בלאט 1 פון 1

סאיז פרייליך מיט מאראטאן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:10 pm
דורך קליינע רעבעלע
איך זעי דער בלומעבערג (וויאזוי ריפט אים נאר שיטה...) הייבט אן צי כאפען קאלטס אין ווארעמס וועגן דעי מאראטאן
אבער איך האלט ער איז געניג קליג עס צי שטיפן אינטערן ראג

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:12 pm
דורך sunbar
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איך זעי דער בלומעבערג (וויאזוי ריפט אים נאר שיטה...) הייבט אן צי כאפען קאלטס אין ווארעמס וועגן דעי מאראטאן
אבער איך האלט ער איז געניג קליג עס צי שטיפן אינטערן ראג


ווען לויפט אויס זיין טערמין?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:13 pm
דורך זר זהב
אין א דריי פערטעל יאר.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:15 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:אין א דריי פערטעל יאר.


הייסט ער קען שוין באלד אנהייבן ארבעטען אויף די טוירם לימיט געזעץ...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 7:17 pm
דורך זר זהב
ער קען שוין באלד קויפן קרקע, נעבן דעם אנדערן כופר עד קאטש ימח שמם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 2:58 pm
דורך ווייס ווי שניי
גייט נאך פארקומען די מאראטאן היי יאהר ??

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:45 pm
דורך עפל פאי
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איך זעי דער בלומעבערג (וויאזוי ריפט אים נאר שיטה...) הייבט אן צי כאפען קאלטס אין ווארעמס וועגן דעי מאראטאן
אבער איך האלט ער איז געניג קליג עס צי שטיפן אינטערן ראג

וואס כאפט ער?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:50 pm
דורך קפנדריא
גייט זיין דאס יאר א מאראטאן אדער נישט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:30 pm
דורך ניו יארק
ניין, עס איז שוין פערטיג אויף היי יאר. איך האף אז דער עולם וועט אים מוחל זיין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:00 am
דורך קפנדריא
איך בין אים שוין מוחל במחילה גמורה אויף די קומענדיגע יאר אויך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:13 am
דורך שמעקעדיג
איך בינעם נישט מוחל ביז ער קומט מיר איבערבעטן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:57 am
דורך שעפטל
ער קען שיקן א שליח צו מיז עס זיין בכבודו ובעצמו?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:13 pm
דורך שמעקעדיג
אליינס פאלן צו די פוס און קושן מיין שיך, מקבל נזיפה זיין כמו שכתוב.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:45 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג האט געשריבן:אליינס פאלן צו די פוס און קושן מיין שיך, מקבל נזיפה זיין כמו שכתוב.

קישן די שיך איז נישט גענוג, איך מיין אז דו זאלסט אים ענדערש געבן צו שמעקן דיינע זאקן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:52 pm
דורך איך אויך
אז יענער קומט מקבל נזיפה זיין וועט ענדערש שמעקי שמעקן יענעמס זאקן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 2:29 pm
דורך שמעקעדיג
OH NO, נישט דעם אלטן בלומבערג'ס! נעווער!
ערגעץ א יאר צוריק איז געווען באריכטעט אז דער עושר אדיר בלומבערג גייט שוין לאנגע יארן מיט די זעלבע שיך.
איינער געדענקט נאך? (אריין אין "אלטע נייעס" אשכול)

נישט קיין וואונדער ער האט נישט חתונה. וועלכע פרוי וויל דען זיין אין איין שטוב מיט אים בשעת ער טוט אויס די שיך.

אוי מיין גאט!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 3:32 pm
דורך שעפטל
נו גוט, העמער רעדן צו פרעד קרייזמאן