בלאט 1 פון 2

זאכן וואס כ'וואלט נישט געוואלט וויסן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:17 pm
דורך זר זהב
איינע פון די סיבות, און אפשר גאר די עיקר ריזען אז מ'האט אזעלכע גוטע צייטן אין די איגענט יארן איז ווייל מ'ווייסט ווייניג. יוסיף דעת יוסיף מכאוב.

איך וואלט ווען נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אזאך ווי אינטערנעט. נישט וועגן ס'טריפה אויף יעדן מין אופן, נאר פשוט ס'אדיקטעד און ס'נישט געזונט
ברוחניות (יא אפילו מיט'ן שטערקסט'ן פילטער!)

איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז גוים זענען ספיריטועל מיט א ג-ט. ס'האט אוועקגענומען מיין יוניק'נעס. וק"ל. אפילו איך פארשטיי נאך אלץ אז איך
בין פונעם עם הנבחר.

איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס זענען 'פשוט שלעכטע' מענטשן.

כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז מ'דארף ארבעטן א גאנצן טאג יעדן טאג כדי צו קענען האבן א הייזקע
וואו צו שלאפן ביינאכט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:26 pm
דורך זר זהב
כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אידן וואס קוקן אויס פונקט ווי גוים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:46 pm
דורך זר זהב
אן אקס האט נישט דאגות? איים נאט סוי 'שור'... ער האט אקסישע דאגות

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:52 pm
דורך זר זהב
אקעי. יעצט פיל איך בעסער צו וויסן אז מענטשן ארבעטן א גאנצען חודש פאר זייער רענט. עט ליעסט זיי האבן נישט אקסישע דאגות.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:59 pm
דורך villager
זר זהב האט געשריבן:אקעי. יעצט פיל איך בעסער צו וויסן אז מענטשן ארבעטן א גאנצען חודש פאר זייער רענט. עט ליעסט זיי האבן נישט אקסישע דאגות.

אקעי. יעצט ביסטו א אקס מיט מענטשליכע דאגות. ;)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:17 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אידן וואס קוקן אויס פונקט ווי גוים.

דאס איז צוליב זייערע מעשים לא טובים. זיי זענען ממעט פון די קומה שלימה. דער מהות פון א מענטשנ'ס נשמה איז אויסגעשפרייט אויף זיין צורה. א מענטש וואס האט יראת שמים, לערנט תורה און איז עוסק אין גמילות חסדים, דערקענט מען די איידלקייט אויף זיין צורה. דאס זעלבע מיט איינער וואס איז איינגעטונקען אין גשמיות און עוה"ז דערקענט זיך עס אויך אויף זיין צורה. מען קען נישט פארטוישן די צוויי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:25 pm
דורך זר זהב
ר' בערל, איך ליג אין גשמיות, איך האב נישט געמיינט מיר. איך רעד פון 'אידן' וואס לעבן און זעען אויס אזוי ווי דעם גוי, נאר אנשטאט זונטאג האט ער א שבת. אנשטאט האלעווין האט ער א פורים, קיין פיאות און בארד טראגט ער נישט, גייט צום זעלבן יענקי געים. וואטשט דעם זעלבן טעלעוויזישן. און יולי 4 סעלעברעט מען צוזאמען מיט'ן גויאישן שכן. דאונט געט מי ראנג, ס'קען זיין ער גייט אין גן עדן. נישט דאס איז דער נושא דא.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:07 pm
דורך שמעקעדיג
איך וואלט נישט געוואלט וויסן פון יא אדער נישט געזונטע עסן.
איך בין אויפגעצויגן געווארן ממש א מחי', מ'האט געגעסן ווייס ברויט, קאקאש קעיק, קאלירטע סאדע און צוקערלעך יעדן שבת.
פלוצלינג איז אלעס געווארן נישט געזונט, מען מוז עסן וועטשטעבלס מיט האול-וויט אדער ספעלט. איך גיי נישט דערפאר.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:09 pm
דורך זר זהב
הער זיך איין... די ריזען פארוואס קינדער קענען דאס עסן איז ווייל זיי זענען זייער אקטיוו. ווי עלטער מ'ווערט אלץ פוילער ווערט מען, און אזאלכע עסן הייבן אן שאטן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:11 pm
דורך שמעקעדיג
מיין טאטע האט דאס אלעסגעגעסן, און עסט נאך היינט... ביז די 120!
ביז הערשל מייזליש און נאך אפאר געזונטהייט חברה זענען אפירגעקומען, איז אלעס געווען פיין און וואויל.
אפילו מעיאר בלומבערג איז אפעקטירט געווארן דערפון און גע'אסר'ט גרויסע גלעזלעך סאדע. משוגע מטארא.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:13 pm
דורך הציץ ונפגע
איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס פארמאגן א ליסטע מיט זאכן וואס זיי ווילן נישט וויסן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:22 pm
דורך שמעקעדיג
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס פארמאגן א ליסטע מיט זאכן וואס זיי ווילן נישט וויסן.

פארוואס? וואס שטערט דיר?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:26 pm
דורך הציץ ונפגע
עס שטערט מיר אז מענטשן האבן פראבלעמען מיט אינפארמאציע.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:33 pm
דורך זר זהב
הציץ ונפגע האט געשריבן:עס שטערט מיר אז מענטשן האבן פראבלעמען מיט אינפארמאציע.

יוסיף דעת יוסף מכאוב

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 4:54 pm
דורך הציץ ונפגע
אז מכאוב איז די פרייז פאר דעת, וועלן מיר דאס גערן צאלן. און עס שטערט מיר אז מענטשן זענען נישט גענוג מחשיב דעת צו זיין גרייט צו באצאלן אביסעלע מכאוב.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:01 pm
דורך זר זהב
.... איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז איינער איז מסכים צו האבן ווייטאג פאר אביסעלע דעת... ;)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 7:18 pm
דורך געפילטע פיש
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא מענטשן וואס פארמאגן א ליסטע מיט זאכן וואס זיי ווילן נישט וויסן.

הציץ ונפגע האט געשריבן:עס שטערט מיר אז מענטשן האבן פראבלעמען מיט אינפארמאציע.

האיך יתקיימו שניהם?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 7:23 pm
דורך זר זהב
דאס איז צו גוט!...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 8:29 pm
דורך zurich
איך וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'דא אזא זאך ווי קאווע שטיבל...
just joking

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:39 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ר' בערל, איך ליג אין גשמיות, איך האב נישט געמיינט מיר. איך רעד פון 'אידן' וואס לעבן און זעען אויס אזוי ווי דעם גוי, נאר אנשטאט זונטאג האט ער א שבת. אנשטאט האלעווין האט ער א פורים, קיין פיאות און בארד טראגט ער נישט, גייט צום זעלבן יענקי געים. וואטשט דעם זעלבן טעלעוויזישן. און יולי 4 סעלעברעט מען צוזאמען מיט'ן גויאישן שכן. דאונט געט מי ראנג, ס'קען זיין ער גייט אין גן עדן. נישט דאס איז דער נושא דא.

נישט דיר און נישט מיר ודכוותי' האב איך געמיינט. נאר ס'איז א פאקט אז ס'דא א סאך אידן וואס זענען משוקע (אדער משוגע) אין עוה"ז . געבן נישט קיין צדקה און טוען נישט קיין גמילות חסדים און זייער איינציגער ציל אין לעבן איז נאר נאכלויפן זייערע תאוות. דאס דערקענט זיך. אבער קיין איינער פון אונז פאררעכנט זיך נישט פאר א "הייליגער איד".לא ניתנה התורה למלאכי השרת.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:45 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וואלט נישט געוואלט וויסן פון יא אדער נישט געזונטע עסן.
איך בין אויפגעצויגן געווארן ממש א מחי', מ'האט געגעסן ווייס ברויט, קאקאש קעיק, קאלירטע סאדע און צוקערלעך יעדן שבת.
פלוצלינג איז אלעס געווארן נישט געזונט, מען מוז עסן וועטשטעבלס מיט האול-וויט אדער ספעלט. איך גיי נישט דערפאר.

ס'איז אבער דא א זייגער אינ'ם מענטש וואס דערמאנט איהם אז ס'קומט א צייט ווען מ'דארף יא אנהייבן מקפיד צו זיין אויף וואס איז שעדליך און וואס נישט. א מענטש וואס האט שוין געגעסן מער ווי פופציג אפיקומנ'ס קען שוין נישט עסן מכל הבא בידו אזוי ווי אין די יונגע יארן. אבער צו זיין עקסטרעם, א העלטה נאט איז זיכער נישט כדאי.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:39 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
הציץ ונפגע האט געשריבן:אז מכאוב איז די פרייז פאר דעת, וועלן מיר דאס גערן צאלן. און עס שטערט מיר אז מענטשן זענען נישט גענוג מחשיב דעת צו זיין גרייט צו באצאלן אביסעלע מכאוב.


איך האב דאס ווארט געהערט בשם קאצקער רבין.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 10:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'וואלט נישט געוואלט וויסן אז ס'איז דא קעמיקאלס אין די וואסער וואס מ'טרינקט. כ'וואלט אויך נישט געוואלט וויסן וואס ליגט אין די לופט וואס מ'אטעמט, לאך נישט, חוץ פאלושען איז עס פיל מיט ראבער פארעקעלס פון קאר רעדער.