פאעזיע (שירי חול) פון רבותינו הראשונים

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

פאעזיע (שירי חול) פון רבותינו הראשונים

שליחה דורך הציץ ונפגע »

געווען פון די ראשונים וואס האבן אין די צייט וואס זיי האבן נישט עוסק געווען בתורה, עוסק געווען אין אנדערע חכמות. איינס פון די מערסט-פאפולערע חכמות איז געווען די חכמת-הפיוט, אדער ווי מ'רופט עס דא אין קאווע שטיבל, די קונסט פון פאעזיע. און איך רעד נישט שירים און פיוטים וועלכע באנעמען זיך מיט קודש'דיגע מאטיפן, פון וועלכע מ'האט שפעטער געמאכט יוצרות צו זמירות לשבת קודש נאר פשוט'ע שירי חול, וואכעדיגע פאעזיע וועלכע באנעמען זיך מיטן טאג-טעגליכן לעבן. (עס זענען אויך געווען די וואס פלעגן שרייבן זאגאר שירי אהבה, איבער זיי זעט דעם אשכול דא).

איך טו ווידמען דעם אשכול פאר די סארט פאעזיע.

איך וועל אנהייבן מיט א שיינעם פיוט פון אחד מגדולי רבותינו נ"ע, רבי אברהם בן מאיר אבן עזרא, באקאנט ביים המון-עם אלס דער אבן עזרא. עס איז ברייט באוואוסט אז דער אבן עזרא איז געווען א היבשער שלימזל, געליטן פון ארעמקייט, און נישט געלעקט צופיל האניג אויף דעם וועלט. אסאך פון זיינע פאעמעס זענען ארום דעם מאטיף פון שלימזלות און בטלנ'ישקייט. א גוטער ביישפיל צו אזא פאעמע איז די פאלגענדע פאעמע אין וועלכע דער אבן עזרא רעדט זיך אפ איבער די פליגן (אדער מאסקיטאען) וואס מאכן אים נערוועז, און ער דאנקט גאט אז אין די ווינטער שטארבן זיי אויס:

[center]למי אנוס לעזרה[/center]
מחבר: רבי אברהם אבן עזרא
משקל השיר: משקל המרובה.

טעקסט: וויקיטעקסט
נקודות: אני הדל
טייטש: כנ"ל


1. לְמִי אָנוּס לְעֶזְרָה מֵחַמָסִי? / אֲשַוַּע מִפְּנֵי שׁוֹד הַזְבוּבִים!
2. אַשֶׁר לֹא יִתְּנוּ הָשֵׁב לְרוּחִי, / בְּכָל כּוֹחָם יְעִיקוּנִי כְאוֹיְבִים,
3. וְעַל עֵינַי וְעַפְעַפַּי יְרוּצוּן, / בְּאָזְנַי יֹאמְרוּ שִׁירֵי עַגָבִים.
4. אֲדַמֶּה לֶאֱכֹל פִּתִּי לְבַדִי - / וְהֵם בּוֹ יֹאכְלוּ כִּדְמוּת זְאֵבִים,
5. וְעוֹד יִשְׁתּוּ בְכּוֹס יֵינִי, כְּאִילוּ / קְרָאתִים כְּאַהוּבִים אוֹ קְרוֹבִים.

6. וְלֹא יִרְצוּ לְבַד חֶלְקָם; פְּקַדְתִּים / בְּיֵין עַתִּיק וּמִשְמַן שֵֹה כְשָֹבִים,
7. וְיִמְעַט! רַק אֲכֹל מֵאֲשֶׁר לְפָנַי, / לְיֵין מִשְׁתִּי וּפַּת אָכְלִי תְאֵבִים!
8. וְכִי אֶקְרָא מְיוּדָעַי לְאָכְלָה - / וְהִנָם יוֹשְׁבִים רֹאשׁ הַמְסוּבִּים!
9. יְקַו לִבִּי סְתָו, כִּי הוּא יְכַלֵם / בְּקוֹר רוּח שְׁלָגִים אוֹ רְבִיבִים,
10. וְלוּלֵי זֹאת אֲנִי קָץ מִפְּנֵיהֶם / בְּכֵן אוֹדֶה לְיוֹשֵׁב הַכְּרוּבִים!

-----
פרייער איבערזעצונג:

1. צו וועמען זאל איך לויפן פאר הילף איבער די רויב וואס מען טוט מיר אפ? / איך טו שרייען איבער די רויב פון די פליגן!
2. וועלכע טוען מיר נישט ערלויבן זיך צו בארואיגן / מיט זייער גאנצע כח טוען זיי מיר דערקוטשענען ווי פיינט,
3. און אויף מיינע אויגן און אויגנברעמען טאנצן זיי / אין מיינע אויערן זינגן זיי אריין מיאוס'ע געזאנגען,
4. איך רעד מיך אין אז איך וועל עסן מיין ברויט אליינס / און זיי עסן דערפון ווי זיי וואלטן געווען וועלף,
5. און זיי טוען גאר טרונקען פון מיין וויין, כאילו / איך וואלט זיי גערופן ווי פריינט אדער נאענטע!

6. און זיי זענען נישט צופרידן מיט וואס זיי באקומען; איך בין צו זיי געקומען / מיט אלטע וויין און די פעטנס פון שעפסעלעך,
7. און ס'זיי נישט גענוג! נאר עסן פון מיין עסן / צו מיין וויין וואס איך טרונק און צו מיין ברויט וואס איך עס זענען זיי זעט!
8. און אז כ'וועל רופן מיינע באקאנטע צו עסן / וועלן די פליגן זיך זעצן אויבן-אן!
9. מיין הארץ ווארט אויף ווינטער, ווייל ער (דער ווינטער) וועט זיי פארלענדן / מיט א קאלטע ווינט פון שניי אדער רעגן
10. און ווען נישט דאס (ד.מ. ווינטער) וואלט איך זיך שוין פאר'מיאוסט [פון מיין לעבן] צוליב זיי / אויף דעם טו איך לויבן דער וואס זיצט אויבן.

-----
פאר די וועלכע האבן נישט נקודות אויף זייער סמארטפאון:

1. למי אנוס לעזרה מחמסי? / אשוע מפני שוד הזבובים!
2. אשר לא יתנו השב לרוחי, / בכל כוחם יעיקוני כאויבים,
3. ועל עיני ועפעפי ירוצון, / באזני יאמרו שירי עגבים.
4. אדמה לאכול פיתי לבדי - / והם בו יאכלו כדמות זאבים,
5. ועוד ישתו בכוס ייני, כאילו / קראתים כאהובים או קרובים.
6. ולא ירצו לבד חלקם, פקדתים / ביין עתיק ומשמן שה כבשים,
7. וימעט - רק אכול מאשר לפני, / ליין משתי ופת אכלי תאבים!
8. וכי אקרא מיודעי לאוכלה - / והינם יושבים ראש המסובים!
9. יקוו לבי סתו, כי הוא יכלם / בקור רוח שלגים או רביבים,
10. ולולי זאת אני קץ מפניהם / בכן אודה ליושב הכרובים!
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

ר' ידעה הפניני אין בחינת עולם האט אויך דאכט זיך שירי חול. יעדנפאלס א גרויסן ישר כח פאר דעם שיר, איך ווארט צו הערן פון נאך שירי חול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך מיין מען זאל צוזאמשטעלן די צוויי אשכולות פון שירי חול און שירי אהבה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ייש"כ פארן מעתיק זיין. אן ענליכן שיר האב איך אמאל געזען פון אבן עזרא ער שרייבט צווישן אנדערן: וועל איך האנדלען מיט לעכט וועט די זוהן נישט אונטערגיין, מיט תכריכים וועט קיינער נישט שטארבן. מיין קלייד איז ווי זיפל בייטאג און ביינאכט שיינט דורך די שטערנס אא"וו. אפשר קען איינער מעתיק זיין?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פין אבן עזרא איז דא א באקאנטע פאעזיע בלע"ז ווען אמאהל איז ער געוועהן ביי א פרוי זוכען איר מאן, און האט אים געגעבען דריי תירוצים, און ער האט געשריבען א שיינע פאעזיע צו געבען פארען מאן.
ווער עס ווייסט פין וואס איך רעד ווערט געבעטען עס אהער ברענגען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שירי אבן עזרא

שליחה דורך אוהב דעת »

א) שיר תלונה 
גדוד – דאס זיין פארוואגלט
היסר אוני – האסט אפגאטן מיין כוח

והבהיל רעיוני – ס'האט דערשראקן מיינע געדאנקען

ושם – ס'האט ג'מאכט
פי ולשוני - מיין מויל און מיין צונג
אסורים בזיקים – ס'זאל זיין אנגעשפארט אין קייטען

לפנים בנעורים - באפער ווען איך בין געווען אינג (אמאליגע צייטן)
הכינותי שירים – האב איך אנגעגרייט געזאנגען

בצואר העברים – אין די העלצער פון די אידן
נתתים כענקים – האב איך זיי געגעבן ווי א האלז באנד

בכל מקום גרתי– און יעדע פלאץ ווי איך האב געוויינט
ספרים חברתי – האב איך מחבר געווען ספרים
וסודות בארתי – איך האב מבאר געווען סודות התורה

וכראי מוצקים – און זיי זענען געווען געגאסן ווי א שטארקע זאך?
שפתי אם אשים – אויב איך וועל לייגן מיינע ליפן
בהרים ורכסים – אויף בערג
יעופון בם סוסים – איך האב עס געמאכט אזוי שיין אז אפילו פאר די פערדען (די שוואכערע סארט מענטשן) האב איך עס שיין געמאכט
ירוצון כברקים – זיי האבן געקענט לויפן אזוי ווי די בליצן (ד"ה אז יעדער האט געקענט פארשטיין מיינע שירים)

ועתה נפלתי – יעצט בין איך אראפגעפאלן
לעפר שפלתי – איך בין נידריג ביז צו דער ערד
ותחנון הפלתי – איך האב געמאכט פאלען א תפילה

לאל ממעמקים – צום אייבערשטען פון די טיפענישען

ואנשי לב מטו– און מענטשן מיט הארץ זענען פארבויגן (פארגאנגען)
והיום נמעטו– און היינט זענען זיי פארווייניגט
אבל שמנו בעטו– אבער זיי זענען געווארן פעט, און זיי האבן אנגעהויבן שטויסען

אשר ציה עורקים– וואס זיי פלעגן וואוינען אין די וויסטעניש (ד"ה מענטשן וואס זענען אמאל געווארן אויפגעצויגן אין וויסטעניש זענען היינט געווארן מיינע בעה"ב)

ואנכי מוסר - איך בין געווארן א מוסר
לעיני כל בשר– פאר די אויגן פון יעדע באשעפעניש

כבודי והודי סר – מיין כבוד און מיין שיינקייט האט זיך אפגעטון
ושן עלי חורקים - און א ציין טיען זיי אויף מיר קריצן

וגבר מחשבי– און עס האט זיך געשטארקט מיינע מחשבות
לארכי ולרחבי– צו מיין לענג און צו מיינע ברייט
ופה לא אפתח פי– און דא (היינט) קען איך נישט עפענען מיין מויל (זענען געווארן איינגעגאנגען)
שדי דעתי צומקים– די בריסטען פון מיין שכל זענען געווארן איינגעגאנגן (שדי מיינט די השפעה)
וחיתי ספה - אין מיין לעבן איז פארלענדעט געווארן (כלשון ספו תמו מין השוק וזכרם לא יסף מזרעם) (ואנשי חסד נאספי)
בעם עמקי שפה– אין א פאלק אין טיפעניש פון שפראך (ווי מ'זאגט די נידריגע חלק פון שפראך - פאלק
ונפשי נכספה– אין מיין זעהל טוט גלוסטען
לרבי אליקים– צו ר' אליקים
שמעני אחי– שמעני מיין ברודער (מיין פריינד)
שמע נא אל שיחי– הער אויס מיין גערעדעכץ
אהבתך רוחי– מיין גייסט האט דיך ליב
ועדי בשחקים– איך האב עדות אן דעם אין הימל
ולמה נתעבר– פארוואס זאלן מיר זיך צערענען
בזד כי התגבר? - ווען די רשע האט זיך ג'שטארקט
ומה נוכל דבר– און וואס קען מען רעדן
בארץ מרחקים–און די ווייטע לענדער
אנחנו עם דלות– אונז אידן זעהמיר צוזאמען מיט די דלות
וקלות על סכלות– אויך גרינג שעצינג אין נארישקייט (איז אונזער פאלק)
בגלות תוך גלות– און אזוי גיימער אינז פין איין גלות צו די אנדערע גלות
בעל עת מעתקים– יעדע שטיק צייט ווערן מיר אוועק גערוקט
ובאדם אין הדר– אין אדום איז נישט דא קיין שיינקייט
לכל חכם הוא דר– צו קיין שום חכם וואס דארט וואוינט
באדמת בן קדר– וואס קומט צו די ערד פון בן קדר
ועלינו שורקים– אין אויף אונז טוען זיי קריצען מיט די ציין
ואלו בא חגב– און טאמער זאל קומען א היישעריג פון יון 
יוני, בם שגב - זיי וואלט ער שטארק דערהויבן (ד' משגב לנו)
ורכב על כל גב– און ער וואלט געריטען אויף יעדע רוקען
ונחשב כענקים– און ער וואלט געווען גערעכענט אזוי ווי א ענק
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ב) על פרידת ידידו 
איך ישליו – ווי אזוי קען מען זיין צופרידן
בלבי קרבי אשר – און מיין הארץ און מיינע געדערעם וואס זענען 
כים יהמיו? – וואס זיי זענען אין א ים, טוען זיי, פארטומלען, (והמם מדומה גדולה)
רעי, קחו נא בידי – מיינע פריינד נעמטס מיך אין מיין האנט
יבער כמו אש כבדי – ווייל עס טוט פלאקערן, אזוי ווי, פייער מיין לעבער
על נוד צבי - חן ידידי– אויף די פארוואגלניש צבי? די ליבשאפט פון מיין פריינד (אפשר כוונתו דומה דודי לצבי ולעופר אוהלים כוונתו שיר השירים – או היה לו חבר בשם צבי)
מר יבכיו– ביטער, טוען זיי וויינען, מיינע אויגן,
עיני, כטל יזלו - אזוי ווי טל טוען זיי רינען 
ולא ידמו– און זיי טיען נישט שווייגן, (ודמו סלה)
מטע אהבים ועפר– א איינפלאנצונג פון ליבשאפט אזוי וווי א פויגל (עופר אהלים)
בו נקבצו חן ושפר - און אים איז צוזאם געקליבן ליבשאפט אין שיינקייט
נפשי פדות לו וכפר - מיין זעל איז א אויסלייזונג צו עם (ווי מזאגט איך וואלט אים געגעבן אלעס אפי' מיין זעהל)
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ג) שיר לכבוד רש"י
כובב דרך מצרפתה – א שטערן האט אויפגעטרעטן פון צרפת
מחנה ערך על יטבתה – א מחנה האט ער אפגראכטען אין יטבתה, TROYES (רש"י האט דארט געוואוינט)
שלום בואו– שלום זאל זיין, זיין קומען,
הוא וצבאו– ער אין זיין הערשאפט

מסיני או מצין אתה– פון סיני, אדער פון צין, איז ער געקומען

אור כל סומא– ער איז די ליכטיגקייט פון יעדע בלינדע 
בו כל צמא– און אים קען זיך אנזעטיגן יעדע דארשטיגע

נפת מימי–יעדע דארשטיגע מענטש – די זיסקייט (נפת צופים ומתוקים מדבש)
מתקו שתה - פון די זיסע וואסער קען ער דארט טרונקען

פרוש נורא– א פארכטיגע פירוש
שם לתורה– האט ער געלייגט צו די תורה

על כן נקרא– וועגן דעם ווערט ער אנגערופן
פרשן דתא– ער האט מפרש געווען די דת, תורה

ספרו גואל– זיין ספר איז א אויסלייזער
אל כל שואל– פאר א יעדער וואס ס'פרעגט

ובישראל– און פאר די אידן
הוא תרשתא– איז ער א אויסלייזער, (שר וגדול נחמי' התרשתא)

יקיר פותר–ער טוט באשיידן שווערקייטן (יקר בעיני ה')
בקיר חותר– ער טוט קראצען אין די ווענט

עינו סתר– זיין אויגן, די באהעלטעניש פון גט
י' ראתה– האט זי געזען

מלאך קונה–די מלאך פונעם אייבערשטען (קונה שמים וארץ)
אצלו חונה– רוהט ביי איהם
 
חזק מתני– ער האט געשטארקט די לענדען
המתניתה– פון די משניות
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ד) שיר לחתונה
הנה פני תבל מחדשה – די פנים פון די וועלט איז באנייט 
שמלת שמחות היא מלבשה – א קלייד פון פרייליכקייט איז זי אנגעטון

יום שש יליד משרה בבת דודו – דער טאג עס האט זיך געפריידט די קינד פונם הער, מיטן טאכטער פון ד'
כי מד' לאנוש אשה– פונעם גט צו א מענטש איז א פרוי

הביא אשר שאל והיא גם היא– דער חתן האט געברענגט וואס ער האט געפארשט, און זי אויך זי
מצאה אשר דרשה ובקשה– און זי האט אויך געטראפן וואס זי האט געפארשט און געזוכט

אך לו לבדו יאתה כזאת– נאר צי עם אליינס איז שיין אזוי ווי דעם

לו מנעוריו היא מקדשה– צו עם פין זיין יוגענט איז מקודש
לו בקשה בלתו היותה לו– ווען זי וואלט ווען געוואלט זיין נישט פאר אים
התגעשה ארץ ורעשה – וואלט ווען די גאנצע וועלט אויפגעשטארעמט
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ה) באבוד בנו ממנו
תוחלתי נכזבה – מיין האפענונג איז געווארן גפעלשט (אין תוחלת ותקוה)
ועיני בבכי זבה – אין מיין אויגן מיט געוויין רינט עס
וכל – אזיל אני דמעה – אין ווי מער איך טו וויינען
יגוני יענה: הבה! – טוט מיין טרוער אויסשרייען, קום וויינען נאך
אשר שלח בעצמותי – ווייל דער אייבערשטער האט געשוקט אין מיינע ביינער 
מדורת אש ולהבה – א פלאם פייער
לאב יצעק במעצבה – צו א טאטע שרייט עס מיט טרוער
לעת מוצא ועת מובא – ווען איך גיי ארויס און ווען איך גיי אריין
הילד איננו – דאס קינד איז נישט דא
ואני אנה אני בא! – און ווי קום איך פון צער
לקראי נחר גרוני – צו מיין גערופאכץ איז מיין האלדז אויסגעברענט
ודבק לחכי לשוני – און עס איז באהאפטן צו מיינע גומען מיין צונג
ואין שלום בעצמי – עס איז נישט דא קיין פרידן צו מיינע בייינער
בשבור זרוע ימיני – ווייל עס איז צובראכן געווארן מיין רעכטע האנד
ונלקח מחמד עיני – און עס אוועק גענומען געווארן די גלוסטעניש פון מיין אויג
ונותרתי בלי כבה – אין איך בין איבער געבליבן אן א אפעל (פון אויג)
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ו) על יצחק בנו שהמיר דתו
אבי הבן קרב לספד – די טאטע פונעם זון דערנענטערט זיך צום טרוער
כי אל ממך רחק – ווייל די אייבערשטער האט זיך פון דיר דערוואטערט
את בנך יחידך אשר אהבת, את יצחק!
אני הגבר, ראה שבר, ומשוש גלה, - איך דער מענטש האב געזעהן די צובראכענקייט, און זיין פרייד איז פארטריבן געווארן,
הה! פקדתי פרי בטני ועל לבי לא עלה – וויי, איך בין געווארן פעלערדיג, מיין קינד, וואס איך האב פון דעם קיינמאל נישט געטראכט
חשבתי לעת זקנה היותו לרוח והצלה – איך האב געטראכט אז אויף די עלטערע יארען וועט ער זיין א רוח והצלה
אך לריק יגעתי וילדתי לבהלה – איך האב זיך געמוטשעט אומזינסט, אין איך האב געמאכט געבארן פאר א שרעק
כי איך ישמחו לבי ויגוע וימת יצחק!
בכה אבכה בכל רגע, ואשא, נהי נהיה – איך וועל וויינען יעדע רגע אין איך וועל אויפהייבן (מאכן) א גרויסע הספד
בזכרי זה שלש שנים מותו בארץ נכריה – ווען איך דערמאן זיך אז פאר דריי יאר צוריק איז ער געשטארבן, אין א פרעמדע לאנד,
ושאתי ממקום למקום ונפשי עליו הומיה – איך האב אים געטראגן מיט מיר פון איין פלאץ צו צווייטען, אין מיין זעל האט אויף עם געבענקט
עד שהבאתיו אל ביתי לילה ויומם בוכיה – ביז איך האב אים געברענגט צו מיין הויז האב איך געוויינט בייטאג און ביינאכט
כמה תלאות מצאוני ואלה תולדות יצחק! - אפמיטשענען
רעי הרפה ממני, - מיינע פריינד שאקעל זיך אפ פון מיר 
אם תנחמני – תניעני - אויב די וועסט מיך טרייסטן וועסטו מיך אויפשאקלן
מחלת נפשי אל תזכר – דערמאן נישט די קרענק פון מיין זעל
ושמו אל תשמיעני! – אין לאז מיך נישט הערן זיין נאמען
גחלתי אשר נשארה לי – די קולען וואס איז נאך אין מיר נאך אבער געבליבן 
כבה זמן וגם ירועני – האט די צייט אויסגעלאשן – אבער עס טוט מיך אויך צוברעכן (תרוע בשבט ברזל)
שממות עולם השמני – א אייביגע פארוויסטעניש האט ער מיך געמאכט
ויקח מחמד עיני, - אין ער האט אוועק גענומען די גלוסטעניש פון מיין אויגן
כלה שארי ולבבי, כאשר כלה יצחק – עס גייט אויס מיין גוף אין הארץ – ווייל יצחק האט זיך גענדיגט 
מעון אשר הכל בידו – באשעפער וואס אלעס איז אין זיין האנד
וחפצו עושה בכל יצוריו – זיין ווילען טוט ער מיט אלע זיינע באשעפענישן
דבר עלי לב אב נכאב – רעכט צו די הארץ פונעם טאטען, וואס ער איז צוקלאפט
ירא שמך מנעוריו – וואס האט מורא פון דיין נאמען פון זיינע אינגע יארן
רוח תנחומים עורר עליו – וועק אויף, אויף עם א גייסט פין טרייסט
ויעבר בין בתריו, - ס'זאל דורך גיין צעווישן די שטיקלעך
הורה חמודו יראתך, - ווייז פאר דיין גלוסטעניש דיין יראה
ללכת בדרך הוריו – צו גיין און די וועג פון זיינע עלטערן 
עודנו נער – ער איז נאך אינג
אותה הוכחת לעבדך ליצחק! – דעס זאלסטו איבערווייזען צו דיין קנעכט יצחק
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ז) משיר תהלה לר' מנחם ובנו ברומא
אני ישן ולבי ער – איך שלאף און מיין הארץ איז אויף
נתחי נצבו לריב בצרים - מיינע אברים האבן זיך געשטעלט צום קריג אזוי ווי פיינט
וקם עין עלי אזן ולשון - אין ער שטעלט זיך אויף די אויג העכער די אויער און צינג
והרחיב פה ונשא קול והרים - און ער הייבט אויף זיין קול
נאם עין: אני רואה וחוזה – און זאגט די אויג איך זעה
מחפש מה בחדרי החדרים – איך קען זעהן וואס טוט זיך אין די חדרים
ושמים לפי רגע וארץ – די הימעל אין אויך די ערד אין א רגע 
אשורימו בלי צער אשורים - קען איך זעהן, איך דארף נישט צוטרעטן עס צו קענען זעהן
ואפריש הרחוקים מקרובים - איך קען אפשיידן די נאנטע פון די ווייטע
ואבדיל הלבנים משחורים - אין איך קען אפשיידן די ווייסע פון שווארצע
ובי חכמו בני מדות ועלו - און מיט טוען זיך קליגען די חכמי התכונה, און זיי גייען ארויף
למזלות וכוכבים ספורים - צו די מזלות און שטערנס
בלי רגל בלי כנף אהלך - אין גייען אן פיס אין אן פליגלען
ובי תכון מלאכת כל גברים - אין מיט מיר טוט ווערן רעכט פארטיג, די מלאכות פון אלע מענטשן
נאם אזן לעין: החרש-נא - זאגט די אויערן פאר די אויג, שוואג
ומה תוכל ולך צרך לאורים - וואס קענסטו?, די מיזט צוקומען צו די ליכטיגקייט
ולא תראה לבד מה שיש לנכח - די קענסט נאר זעהן א זאך וואס איז אין דיין געגנווארט
וממשלתי בכל ששה עברים - אין מיין געוועלטיג איז אין אלע זעקס זייטן
ואם מסך לנגדך - את כעור - אויב איז דא א צווישענשייד ביסטו א בלינדער
ואשמע אחרי קירות והרים - אין קען הערן אינטער ווענט אין בערג
ודת אל אאזין יומם וליל - אין תורה פונעם ד', הער איך טאג און נאכט
ובלילה שעריך סגורים - ביינאכט זענען דיינע טויערן פארמאכט
וכל שרים ונגנים בי יבינון - אין אלע זינגערס טוען זיך מיט מיר פארשטיין
ואכיר הנקבות מזכרים - איך דערקען די חילוק צווישן נקיבות און זכרים
נאם לשון לעין גם לאזן - זאגט דער צינג צום אויג און צום אויער
חשבתם להיות בנו לשרים - עטס טראכטס צו זיין אויפ'ן גוף צו הערן
אני נמשל למלך דר בארמון - איך בין צוגעגליכענט צו א קעניג וואס וואוינט אין א פלאץ
ואתה כעבדים לי מסורים - עטץ זענץ אזוי ווי איבער געגעבענע קנעכט צו מיר
והחיים והמות בידי - די לעבן אין טויט ווענט זיך אין מיר
ובי טעם מתוקים ממרומים - אין מיר קען מען שפירען די זיסע טעם פון הימל
אני יחיד בלי רע כמוכם - איך בין א איינציגער אן פריינד אזוי ווי ענק
ואנכי לבדי איש דברים - איך אליינס בין א איש דברים
אני מליץ בצדק בין לבבות - איך רעד מיט גערעכטיגקייט צעווישן הערצער
ואודיע בחכמתי סתרים - מיט מיין חכמה קען איך אנטפלעקן באהלטענע חכמה
ואהפך מאכל להיות לעזר - איך דריי איבער די עסן צו זיין צו א הילף,
לשנים, ויגזר גזרים - צו דיין צייין, אזוי קען ער צושניידן אויף שטיקער
הקיצותי ובקרבי קרבים - איך וועק מיך אויף, אין עס איז דא מחלוקת אין מיך
ומחנות זה וזה כלם אזורים - אין אלע מחנות זענען אנגעגארטעלט
וקול נתנו שחקים: מה תריבון? - אבער פון הימל זאגט מען: וואס קריגט עטץ ענק
לכו נא בחרו משפט ישרים - גייטס וועלטס אויס די דין פון גערעכטיגקייט
לכו אל רב מנחם המנחם - גייטס צו ר' מנחם וואס טוט טרייסטן
נפשים עד ישיבם לפגרים - וואס ער קען צוריק ברענגן מיט זיינע ווערטער, מענטשן וואס זענען שוין אפגע'הרג'עט
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ח) ריב החורף עם הקיץ
אל אחד מה רבו עדיך – איינציגער באשעפער ווי סאך זענען דיינע עדות
יעידו כי אין בלעדיך – זיי טוען אלע עדות זאגען אז עס איז נישטא קיינער אויסער דיר
בראת אדם לכבודך – האסט באשאפען א וועלט א מענטש פאר דיין כבוד וועגן 
אכן לא הודעתו סודך – דו האסטעם נישט ציוויסן געטון דיין סוד
אך למד ממעשה ידיך – אבער ער לערענט דאס ארויס פון דיינע מעשים
כי תולדות ארץ מעבדיך – ווייל די קינדער פון די וועלט זענען דיין ארבעט
גם תתה בשחק הודך – אויך האסטו געגעבן אין הימעל דיין שיינקייט
הודך הכל מלא – דיין שיינקייט איז פיל איבעראל
יום יום תעשה פלא – יעדן טאג טוסטו מאכען ווינדער
פלא בכל נחזה – ווינדערליכע זאכען טוען מיר זעהן איבעראל
גם את זה לעמת זה - אויך ביי די זאכן וואס זענען איינס אנטקעגן דעם צווייטן
בצדק דרכי אל נצבו – מיט גערעכטיגקייט זענען אוועק געשטעלט די וועגן פון ה'
ולהבל דרכי איש נחשבו – אין צו וויסט זענען גערעכנט די וועגן פון מענטשן
דרכי אל על מעגל סבבו – די וועגן פונעם ה' אזוי ווי אויף א רינגל רינגלעך זיי ארום
וכראשית באחרית ישובו – אין אזוי ווי אנפאנג קומען זיי צוריק צום סוף 
כל ימים בזמנם מה טבו! – אלע טעג אין זייער זמנים זענען זיי גוט
שמענו שביניהם רבו – איך האב געהערט אז זיי קעריגן צווישן זיך
קר וחם לקראת דין יקרבו - די קעלט אין היץ אנטקעגן די דין טוען זיי זיך דערנענטערן
יקרבו אל דין – זיי דערנענטערן זיך צום דין
יגידו בכל ענין – זיי פארציילן אלע ענינים
ענין משפט יקים – א ענין פון משפט טוט דער דיין אויסשטעלן
ושניהם צדיקים – און ביידע זענען גערעכט
רהב פיו הקיץ ויקרא: - עס עפענט זיך די מויל פון זומער און ער זאגט
מחרפה שם החרף נקרא – די סיבה פארוואס די הייסט חורף איז ווייל ער איז פארשעמט
יקרח ראש בקרח הנורא – ער טוט אפקילען די קאפ מיט א פארכטיגער אייז
ויקרקר קירות לב בקרה – ער טוט צוקלאפן די ווענט פונעם הארץ מיט קעלט (ויקרקר מקרקר קיר)
יד עמל למזונו נסתרה – די הענט פון איינער וואס מוטשעט זיך אויף פרנסה ווערט באהאלטן
גם רגל לא תלך בשירה - אויך די פיס קען נישט גיין מיט די גרופעס
גם עוף השמים לא ירא – אויך ווערט נישט געזעהן פייגעל אין הימעל
ירא אז לאישים – וואס מ'זעהט יא איז פייער
יחנו סביבות אשים - עס זיצן ארום איר מענטשן 
אשים בם יחמו - מענטשן טיען זיך מיט עם ווארעמן
לולי זה נדמו - ווען נישט דעם וואלטען זיי פארשוויגן געווארן (ודומו סלה)
החרף שמע זאת פיו פצה - אזוי ווי די ווינטער הערט דאס, עפענט ער זיין מויל
נפש כל חי בקיץ קצה - די זעל פון יעדע מענטש עקלט זיך פונעם זומער
אך בך חם יראה החוצה - דורך דיר ווערט געזען די היץ אין די גאסן
אולם תוך הקרב קר נמצא - אבער אין די מענטש איז די קעלט
לב יודעים ימיך לא רצה - די מענטשן וואס ווייסען די היץ, זיי ווילן עס נישט
לא יאכלו מחקם המחצה - זיי עסן נשט די ברויט ניטאמאל א העלפט (בקיץ אין לאיש תאבין)
יעלצו עד כי השמש יצא - זיי טיען זיך פרייען ביז די זין קומט ארויס 
יצא אור יערוצו - ווען די זון קומט ארויס ווערן זיי צובראכן (אל תערוץ מפניהם)
לצללים ירוצו - זיי לויפן צו די שאטנס
ירוצו כגבורים - זיי לויפן ווי די שטארקע מענטשן
אל מים הקרים - צו די קאלטע וואסער
מה תגביר עלי חרף - וואס טוטסטו אזוי שטארקען, חורף,
מלים - ווערטער
אנכי מכין המאכלים - איך גרייט אן צו עסן
לך ושאל לנמלים ורחלים - גיי אין פרעג צו די מוריטשקעס און די שאף
לי ציצים לי פירות לי עלים - צו מיר איז דא שפראצינגען (ויצץ ציץ) אין פירות און בלעטער
לי שושן לי כפר לי - אין האב רויזען און בשמים (כופר ואהלים)
ככלת עת שתעדה כלים - אזוי ווי א כלה, די צייט וואס זי טוט זיך באצירן מיט אירע קליידער (עדי עדיים)
ולאבל ימיך נמשלים - אין א טרוער זענען דיינע טעג געגליכען
נמשלים הארצות - די לענדער ווערן צוגעגלעכענט
לשוממות נחרצות - צו פוסטע ???
נחרצות כזקנה - ??? אזוי ווי אלטע
אלמנה אביונה - אזוי ווי א ארעמע אלמנה
מה תאמר קיץ לפני אישים - וואס זאגסטו, זומער, פאר מענטשן
תאכילם פרות השרשים - די געסט צו עסן פרוכט וואס קומט פון ווארצלעך
תוליד בם כל תחלואים קשים - די טוטסט געבארן און זיי אלע קרענק
יאנקו בם נערים וישישים - ??? די יונגע אין אלטע
מאכלים נחמדים נבאשים - זיסע עסן ווערן פארשטינקן
וזבובי מות גם פרעשים - אין פליגעלעך פון טויט, אין אויך גרויסע פליגען
גם אבות מבנים נפרשים - עלטערן פון קינדער ווערן אפגעשיידט
נפרשים למקומו - ווערן אפגעשיידט צו פלעצער
מהם למלחמות - פון זיי צו מלחמות
מלחמות בך יהיו - מלחמות איז אין דיר (זוממער),
ובימי ישליו - אבער אין מיינע טעג איז פרידען
אתן עז סוף דבר לרופא - איך געב שטארקייט, סוף הדבר, (וויל איך געבן א שבח) לרופא (צום ה')
לשבורי לב השם ליעפי - דער וואס היילט אויס צובראכענע הערצער ער געט פאר די אויסגעמיטשעטע
כח רב סבל פן תרפה - כח, און אסאך סבלנים, ווייל טאמער וועט ער שוואך ווערן
רוח איש וכרגע יספה - די גייסט פון א מענטש, אין א רעג וועט ער פארלענדעט ווערן
טוב ורע עתיד לבא צופה- פאר דער וואס ס'זעהט אז גיט אין שלעכט גייען קומען
ובעתו עשה הכל יפה - און זיי צייט האט ער אלעס געמאכט גוט
ולדבר כל אלה שם לי פה - צו קענען רעדן די אלע זאכען האט ער מיך גע'מאכט א מויל
פה יתהלל בשמו - די מויל זאך זיך לויבן אין זיין נאמען
כי החסד עמו - ווייל דאס גענאדע איז מיט עם
עמו אהיה תמים - מיט עם וועל איך זיי גאנץ
אשמח כל הימים - איך וועל מיך פרייען אלע טעג
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

יא איך האב נאך, איך וועל עס ארויפלייגען בקרוב
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

יישר כוחכם ר' אוהב. איר ווייסט אוודאי פון ר' שמואל הנגיד'ס מלחמה פאעזיע און פון ר' יהודה הלוי און אבן גבירול איז אויך דא דער סארט.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

וחלופיהן האט געשריבן:יישר כוחכם ר' אוהב. איר ווייסט אוודאי פון ר' שמואל הנגיד'ס מלחמה פאעזיע און פון ר' יהודה הלוי און אבן גבירול איז אויך דא דער סארט.


געוואלדיק. כמים קרים על נפש עיפה.
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ט) ריב בין החיות והאדם
אל בוראי ראשית הכל מלי - פון אנפאנג פין מיינע ווערטער וויל איך דאנקן דעם ד'
בו רבו בו ירבו מהללי - אין עם טיען זיך מיינע לויב ווערטער פארמערן
כי יצר רוח חן בכסלי - ער האט באשאפן די נשמה אין מיינע פלאנקן
מכסא כבוד היתה עלי - פון די כסה הכבוד איז ער געווען צו מיר
וישת כל חי תחת רגלי - אין ער האט געלייגט אלע חיות אינטער מיינע פיס
ארים קול ולא אירא - איף קען אויפהייבן א קול אין איך האב נישט מורא
לי עצה וגבורה - צו א מענטש איז דא עצה וגבורה
אלי יצדיקני - אויב ד' טוט מיר בארעכטיגן
מי הוא ירשיעני - ווער קען מיך שלעכטס טון
אמרתי הקשיבו נכבדים - מיינע רייד טוט אויסהערן, ג'ערטע מענטשן
כי פשעו בני המעבדים - וועל ס'האבן זיך פארזינדיגט דע וואס ווערן געדינט
החיות עם עופות נצמדים - די חיות און עופות אינאיינעם באהאפטען
ועמהם הדגים נאחדים - אין מיט זיי זענען די פיש אויך געווארן איינס
וילכו אל מלך השדים - און זייי זענען געגאנגען צו די מלך פון די שידם
ויקרא לחכמיו - אין ער האט גערופן אלע זיינע חכמים
ויקבץ חרטמיו - און ער האט אנגעזאמלט אלע זיינע כישוף מאכערס
לעשות דין ביניהם - צי מאכן א דין צווישן זיי (די חיות)
ובין אדם אדוניהם - אין די מענטשן זייער הער
בן-אדם מה מאוד עצמה שאתו - די מענטש ווי ווייט האט זיך געשטארקט זיין דערהויבנקייט
ישתרר על אריה בחניתו - ער טוט באהערשטן אויף א לייב, מיט זיין שווערד
יך פרעש גם כנים בחמתו - ער טוט שלאגן א מורישקע, מיט א לייז, מיט זיי צארען
ונמלים ירמס בהליכתו - אין א מורישקע טוט ער צוטרעטן מיט זיין וואקן
כי על מי לא עברה רעתו! - וויל אויף וועמען איז דען נישט דורך זיין שלעכטס פינעם מענטש
יפרש בלט רשתו - שטילערהייט טוט ער אויסשפרייטן זיין נעץ (תבוא אליו בלוט הלילה)
ועוף יצוד במלכדתו - אין א פייגל טוט ער פאנגן, מיט זיין נעץ
ודגים לו נתנים - און די פיש זענען צו עם געגעבן
יקח אם על בנים - ער נעמט זיך אוועק די מאמע מיט אירע קינדער
נעה שור ויצעק: שמעו לי - נעמט זיך די אקס צו שרייען, הערט זיך צו, צו מיר
מה פשעי לאיש, או מה - וואס האב איך געזינדיגט צום מענטש
מעלי -
כי חנם הכביד מטות עלי - ווייל אימזינסט האט ער שווער געמאכט די שטעקענס פון מיין יאך
ויענה בחריש את רגלי - ער טוט פייניגן מיטן אקערן מיינע פיס
חטים אדוש אינם מאכלי - איך טו דרעשן דו תבואה, אבער איך קען עס נישט עסן
גם אמשוך העגלות - אויך טי איך טראגן די וועגעלעך
שהמה מסבלות - וואס זיי זענען פיל מיט לאסט
ממני מנעליו - פון מיך מאכט ער זיינע שיך
אני מדרך כף רגליו - איך בין דער זאך מיט וואס זיין פיס טרעט
דרש דרש השה השוטה - דרש'נט די לעמעלע דער נער
הושמתי כפר כל איש חוטא - מ'האט מיר געמאכט פאר א אויסלייזונג פאר יעדע מענטש (לקרבן)
אם לרעות מעל דרך אשמה - ווען מגיט צו פאשען, אויב טו איך אפנייגן פונעם וועג
יכני הרועה במטה - וועט מיך דער פאסטוך שלאגן מיט זיין שטעקן
סוף דבר להרג אנטה - דער סוף איז אז איך נייג מיך צום טויט
זה ישחט וזה יתלה - דער שעכט מיר, דער הענגט מיך אויף
זה יפשט וזה יצלה - דער שייט אף מיין הויט, און דער בראט מיך
זה ישמח בבשרי - דער פריידט זיך מיט פלייש
וזה ילבש את עורי - אין דער קליידט זיך אן מיט הויט
הן חרץ גם הכלב לשון - טוט זיך דער הינט אויך צובילען מיט זיין צונג
מי יתן יגרוף נחל קישון - ווער וועט געבן אז ס'זאל פארשווימען די נחל קישון
את חוה עם אדם הראשון - חוה מיט אדם הראשון
זרעם לילה אשמר מאישון - זיינע קינדער טו איך היטען, מער פון די שווארץ אפעל פונעם אויג
ואיננו מניח לי לישון - אין מלאזט מיך נישט שלאפן
וכמה שמעה אזני - אין וויפיל הערט מיינע אויערן
כי כלו מקללני -א גאנצער טאג טוט ער מיך שעלטן
ומאכלי כל קשות - אין איך עס נאר הארטע זאכן
העצמות היבשות - אויסגעטריקענטע ביינער
ויען הגבר המהלל - רופט זיך אן דער געלויבטער האן
אני הוא מלך על כל חי, בגלל - איך בין דער קעניג פון אלע בעל חי
כתר מלכות על ראשי כלל - ווייל דער אייבערשטער האט ארויפגעלייגט אויף מיר א קרוין
אלי , על כן בשמו אתהלל - ?
בחצות לילה אקום ואתפלל - ביי חצות פון ביינאכט שטיי איך אויף איך איך דאווען
וישנים אחזוני - אין די שעלעפעריגע מענטשן כאפען מיך אן
שחטוני אכלוני - און זיי שעכטן מיך אין עסן מיך אויף
הלא אב אחד לכלנו - אונז האבן דאך איין טאטע (מסיים המחבר)
הלא אל אחד בראנו - אין דער ד' האט מיך אויסגעוועלט
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

י) על רוע מזלו
גלגל ומזלות במעמדם - די גלגלים אין מזלת אין זייער מעמד
נטו במהלכתם למולדתי - האבען געבויגן זייער גראדקייט צו מיין געבארטס
לו יהיו נרות סחורתי - ווען איך זאל פארקויפן לעכט
לא יאסף שמש עדי מותי - וואלט דער זין נישט אינטערגעגאנגן
איגע להצליח ולא אוכל - איך פלאג זיך צו מצליח זיין אי איך קען נישט
כי עותוני כוכבי שמי - ווייל ס'האבן זיך פארקרומט די שטערנס פון הימעל
לו אהיה סוחר בתכריכין - ווען איך זאל ווען פארקויפן תכריכים
לא יגועון אישים בכל ימי - וואלט קיינער קיינמאל געשטראבן
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

י"ג) על הזבובים
למי אנוס לעזרה מחמסי? -
אשוע מפני שוד הזבובים -
אשר לא יתנו השב לרוחי – וואס זיי געבן נישט קיין צוריק קערינג פאר מיין גייסט
בכל כחם יעיקוני כאויבים - מיט זייער גאנצער כח טוען זיי מיך פייניגן אזוי ווי פיינט
ועל עיני ועפעפי ירוצון – אין זיי טוען לויפן אויף מיין אויגן אין אויגן ברעמען
באזני יאמרו שירי ענבים – אין מיינע אויערן טוען זינגען זייער מיסע געזאנגן
אדמה לאכל פתי לבדי – איך וועל עסן מיין ברויט אליינס
והם בו יאכלו בדמות ואבים – קומען זיי דארט עסן אזוי ווי די וועלף
ועוד ישתו בכוס ייני כאלו – און זיי טרינקען אין די כוס וויין, ווי גלייך איך האב זיי געריפן
קראתים כאהובים או קרובים – ווי גוטע פרייינד און קרובים
וכי אקרא למודעי לאכלה – און ווען איך ריף מיינע גיטע פריינד צו עסן
והנם יושבים ראש המסבים – זעצן זיי זיך אויבען אן
אקוה לסתו כי הוא יכלם - איך האף צום ווינטער ווייל ער וועט זיי פארלענדן
בקר רוח שלנים או רביבים - מיט די קעלט פון די גייסט פון שניי און דיקע טראפענס רעגן
ולולי זאת אני קץ מפניהם – ווען נישט דאס (די ווינטער) וואלט איך מיך פארעקעלט פון זיי
בכן אודה ליושב הכרובים - וועגם דען טו איך אייך דאנקן ד'
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

דא http://www.hebrewbooks.org/35192 קען מען downloan די ספר שירת ישראל מחבר איז משה בן יעקב אבן עזרא (ער האט מחבר געווען די פיוט וואס מזאגט יו״כ אויף די עשרה הרוגי מלכות
מקען downloadn אסאך פין די שירים אויף אידיש http://archive.org/details/nybc200772
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

הערליך!! יישר כח יעדן איינעם. וואו איז טאקע [tag]אוהב דעת[/tag] ? ער'ט שוין שוין א לאנגע צייט נישט געשריבן זעה איך.
אוהב דעת האט געשריבן:ט) ריב בין החיות והאדם

.....מי יתן יגרוף נחל קישון - ווער וועט געבן אז ס'זאל פארשווימען די נחל קישון
את חוה עם אדם הראשון - חוה מיט אדם הראשון
זרעם לילה אשמר מאישון - זיינע קינדער טו איך היטען, מער פון די שווארץ אפעל פונעם אויג
ואיננו מניח לי לישון - אין מלאזט מיך נישט שלאפן
וכמה שמעה אזני - אין וויפיל הערט מיינע אויערן
כי כלו מקללני -א גאנצער טאג טוט ער מיך שעלטן
ומאכלי כל קשות - אין איך עס נאר הארטע זאכן
העצמות היבשות - אויסגעטריקענטע ביינער
ויען הגבר המהלל - רופט זיך אן דער געלויבטער האן
אני הוא מלך על כל חי, בגלל - איך בין דער קעניג פון אלע בעל חי
כתר מלכות על ראשי כלל - ווייל דער אייבערשטער האט ארויפגעלייגט אויף מיר א קרוין
אלי , על כן בשמו אתהלל - ?
בחצות לילה אקום ואתפלל - ביי חצות פון ביינאכט שטיי איך אויף איך איך דאווען
וישנים אחזוני - אין די שעלעפעריגע מענטשן כאפען מיך אן
שחטוני אכלוני - און זיי שעכטן מיך אין עסן מיך אויף
הלא אב אחד לכלנו - אונז האבן דאך איין טאטע (מסיים המחבר)
הלא אל אחד בראנו - אין דער ד' האט מיך אויסגעוועלט

פארוואס קען עס נישט גיין מיט'ן נעקסטן שורה? ד.ה. דער תרנגול לויבט דעם באשעפער ווען ער שטייט אויף בקריאת הגבר - בשאו שערים ראשיכם וכו', ווען 'סאיז בחצות לילה אקום ואתפלל וכו'.
אדער אפשר מיינט ער דאס? הדוכיפת [שהיא תרנגול הבר/ההר] נקרא בערבית הדהד = על שם ה"אל" הדד. אפשר האט דער כינו צום אפגאט הדהד מיט די יארן געטוישט הבנה און אנגעהויבן באדייטן אונזער מאנאטאיסטישער גאט.
אינטערסאנט אבער וואס ס'שטייט פון אונטן אז דער אב"ע האט אפגעלאכט פון די קראים שזיהו הדיכופת מיט'ן תרנגולת בית וואס איז לכאורה אונזער שכווי/גבר

איך האב נישט פארשטאנען וואס ס'מיינט מי יתן יגרוף נחל קישון. קען איינער ערקלערן ביטע?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט