גערעכט איז גערעכט!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:56 pm
פאלגענד איז א שמועס וואס איך האב אינטערגעהערט צווישן צוויי אידן. זרח- א אינגערמאן אין די פערציגערס וואס איז געווענדליך זייער גוט אויסגעקאכט אין די נייעס. דוד- אומגעפער זעכציג, האט א שטארקע מיינונג אויף א יעדע נושא און איז אייביג גערעכט.
שבת אינדערפרי אין מקוה
זרח: דוד! האסט געהערט אז עס קומט א שטורעם?
דוד: ניין, וואס הייסט? ווי האסטו געהערט?
זרח: זאג מיר נישט האסט גארנישט געהערט... שוין זייט מיטוואך זענען זיי פארנומען דערמיט.
דוד: ווער איז דאס זיי?
זרח: די מידיא, די צייטונגן, (די קאר...), ווער נישט? די אלע וואס פארשטיין אביסעל צום וועטער סיסטעם זאגן אז עס קומט אזאנס וואס די שטאט האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געזען!
דוד: טוה מיר א טובה... די חברה זיכען וואס צו רעדן זיי האקן סתם אין קאפ אריין...
זרח: יא דוד אייביג קומסטו מיט די תורות... וואס זאל איך דיר זאגן... הלוואי זאלסטו זיין גערעכט...
זונטאג אינדערפרי
זרח: נא דוד, מיינסט נאך אלטס אז עס איז חלומות?
דוד: פארוואס מיינסטו אז יעצט מיין איך שוין אז עס איז ערענסט?
זרח: וואס הייסט אפילו דער קאלמעבאסער רעדט שוין דערפון!
דוד: אויך מיר א נייער משוגעת אין מיינע צייטן איז נישט געווען קיין -וואו אזוי רופסטו עס נאר?- קאמעבאסער... מען האט קיינמאל נישט געוואוסט פון די שטורעמעס, זייטשעט אזוי גוט זאג פאר דעם קאלמעבסערן אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך...
זונטאג נאכט נאך מעריב
זרח: נא דוד וואזשעט זאגסטו יעצט? שפירסט די ווינטען וואס באזשעוונען אינדרויסן?
דוד: זאג נאר יונגערמאנטשיק ווען ביסטו געבוירן? דאס טייטשט ווינטען? שוין! היינטיגע יונגעלייט... פון אביסל פרישע לופט ווערן זיי אויך אינגאנצען פארלוירן!
זרח: אנטשולדיגט׳ס ר׳ דודעניא זיסער, אבער די ווייסט אז זיי זאגן אז די ווינטען אינדרויסן פארן מיט א שנעלקייט פון קנאפע דרייסיג מייל א שעה?
דוד: איך האב דיר שוין געזאגט איינמאל און איך וויל נישט איבער חזר׳ן מיינע ווערטער א יעדע פינף מינוט, זיי האבן ליב צו מאכן א בראטעל פון יעדע נארישקייט, דארפסט פארשטיין ווען עס איז נישט דא קיין נייעס האבן זיי נישט פון וואס צו רעדן, און ווען זיי האבן נישט פון וואס צו רעדן מאכן זיי נישט קיין געלט...
זרח: אוי דוד... וואס זאל איך דיר זאגן הלוואי זאלסטו זיין טויזענט פראצענט גערעכט (אזוי ווי אלעמאל)...
מאנטאג נאכט
שא שטיל אין ביהמ״ד קוים א מנין מעריב...
דינסטאג אינדערפרי
זרח: זעט אויס דוד אז דאס איינמאל פאר א טויש, זענען דיינע זיסע פראדיקציעס צערינען ווי א זייפן בלאז...
דוד: וואס הייסט? וואס איז געווען?
זרח: זאג מיר נישט אז דו מיינסט עס ערנסט! אויף דיין בלאק אליינט׳ס האב איך היינט אפגעציילט לכה״פ דריי אויסגעריסענע ביימער...
דוד: נו... זיי ממשיך...
זרח: דו דארפסט נאך א המשך??? דאס אליינט׳ס איז נישט גענוג?!
דוד: שוין... ס׳איז מיר גוט אפאר ביימער זענען אראפגעפאלן און ער ווערט מיר אינגאנצן אויס מענטש... (מ״ג: בערך אזוי אויס מענטש ווי דו ביזט געווארן ווען א קליינטשיגער שטערן איז דיר אראפגעפאלן סוכות פונעם ווינט...)
זרח: ווייסט וואס? קום אהער איין מינוט -איך האב דיר לכתחלה עס נישט געוואלט ווייזען ווייל איך האב דיר נישט געוואלט אזוי שטארק אנטוישן- כאפ א בליק דא אויף מיין טעלעפאן... קענסט דעם בעטערי טאננעל???... קוק דעם בילד...פארפלייצט ביז אויבן! זעסט דא אין לאנג איילענד? דאס איז אמאל געווען א שיין הייזקעלע? דער גאנצער דאך איז אראפ!!!...
דוד: דו האסט געכאפט דעם בילד?
זרח: ביזט אינגאנצען פון קאפ געפאלן?! מען קען דאך ניטאמאל אנקומען אהין! א שטיק וואסער אלעס!!!
דוד: ווער דען האט דאס געכאפט?
זרח: וואס הייסט די מידיא! זיין ברענגן כסדר פרישע בילדער.
דוד: ווייטער מיט דיין מידיא! איך האב דיר שוין געזאגט דעם מידיא קען מען אויף גארנישט גלייבן! וואס ווילסטו? שוין א וואך צייט וואס זיי זענען פארנומען אנשרעקן דעם מענטשהייט זאלן זיי פלוצלינג ארויס קומען און אנערקענען אין די עפענטליכקייט אז עס גארנישט געווען? די אלע בילדער זענען שוין געמאכט געווארן בעפאר און זענען פאלטשע מעשה׳ס! ווי אזוי קענען זיי בכלל צו קומען דארט? האסט דאך אליינט׳ס געזאגט אז מען קען דאך נישט צוקומען פאר קיין געלט! הא?
זרח: ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן ר׳ דוד? איר זענט הונדרעט פראצענט גערעכט... האטס מיר און זייטס מיר! פארשטאנען?!
עד כאן תוכן השמועס...
נאך דעם שמועס האב איך שוין אנגעפאנגן טראכטן ערנסט צו אפשר איז אונזער פראפעסאר יא גערעכט...