בלאט 1 פון 1

שליח חב"ד אין מעקא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:07 am
דורך מורינו הרב
ווי עס ווייסט יעדער איינער, ארבעטן די שלוחי חב"ד אנצוקומען אין יעדן פארשטיפטן דארף, וואו עס קען זיך דוכטן אז עס דרייען זיך דארט מאחינו בני ישראל, כדאי אויפצוטון פאר אידישע קינדער און זיי מקרב זיין לאביהם שבשמים.

עס איז ברייט באקאנט אז די שטאט מעקא, טארן נישט באזוכן נאר מוסלומעניער, שוין אפגערעדט אז א איד וואס מען וועט כאפן אריינטרעטן איו מעקא איז אחת דתו להמית. פארט זענען ליידער פאראן פיל מזרע ישראל, אשר טעו בדרכם און דערקלערן זיך ליידער פאר........ און קומען אן צו דער מקום טמאה, באזוכנדיג דעם געמיינעם ארט.

עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז חב"ד האט שוין געלייגט אן אויג אויף יענעם ארט, איך בין זיכער אז באהאלטענערהייט שמוגלען זיך אריין דארט חב"ד שלוחים און ארבעטן אונטער די קוליסן פאר אידישקייט, דוקא אין דעם שווערן מוסלומענער סורקל.

אלזא, איך וואלט געוואלט הערן פון די חברים דא, אויב איינער האט עפעס א ידיעה, אויב עס איז עפעס באקאנט וואס און אויב בכלל, זענען זייערע פעולות אין דעם ארט.

יישר כח.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:14 am
דורך קאווע טרינקער
עס איז ברייט באקאנט אז די שטאט מעקא, טארן נישט באזוכן נאר מוסלומעניער,

יעצט געוואר געווארן דערפון.
גראדע איז גוט אז זיי האלטן שטארק-פארהייליגט דעם ארט, אזוי אז ס'איז אן עדות-חיה אז זיי האבן מיט ירושלים קיין שייכות.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:29 am
דורך שמעקעדיג
אויב ארבעטן זיי נאר הונטער די קוליסן, פארוואס זאלסטו עס אויפברענגען אין פארנט פון די קוליסן, מלפני הפרגוד?
סייג לחכמה שתיקה.
ס'איז סיי ווי נישט נוגע פאר אונז.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:58 am
דורך דולה ומשקה
שליחי חב"ד ארבעטן נישט אזוי, זיי זענען דארט נאר און בלויז מיט דער רשות פון דער רעגירונג. אין אזא פלאץ ווי דער רעגירונג גיט נישט קיין רשות (כגון מעקא) וועלען זיי זיך נישט מוסר נפש זיין.
אנדערש איז געוועהן איז געוועהן לגבי רוסלאנד וואס איז געוועהן אויף עקירת הדת, מעקא איז נישט אויף עקירת הדת זיי פשוט לאזען נישט אידן אהין, אין אויב א איד האט זיך יא רח"ל גע... גייט ער קיין מעקא אויף זיין אייגענע ווילן, קען זיין א שליח חב"ד וועט ארבעטן מיט אזא איינער ווערט ער קערט זיך צוריק צו זיין וואוין ארט, אבער נישט בשעת ער איז אין מעקא.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:01 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב ארבעטן זיי נאר הונטער די קוליסן, פארוואס זאלסטו עס אויפברענגען אין פארנט פון די קוליסן, מלפני הפרגוד?
סייג לחכמה שתיקה.
ס'איז סיי ווי נישט נוגע פאר אונז.

גנב...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 2:17 pm
דורך משה געציל
מורינו הרב האט געשריבן:עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז חב"ד האט שוין געלייגט אן אויג אויף יענעם ארט, איך בין זיכער אז באהאלטענערהייט שמוגלען זיך אריין דארט חב"ד שלוחים און ארבעטן אונטער די קוליסן פאר אידישקייט, דוקא אין דעם שווערן מוסלומענער סורקל.

עס איז דאך נישט דא פארוועם צו ארבעטן דארטן, אויב עס איז דא עפעס אידן דארטן איז עס נאר פון די מאנסי בית יהודי אידישע-אראבער. דו ווילסט ארבעטן אויף זיי?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 9:20 pm
דורך איך אויך
דער טראגט דאגות.

בד"וו ווען די ענדיגסט מיט די מיסיע צו טרעפן דעם שליח אין מעקא מעג איך דיר בעטן זאלסט טרעפן דעם שליח מעבר לסמבטיון?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:58 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב ארבעטן זיי נאר הונטער די קוליסן, פארוואס זאלסטו עס אויפברענגען אין פארנט פון די קוליסן, מלפני הפרגוד?
סייג לחכמה שתיקה.
ס'איז סיי ווי נישט נוגע פאר אונז.

גנב...

הגונב מן הגנב...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:55 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:דער טראגט דאגות.

בד"וו ווען די ענדיגסט מיט די מיסיע צו טרעפן דעם שליח אין מעקא מעג איך דיר בעטן זאלסט טרעפן דעם שליח מעבר לסמבטיון?

אויב ר'האט מצליח געווען אריבער צו שווימען דעם סמבטיון האט ער זיך זיכער געטראפן מיט ר'מאיר בעל האקדמות. וויל איך איהם בעטן ער זאל איבערגעבן א גרוס פאר ר' מאיר'ן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 4:46 pm
דורך דולה ומשקה
דער אשכול פארקריכט שוין,

חב"ד האט געדריקט דעם 'תניא' אין עטליכע שטעט אין איראן, מקודם האבען זיי געבעטן רשות פון די ארטיגע רעגירונג וואס האט זיי נאכגעגעבען.
א אפציעלע בית חב"ד האבען זיי נישט באקומען רשות, הגם זיי ארבעטן דערויף, אבער זיי האבען יא באקומען רשות צו טוהן זייער ארבעט אין די שוין עקסטירטע בית המדרש אין טעראן.
http://www.chabadashkelon.com/contents.asp?aid=23439

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 7:28 pm
דורך פיקציע
משה געציל האט געשריבן:עס איז דאך נישט דא פארוועם צו ארבעטן דארטן, אויב עס איז דא עפעס אידן דארטן איז עס נאר פון די מאנסי בית יהודי אידישע-אראבער. דו ווילסט ארבעטן אויף זיי?

איך האב געמיינט אז איר רעדט פון די 'מאנסי בנות ישראל רח"ל - אידישע-אראבקעס וועלכע ווערן ליידער פארכאפט.
אויף זיי ארבעט שוין יד לאחים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 1:15 pm
דורך [NAMELESS]
מורנו הרב איך קלער אז איר דארפט זוכן א דראמאטישע פיקציע געשיכטע פון א שפיאן אין פיסק פונעם שונא, איר קרעיווט פאר אביסל דראמא, איך זעה דאס אין די וועג ווי איר חלש'ט צו פאנטאזירן איבער א היימישער געריבענער חברה'מאן וואס ארבעט אונטער די נאז פון די גרויזאמע איאטאלעס און שעיכן...
(כ'מיין נישט חלילה דיר גרינגשעצן, איך האב אסאך מאל הנאה פון דיינע זאכן און פון דיינע ברייטע ידיעות)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 1:22 pm
דורך קפנדריא
איך האב ניט קיין אינפארמאציע אויף א שליח חב"ד אין מעקא, איך האב יא א גאנצן ארסענאל מיט שוידערליכע פאסירונגען אין די נישט ווייטע היסטאריע מיט א שליח און שליח'טע וואס זענען געווען סטאציאנירט אין די מוסולמענישע שטאט מומביי אין אינדיע, אויס נוצן אילוזיע און פאנטאזיע דאן מאך א קל וחומר ענד טעיק איט פראם דיער.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:56 am
דורך berlbalaguleh
רבותי. אזוי ווי איך בין א שטיקל אייניקל פון'ם ב"ח, איז מיר בייגעפאלן אז אפשר איז דא א טעות הדפוס אין'ם מאמר פון פותח האשכול. ר'האט מסתמא אינזין געהאט צו שרייבן איבער א שליח חב"ד אין מעק סיקא נאר דער בחור הזעצער האט אויסגעלאזט די דריי אותיות. וכצ"ל."
דער שליח חב"ד איןמעקסיקא.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:03 pm
דורך משה געציל
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותי. אזוי ווי איך בין א שטיקל אייניקל פון'ם ב"ח, איז מיר בייגעפאלן אז אפשר איז דא א טעות הדפוס אין'ם מאמר פון פותח האשכול. ר'האט מסתמא אינזין געהאט צו שרייבן איבער א שליח חב"ד אין מעק סיקא נאר דער בחור הזעצער האט אויסגעלאזט די דריי אותיות. וכצ"ל."
דער שליח חב"ד איןמעקסיקא.

אזוי ווי איך בין נישט קיין אייניקל פונם ב״ח איז מיר איינגעפאלן אז אפשר איז דא א טעות אינעם קעפל פון די אשכול, אנשאטאט חב״ד דארף מען אראפנעמען דעם ד׳ און ליינען ב״ח...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:06 pm
דורך [NAMELESS]
וויאזוי איז מען א שטיקל אייניקל? א בן פקועה? א חצי עבד וחצי בן חורין?
אלס אייניקל פון ב"ח דארף מען אפשר מגיה זיין די ווארט שטיקל און שרייבן שטאלצער, און די מיינסטו צו זאגן אז די ביסטו שטאלץ מיטן זיין אן אייניקל פון דעם חשובן בעלזער רב?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:32 pm
דורך איך אויך
אלס אייניקעל פון א חבר פונעם ב"ח [בן חורג ,בעל חוב] וויל איך וויסען וואס מיינסטו מיט דיין ניק

קופערניקוס, א ניק געמאכט פון קופער?
קופערניקוס, קויפער ניקס, א ניק סוחר?
קוהפערניקוס, א ניק פון א קוה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:37 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:אלס אייניקעל פון א חבר פונעם ב"ח [בן חורג ,בעל חוב] וויל איך וויסען וואס מיינסטו מיט דיין ניק

קופערניקוס, א ניק געמאכט פון קופער?
קופערניקוס, קויפער ניקס, א ניק סוחר?
קוהפערניקוס, א ניק פון א קוה?



קופערניקוס
איז געווען א טייערע מענטש, א גרויסער וויסנשאפטלער, און היות אז עס איז נישטא קיין שום מוסד עטרת ניקאלאס, אדער א קליין בעיסמענט ביהמ"ד זכר קופערניקוס, האב איך געזאגט צו מיר החלש יאמר גבור אני, און לאמיר מאכן א שם ושארית לאותו חכם וגדול, און מקדיש זיין א ניק אין קאווע שטיבל למען יעמוד ימים רבים ולמען ידע דור אחרון.
און בדרך אגב, איך בין נישט קיין אייניקל, און נישט קיין שטיקל אייניקל פון דעם גוי טמא, חלילה, נאר א מעריץ פון זיין חכמה און זיין מחדש זיין און אויפדעקן אסאך יסודות אין אסטראנאמיע און אין אנדערע חכמות חיצוניות

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 2:44 pm
דורך איך אויך
געפילטע פיש האט געשריבן:דיין סארקאזם דיטעקטער דארף נייע בעטערי'ס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:35 am
דורך berlbalaguleh
קופערניקוס האט געשריבן:וויאזוי איז מען א שטיקל אייניקל? א בן פקועה? א חצי עבד וחצי בן חורין?
אלס אייניקל פון ב"ח דארף מען אפשר מגיה זיין די ווארט שטיקל און שרייבן שטאלצער, און די מיינסטו צו זאגן אז די ביסטו שטאלץ מיטן זיין אן אייניקל פון דעם חשובן בעלזער רב?

ס'דאכט זיך מיר אז מיין עלטער באבע האט אמאל פארציילט אז ס'דאכט זיך איר אז איר עלטער באבע האט אמאל פארציילט אז אין די יונגע יארן איז זי געווען א דינסט ביים ב"ח אין שטוב.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:24 pm
דורך זר זהב
כינוס השליחום לייוו

http://www.gruntig.net/

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:11 am
דורך מורינו הרב
אט דאס האבן מיר געפינען...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:56 am
דורך זר זהב
ס'האט זיך אפגעפונען דער שליח חב"ד פון די באן

http://www.youtube.com/watch?v=uMs8OZA0 ... r_embedded