בלאט 1 פון 1

ברוכים הבאים צום נייעם מוזיק פארום!

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:18 pm
דורך שמייכל
א גוטן אווענט חשוב'ע ידידים

בשם וועד הנהלת קאווע שטיבל טוען מיר פארשטעלן דעם נייעם 'מוזיק פארום' וועלכע איז ספעציעל אויפגעעפנט געווארן כדי עס זאל זיין א באזונדער ארט וואו מ'זאל קענען ארומשמועסן מער בהרחבה איבער אלץ וואס ארום דעם עולם המוזיקה, וואס ווי באקאנט איז דער עולם הנגינה פאר זיך א ברייטפארצווייגטער פעלד און עס לאזט זיך אסאך זאגן, בפרט ווען מיר פארמאגן דא אן אוצר פון געלונגענע מוזיקאנטן וועלכע קענען זיך אויס אין אלע עקן פון דעם פעלד און האבן אסאך וויסענשאפט און פארשטאנד אין דעם נושא, אזויווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן אין גאר א קורצע צייט נישטערנדיג דא אינעם קונסט אפטיילונג.

און לאמיתו של דבר - די נושא פון מוזיק איז ראוי צו פארנעמען א באזונדער ארט דא בין כותלי הקאווע שטיבל וועלכע בליהט מיט אירע פיהלצאהליגע ליינער און שרייבער וואס זייער צאהל וואקסט פון טאג צו טאג בליעה"ר און עס איז דא א גרויסע צאהל ליינער און באזוכער וועלכע האבן א שטארקע אינטערעסע צו ליינען איבער די עולם המוזיקה החרדי, צו דאס איז אינפארמאציע איבער די פרישע מוזיק אלבומס, צו דאס איז די רייכע היסטאריע פון די יודישע מוזיק, די זינגערס, די קאמפאוזערס, די ארעינדזשערס, די שפילערס, די פראדוסערס, א.א.וו. (אגב - קאווע שטיבל איז כהיום יום שטארק באריהמט איבער די מוזיק ארטיקלען וואס עס פארמאגט, מען הערט כסדר גריסן און עס פאהרן כסדר ארום לינקס צו די מוזיק נושאים וואס עס ווערט אויסגעשמועסט דאהי אזוי רייך און געשמאק).

אלזא - ברוכים הבאים צו אייך אלע
ליינט און האט הנאה.

ולסיום הדברים וויל איך אפגעבן א דאנק פאר די מנהלים פארן דאס אהערשטעלן - יישר כחכם.

הק' שמייכל
בשם הנהלת הקאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:20 pm
דורך זר זהב
יעצט זאל מען אריבעברענגען אלע אשכולים דא אהער

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:36 pm
דורך לאדיך אפ
געוואלדיגער געדאנק!! יעצט דארף מען עקטיוועטן שנעלע תגובה.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:12 pm
דורך חאצקל
שמייכל, האסט געמאכט זייער א שיינער אנהייב פארן מוזיק אשכול.

אגב, איך האב שוין געמיינט אז דו ביסט ארויס פון די מוזיק ליין וויבאלד איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, אבער יעצט זעה איך אז דאס איז געווען א ירידה לצורך עליה.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:19 pm
דורך חאצקל
שמייכל, עטליכע מוזיק אשכולות האט מען פארגעסן אריין צולייגן דא, צווישן זיי די אשכולות איבער אמאליגע ארעינדזשערס און איבער דראמער'ס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 6:24 pm
דורך חסידישער דראמער נאה
חאצקל האט געשריבן:שמייכל, עטליכע מוזיק אשכולות האט מען פארגעסן אריין צולייגן דא, צווישן זיי די אשכולות איבער אמאליגע ארעינדזשערס און איבער דראמער'ס.


ווי טרעף איך דעם אשכול איבער דראמער׳ס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:32 pm
דורך [NAMELESS]