוי ווייז איך די גוי'אישע סענאטארס אז איך בין אזוי ווי זיי, און נישט פאנאטיש.
סטראבין אלס פרייער איד וועט אויפשטיין יעדן טאג און טראכטן, וויאזוי ווייז איך די היימישע אידן אז איך בין אזוי ווי זיי, און נישט א גוי.
חוץ פון דעם מ'דארף vote'n פאר איינעם וואס מ'קען פייערן.
פעלדער גייט נישט מורא האבן פארן בענקל, סטראבין ווייסט אז אויב ער ארבייט נישט שווער וועט מען vote'n פאר א היימישן נעקסטע מאל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 3:55 pm
דורך נס קאווע
מ' זעהט נישט אין אלגעמיין אז א פרייער יוד זאל זיך מער צושטעלן צו יודן ווייל זיי זאלן זעהן איך בין ווי זיי, וואס דו זאגסט וועגן די היימישע איז טאקע זייער אומפארשטענדיך פארוואס קענען די שחורים יא און די יודן דארפן זיך אויסדרייען זייער רוקן מ' זאל חלילה נישט זאגן אז ארבייט פאר זיינע ברודער.
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 4:15 pm
דורך גאלד
איך האב טראסט אין פעלדער אז ס'וועט נישט קומען צו קיין פונקט ווי מ'וועט חרטה האבן און איהם וועלן פייערן, איך בין גרייט צו ריזיקירן
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:06 pm
דורך אמתי
נס קאווע האט געשריבן:מ' זעהט נישט אין אלגעמיין אז א פרייער יוד זאל זיך מער צושטעלן צו יודן ווייל זיי זאלן זעהן איך בין ווי זיי, וואס דו זאגסט וועגן די היימישע איז טאקע זייער אומפארשטענדיך פארוואס קענען די שחורים יא און די יודן דארפן זיך אויסדרייען זייער רוקן מ' זאל חלילה נישט זאגן אז ארבייט פאר זיינע ברודער.
פארוואס דארף מען זיך שפארען? קוק אויף זיין רעקארד אויף אלע אישוס וואס זענען אונז נוגע אין לאמיר זעהן ווער איז מער געטריי צי אינז. "אינז" מיינט נישט שומרים אדער חברים, עס מיינט יעדער יחיד באזינדער.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:11 pm
דורך [NAMELESS]
אמתי האט געשריבן:נס קאווע האט געשריבן:מ' זעהט נישט אין אלגעמיין אז א פרייער יוד זאל זיך מער צושטעלן צו יודן ווייל זיי זאלן זעהן איך בין ווי זיי, וואס דו זאגסט וועגן די היימישע איז טאקע זייער אומפארשטענדיך פארוואס קענען די שחורים יא און די יודן דארפן זיך אויסדרייען זייער רוקן מ' זאל חלילה נישט זאגן אז ארבייט פאר זיינע ברודער.
פארוואס דארף מען זיך שפארען? קוק אויף זיין רעקארד אויף אלע אישוס וואס זענען אונז נוגע אין לאמיר זעהן ווער איז מער געטריי צי אינז. "אינז" מיינט נישט שומרים אדער חברים, עס מיינט יעדער יחיד באזינדער.
ספעציעל זיך איינגעשריבן לכבוד המאורע? וויפיל גייסטו רעכענען מר. סטראבינען פער תגובה, פער סייט? די טוסטו די ענגליש אויך אדער מען האט דיר געהייערט בלויז פאר די אידיש?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:15 pm
דורך אמתי
גאלד האט געשריבן:איך האב טראסט אין פעלדער אז ס'וועט נישט קומען צו קיין פונקט ווי מ'וועט חרטה האבן און איהם וועלן פייערן, איך בין גרייט צו ריזיקירן
עס גייט מישט אזוי גרינג ספעציעיל אז מען ווייסט וועמען צי שמירען ווי למשל שומרים אדער הצלה. זיי וועלען עס אויסשפילען ווי עס דארף צי זיין. עס קען אויך זיין אז די וועסט איהם נישט דארפען פייערען, ער קען ריזיינען.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:30 pm
דורך אמתי
עסן עסט'זיך האט געשריבן:למעשה איז פעלדער א פיינער מענטש און האט ערלעדיגט גוטע זאכן, געפייט קעגן טיקעטס אין געברענגט געלט פאר מוסדות, סטראבין איז א רוסישער מענטש, א פרייער איד וואס האט נישט קיין שום יידישע פריינט און ער איז סתם א לוזער
אינטערסאנט אז יעדער גיט פאר די מוסדות אין ערלעדיגט גוטע זאכן, פארוואס איז שכר מלמדות, רענט ממש דאפעלט פין צעהן יאהר ציריק. עס איז דא וויינגער וואטשרעס וויינגער סעקשען 8 אין אזוי אויך איז ריעל עסטעיט טאקסעס ממש דאפעלט.
די זעלבע מוסדות אין עסקנים האבען געהייסען שטימען פאר בלומבערג. אפשר באקימען די עסקנים געלט אדער טובות, איך נישט. אין איך שטים פאר סטראבין.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:37 pm
דורך אמתי
קופערניקוס האט געשריבן:ספעציעל זיך איינגעשריבן לכבוד המאורע? וויפיל גייסטו רעכענען מר. סטראבינען פער תגובה, פער סייט? די טוסטו די ענגליש אויך אדער מען האט דיר געהייערט בלויז פאר די אידיש?
קוק אויף זיין רעקארד אויף אלע אישוס וואס זענען אונז נוגע און לאמיר זעהן ווער איז מער געטריי צו אונז.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:23 pm
דורך הדד בן בדד
גאלד האט געשריבן:איך האב טראסט אין פעלדער אז ס'וועט נישט קומען צו קיין פונקט ווי מ'וועט חרטה האבן און איהם וועלן פייערן, איך בין גרייט צו ריזיקירן
דו טראסט אים? איך נישט.
עס טיצעך הימל און ערד און טרויבן און פעדלער. פעדלער איז א פלעינער פאפיט פאר צאר דומבערג, און איך וואלט אים נישט געטראסט אויף קיין פעני. איי ער איז א היימישער איד? נו, איז דא נאך א היימישער איד אויף וועמען איך האב קשיות. ער האט טאקע געטון געוויסע זאכן פאר די קאמיוניטי, אבער וואס האסטו געוואלט, ער איז דאך נישט קיין שווארצער אנטיסעמיט צו גיין דוקא קעגן אונז. אבער ער טוט דאס ביסל וואס ער מוז, און דאס איבריגע שטעלט ער זיך צו צו דעם פארשאלטענעם עוכר ישראל דומבערג ימ"ש, און ער מיינט ער קען אונז נעמען אויף א רייד (ער מיינט? איך האב מורא ער איז גערעכט, עמער געוואר ווערן מארגן נאכט)
טרויבן ווידער מעג זיין א רוסקי, און עס באדערט מיך נישט ווען ער איז אפילו א גוי, אויב ער שטעלט זיך צו צו אונזערע באדערפענישן וועל איך שטימען פאר אים אפילו קעגן א איד. איך קלייב נישט דא א רב אדער רבי, איך גיי נישט קוקן ווי פרום ער איז, איך וויל וויסן וויפיל ער מיינט מיך און וויפיל ער מיינט זיך.
דערווייל שטייט טרויבן סאאאאאך העכער לויט דעם באראמעטער. ער האט מיין וואוט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:30 pm
דורך שמעקעדיג
דו טוישט "פעדלער" און "טרויבן" בכוונה? אדער איז דאס פשוט א טעות? אדער א ניק נעים?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:04 am
דורך הדד בן בדד
שמעקעדיג האט געשריבן:דו טוישט "פעדלער" און "טרויבן" בכוונה? אדער איז דאס פשוט א טעות? אדער א ניק נעים?
דאס איז סתם א ווערטל
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:13 am
דורך זר זהב
הדד, האט טאקע טרויבן א טשאנס?