בלאט 1 פון 3

פון האריקעין סענדי, צו האריקעין יוסעלע!!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:17 pm
דורך אוי טאטי
קאפי פעיסט:
ווי אן אטאם-באמבע וואס רייסט אויף אינמיטן העלן טאג, ווי א וואולקאנישער סענדי וואס דערטרענקט אונז אינמיטן די נאכט, ווי א מאכטפולער שטורעם-ווינט וואס הייבט אונז אלע אויף פון אונזער קאנטינענט און דערהייבט אונז צו די העכסטע ספערן, אט אזוי שפירן מיר יעצט ווען מיר באקומען די באריכט אז יא, אונזער 'יאסעלע פריעד' איז אין א מזלדיגע שעה א ''חתן'' עב"ג בת הרה"ח ר' יצחק חיים פריינד הי"ו פון קרית יואל!!!

מז"ט!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:24 pm
דורך זר זהב
איינער זאגט מיר אז רעהאט געכאפט אן עפל פון מהרי"י מ'סאטמאר צום ערשטן מאל דעם יאר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:00 pm
דורך קליגער איד
זר זהב האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז רעהאט געכאפט אן עפל פון מהרי"י מ'סאטמאר צום ערשטן מאל דעם יאר.

אויך מיר א מופת

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:05 pm
דורך זר זהב
קליגער איד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז רעהאט געכאפט אן עפל פון מהרי"י מ'סאטמאר צום ערשטן מאל דעם יאר.

אויך מיר א מופת

פארוואס נישט?

פאראיאר איז ער געווען ביי מהר"א כאפן אן עפעל, א ציין איז אים ארויסגעפאלן פונעם זעץ, און קיין חתן נישט געווארן. דע יאר איז ער געווען ביי מהרי"י, א סאליד קעטש און א חתן געווארן.

פלאטץ!!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:06 pm
דורך אוי טאטי
קודם כל, קיינער האט נישט געשריבן אז עס איז מופת, (בבחינת ׳דער נער זאל ארויסגיין פון מקוה),
צווייטנס, ביי מיר איז עס יא א מופת, פשוט ווייל ער איז מיין רבי, און א 24 יעריגער בחור וואס האט ס׳ערשטע מאל געכאפט אן עפל פונעם, און ׳פונקט׳ דאס יאר איז ער א חתן געווארן, מעג איך עס אנלייגן אויף דעם!

----
ביטע נישט צוברענגען עס זאל אנקומען אין צימעס, אויב ווילסטו דוקה זיך טענה׳ען עפן א פרישע אשכול (אנטשולדיגט יידל) אין צימעס! שכח.

--
זר האקט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:06 pm
דורך גאלד
כאגעהערט דעם נאמען אסאך, כאניש געוויסט ער איז א בחור,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:07 pm
דורך אוי טאטי
אינטערסאנט..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:09 pm
דורך קליגער איד
איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג און ער האט דאס יאר געכאפט עפל און 2 וואכן דער נאך האט ער געהאט א קינד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:14 pm
דורך גאלד
וואס עפעס מאכן לצנות פון אמונת צדיקים? אז א איד גלייבט אז ס'א מופת, לאז זיין א מופת, איך זעה נישט קיים שום הארם דערין אפי' איך פערזענליך בין נישט קיין חסיד פון דעם רבי'ן, אזוי לאנג דער רבי הייסט נישט לך עבוד ע"ז, אדרבא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:16 pm
דורך זר זהב
קליגער איד האט געשריבן:איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט נישט געהאט קיין קינדער יארן לאנג און ער האט דאס יאר געכאפט עפל און 2 וואכן דער נאך האט ער געהאט א קינד

דאס איז געווען ביי מהר"א! מהרז"ל איז נישט אזוי גרויס אין הימל, ביי אים נעמט עס גאנצע 9 חדשים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:28 pm
דורך sunbar
איז ער דער וואס שיקט די tweets?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:28 pm
דורך קפנדריא
דאס איז פיינע נייעס, ווער איז דער יאסעלע, א בילד ביטע!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:39 pm
דורך שעפטל
sunbar האט געשריבן:איז ער דער וואס שיקט די tweets?

יאפ SatmarHQ

מזל טוב!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:39 pm
דורך פרענטש וואנילע
מזל טוב!!! אזא שמחה, כ'האב גארניקס געהערט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 5:42 pm
דורך היסטאריקער
מזל טוב

איך האף ער וועט ווייטער שיקן די טוויטס, עס איז צו גוט מיר זאלן מוותר זיין דערויף

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:16 pm
דורך a1b2
איך בין געווען לעבן אים ווען ער האט עס געכאפט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:18 pm
דורך זר זהב
שוין ווייטער אן ארויני ביים אנדערן צד!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:35 pm
דורך a1b2
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:37 pm
דורך זר זהב
דער עפל-מופת איז געוואלדיג! קוים א חתן געווארן און שוין ביים קבלת פנים. קען טאקע זיין אז יענער אינגערמאן וואס האט געהאט א קינד נאך 2 וואכן איז יא געווען ביי מהרי"י!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:45 pm
דורך יידל
אוי טאטי האט געשריבן:ביטע נישט צוברענגען עס זאל אנקומען אין צימעס, אויב ווילסטו דוקה זיך טענה׳ען עפן א פרישע אשכול (אנטשולדיגט יידל) אין צימעס! שכח.

:oops:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:47 pm
דורך יידל
איך האף אויך אז ער וועט אויפהערן שרייען שבת אויף מיין ווייב.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:52 pm
דורך זר זהב
נעה! אין זכות פון שרייען איז ער א חתן געווארן!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:55 pm
דורך שמעקעדיג
לשמחה מה זו עושה אז ער פארדינט א אשכול?
איז זיין בלוט גרינער ווי אנדערע חתנים?
איז ער בכלל מסכים דא צו פיגורירן?