בלאט 1 פון 6

הרב שלמה קארליבאך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 6:49 pm
דורך קרעקער
כ'קען נישט גלייבן אז ס'איז נאך נישטא קיין עקסטערע אשכול אויף אים

ווער ס'קען זאל ברענגען א פיקטשער פון זיין מצבה וואו ער ווערט באטיטלט ווי דוד המלך בדורינו

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:00 pm
דורך פיקציע
איך האב נישט קיין בילד פון זיין מצבה, אדער דאס איז א בילד פון א היינטיגן קומזיץ ביי זיין קבר אין א"י ביום היארצייט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:01 pm
דורך נס קאווע
היינט לכבוד די יומא דהילולא ברענג איך איהם דא
viewtopic.php?f=34&t=1913&start=75

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:02 pm
דורך זר זהב
זאל זיין נשמה האבן אן עליה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:05 pm
דורך פיקציע
די בילד האב איך געטראפן אויף די ענגליש וויקיפעדיע, מען זעט נישט די ווערטער דוד המלך בדורינו. קען זיין צוליב וואס מען זעט נישט די גאנצע קבר.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:06 pm
דורך sunbar
/

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:12 pm
דורך פיקציע
איך קוואוט אוי טאטי פון די אשכול
אוי טאטי האט געשריבן:לכאורה אין די בהמ׳ד ׳דער שטיבל׳ אין וויליאמסבורג, וועט זיין א יארצייט סעודה.

שוין געווען די יארצייט סעודה אין שטיבל.

ר שלמה הספד אויף ליבאוויטשער רבי

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:22 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=E9_d1eVkwSE[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:56 pm
דורך קליינע רעבעלע
איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 8:41 pm
דורך שמעקעדיג
דער באשעפער האט אנדערע סארט אויגן ווי אונז, סאו מען קען נישט וויסן.
אונז, מיט אונזערע אויגן, דארפן פאקוסירן אויף די גוטע חלקים, שנראה מעלת חברינו, ולא חסרונם.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 9:00 pm
דורך DotCom
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע

אזוי ווי שמעקעדיג, קיינער ווייסט נישט ווייל קיינער האט נישט דער באשעפער'ס אויגן, אבער דאס ווייס איך יא אז זיינע ניגונים זענען מיר מקרב צום באשעפער. ת.נ.צ.ב.ה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 8:45 am
דורך אריק
וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:56 am
דורך נס קאווע
לכבוד די יאהרצייט (דילעיד) ברענג איך אראפ צוויי אלבום'ס
https://www.dropbox.com/sh/fzn8u41v3r13 ... nZf/Shlomo

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 11:02 pm
דורך שמייכל
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע

א זכות האט ער זיכער געהאט א גרויסע - אז ער האט געקענט מעורר זיין אזויפיהל מענטשן צו תשובה איז עס שוין עפעס מער ווי סתם.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 11:35 pm
דורך גוטזאגער
ווייסט איינער מער פרטים איבער די א.ד. ביהמ"ד? ווער האט עס געפענט? וועלכע עולם דאווענט דארטען? ווי געפינט זיך די לאקאציע פון די ביהמ"ד? און וויאזוי האט זיך עס געפענט פונקט אין וומס"ב? י

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:46 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע


ג"א מצטרף אז מיר קענען נישט וויסן. כבין נישט זיכער אז סאיז אפילו נוגע - למעשה האט ער דעליווערט א מוראדיגן פראדוקט. איתמחא קמיעה, זיכער.
כהאף אז ער געפינט זיך אויף א גוט פלאץ...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:05 pm
דורך נס קאווע
אזוי צו אזוי איז דאך ידוע אז ער האט תשובה געטוהן

דאס ביהמ"ד געפונט זיך אויף פען סט. צווישן ווייט און בעדפארד נאנט צו ווייט נעבן די באדי שאפ

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איז ער געווען אן ערליכער איד אין באשעפערס אויגן? אן האנעסט ענטפער ביטע! איך האב נישט קיין אגענדע


אין וועלכע באשעפערס אויגן?
אין די באשעפער פון ראדני סטריט, נישט
אין די באשעפער פון רחוב הרב שך אין בני ברק, נישט
אין די באשעפער אויף דרייצנטע עווניו -עמך אידן - יא
אין די באשעפער פון חברון, אפרת, רחוב דיזונגוף, טשעסנאט רידזש און פארק עווניו, יא

אין די באשעפער פון ר' אשר פריינד, אמשינאווער רבי, דער מעיין השילוח, ליובאוויטשער רבי, רבי אליעזר דעסלער, רבי צדוק הכהן, הרב קוק, רבי אליעזר בערלאנד רבי יאשע בער מבאסטאן, יא
אין די באשעפער פון סאטמאר רב, הרב שך, רבי יצחק טובי' ווייס, וויזניצער רבי, הרב ביק, אדמורי בית ספינקא, רבי יעקב מאיר שעכטער, נישט
אין די אויגן פון רבי גדלי' נאדל, צריך עיון
אין די אויגן פון טאהשער רבי, רבי יאנקעלע, צריך עיון
אין די אויגן פון רבי מתתיהו סאלאמאן, צריך עיון
אין די אויגן פון רבי עובדי' יוסף, צריך עיון
אין די אויגן פון בעלזער רבי'ן, צריך עיון

און פארשטיי מיר אז איך מיין נישטא קיין ריבוי רשויות, נאר גאט אליין איז דאך עפעס וואס מיר באגרייפן נישט, און די גרעסטע אבסורד איז צו פרעגן אויף אזא הויכע, ווייטע, אבסטראקטע מושג ווי גאט צו ער גלייכט אזא ספעציפישע לעבנס-שטייגער. די מיינסטו דאך גאט וויאזוי מען לערנט אים אפ, וויאזוי מען וויל אים אוועקשטעלן איש כפי רגשי לבו, השקפותיו, פאליטישע נייגונגען, חשבונות און אינסטיקטן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:48 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
אריק האט געשריבן:וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:54 pm
דורך פיקציע
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
אריק האט געשריבן:וואס איז פשט פון די ווערטער "חסדי ה' כי לא תמנו" אויף די מציבה?


שמעתי אז ער איז נפטר געווארן זינגענדיג דעם ניגון.

כ'האב געליינט ערגעץ (כ'מיין אויף וויקי) אז מ'האט געזונגען זיין חסדי ה' ביי זיין לוי'.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:14 pm
דורך נס קאווע
כ' מיין אז מ' האט געזונגען עטליכע ניגונים אויף זיין לויה (יו טוב...)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:21 pm
דורך געפילטע פיש
כמדומני אז ער איז אוועק אויף א פליגער, כאפענדיג אן הארץ אטאקע, שמועסנדיג מיט א פרוי, עפעס א רבי'ש (וויזניץ אפשר?) קינד.
ער איז געווען א מענטש מיט א ריזיג הארץ, א מורא'דיגע חוש הנגינה, און א ווארימע נשמה.
דעם באשעפערס חשבונות דארפן מיר נישט פירן, איך מיין ער קען אליין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:36 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:דעם באשעפערס חשבונות דארפן מיר נישט פירן, איך מיין ער קען אליין.

ביסט זיכער דערין?
עמער אנפרעגן ביי רעב הערשל קלאר צו דו האסט א ריכטיגע נקודה.