בלאט 1 פון 4
שבת אין האטעל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:14 pm
דורך קאווע טרינקער
איך זיך אוועקצופארן אויף א שבת מיט'ן ווייב אין א האטעל (נישט די ראהלי)
ס'זאל נישט זיין מער ווי 2 שעה פון ברוקלין
ס'זאל כשר
און לכתחילה אזא שבת-גרופ, ווי דער עולם איז געסט אויף שבת.
פראגראמען וכדומה איז נישט וויכטיג.
אן עצה?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:13 pm
דורך bush
lakewood if its open
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:50 pm
דורך קליינע רעבעלע
איך בין געווען פאריאר אין דעים סוויט אין ליעקוואד אין זייער האנה געהאט
דע עיקר דע עסן האט געהאט אלע טעמים
סאיז מער א היימישע זאך אפילו דע בעטן איז היימיש נישט ווי א האטעל
דע עיקר דע ווייב האט עס זייער ליב געהאט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 8:24 pm
דורך קאווע טרינקער
סאיז מער א היימישע זאך אפילו דע בעטן איז היימיש נישט ווי א האטעל
not good news
btw, whats the name of the hotel
i want somthing away from crowd
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:04 pm
דורך קליינע רעבעלע
קאווע טרינקער האט געשריבן:סאיז מער א היימישע זאך אפילו דע בעטן איז היימיש נישט ווי א האטעל
not good news
btw, whats the name of the hotel
i want somthing away from crowd
Solomon Suites Hotel
קענסט ציימריקען דע בעטען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:07 pm
דורך געפילטע פיש
וואס מיינט היימישע בעטן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:12 pm
דורך קליינע רעבעלע
נישט ווי אלע האטעלן נאר ווי אין א אידישע שטיב
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:20 pm
דורך כ׳בין פריי
וואס הייסט און א יודישע שטוב??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:22 pm
דורך געפילטע פיש
מיינסט צו זאגן אז די בעטן האבן א קריב אינצווישן? בילט אין נעגל וואסער?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:24 pm
דורך קליינע רעבעלע
לאמיר רעדן קלאר
אין נארמאלע האטעל'ס איז דא ברייטע בעטן וואס צוויי מענטשן קענען זיין אין איין בעט,
דארטן איז דא שמאלע בעטן וואס איז נאר פאר איין מענטש.
פארשטייסט שוין?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:35 pm
דורך געפילטע פיש
הייסט אז שמאלע בעטן איז א אידישע מנהג?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:36 pm
דורך שמעקעדיג
ער מיינט עקסטערע. באזונדערע. אפגעטיילטע.
פארשטייט איר טאקע נישט, אדער שפילט איר?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:38 pm
דורך קליינע רעבעלע
געפילטע פיש האט געשריבן:הייסט אז שמאלע בעטן איז א אידישע מנהג?
אין א קאפעל שלאף צימער? יא
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:40 pm
דורך געפילטע פיש
נישט געוויסט, אפשר דארף איך אריינגעבן מיין מאטראצן צום שעטנז לעברעטארי, וויפול איז די גרעסטע שיעור אויף די ברייט\לענג? לשיטת חזו"א, הגר"ח נאה?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:47 pm
דורך כ׳בין פריי
כהאב נישט געוויסט אז מיין שטוב איז גויאיש
האטעל איבענאכט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:33 pm
דורך נס קאווע
ווייסט איינער וועגן א גוטע האטעל פאר ביליג אין די געגענט, גרויסע וואנעס אדער דזשאקאזי אין די רום זיך צו באדן לכבוד שבת וועט אויך נישט שאטן
כ' מיין ס' שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אבער איך קען עס נישט טרעפן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:39 pm
דורך כ׳בין פריי
כהאב לעצטנס געזוכט צו גיין צו אזא האטעל די ביליגסטי וואס איך האב באקומען איז געווען $150 א נאכט. אבער כהאב מיאוס חרטה גיהאט סאיז געווען שיין און גוט אבער נישט פאר אזא פרייז
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:25 pm
דורך איך אויך
כ'בין אמאל געווען אין א האטעל אין קווינס נישט ווייט פון J.F.K. ,עס האט צוויי חלקים איינס א נארמאלע האטעל און די צווייטע אזעלכע דירות וואס זענען געמאכט צו בלייבען לענגער אבער זיי פארדינגען עס פאר איין נאכט אויך.
די דירה איז באלד אזוי גרויס ווי א דירה אין ווילי האט אלעס א קאך טישען מיט בענקלעך סאפע א פיינע דזשאקאזי און דערצו א פארטש זיך אויסצוליפטערן אינדערפרי ,בקיצור אלעס וואס מען דארף, לויט ווי איך געדענק איז עס נישט געווען צו טייער. אויף צו להכעיס קען איך מיר דערמאנען די נאמען אבער עס איז פערפעקט פאר א שארט ברעיק.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:39 pm
דורך טעפל
כ׳בין פריי האט געשריבן:כהאב נישט געוויסט אז מיין שטוב איז גויאיש
ס'איז נישט גויאיש ס'איז פשוט פריי...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:04 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'בין נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן
וואו קען מען אוועקפארן אויף שבת, 5 שטערן'ס, אין כשר'עס סערווירט?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:24 pm
דורך נס קאווע
איך אויך האט געשריבן:כ'בין אמאל געווען אין א האטעל אין קווינס נישט ווייט פון J.F.K. ,עס האט צוויי חלקים איינס א נארמאלע האטעל און די צווייטע אזעלכע דירות וואס זענען געמאכט צו בלייבען לענגער אבער זיי פארדינגען עס פאר איין נאכט אויך.
די דירה איז באלד אזוי גרויס ווי א דירה אין ווילי האט אלעס א קאך טישען מיט בענקלעך סאפע א פיינע דזשאקאזי און דערצו א פארטש זיך אויסצוליפטערן אינדערפרי ,בקיצור אלעס וואס מען דארף, לויט ווי איך געדענק איז עס נישט געווען צו טייער. אויף צו להכעיס קען איך מיר דערמאנען די נאמען אבער עס איז פערפעקט פאר א שארט ברעיק.
ס' איז דא וואו זיך צו באדן לכבוד שבת דארט צו נישט?
איך דארף נישט קיין דירה
דאנקע שיינע
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:59 pm
דורך איך אויך
כאב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן א האטעל צימער אן א באד צו לפחות א שויער, אפילו די פאסט-סטעמפ סייז האטעל צימערן אין מאנהעטן האבען א פיצינקע באד. די דירה פון וואס איך רעד האט א באד די והותר...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:39 pm
דורך נס קאווע
א באד האב איך אינדערהיים אויך איך דארף א באד.
אמאל בין איך געווען ערגעץ ($300 רעינדזש) ס' איז געשטאנען אז ס' האט א אין רום דזשוקוזי, מיין שויער אינדערהיים איז מיר נאך דעם געווען אסאך באקוועמער
אדרבה אז דו דערמאנסט זיך זיי מהנה