לילי טבת הארוכות (הכנה צו "זייגער רוקן")

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

לילי טבת הארוכות (הכנה צו "זייגער רוקן")

שליחה דורך שיטה מקובצת »

דעם קומענדיגן מוצאי שב"ק גייט מען ריקן דעם זייגער צו דעם ווינטערדיגן זייגער. דער ווינטערדיגער זייגער ווערט אנגערופן "סטענדארד טיים" = געהעריגע צייט. דער ווינטער זייגער איז טאקע די אריגינעלע זייגער, נאר דער זומער זייגער האט מען מחדש געווען כדי מוסף צו זיין מחושך לאור, אז די טעג זאלן זיין לענגער. למעשה איז היינט דער מצב אז רוב יאר גייט אן דער זומער זייגער, און נאר די פאר חדשים פון ווינטער געניסן מיר פון דעם "געהעריגן" זייגער.

גייענדיג צו דעם ווינטער זייגער מיינט אז די נעכט וועלן אנקומען מיט א שעה פרי, און דער צייט ווען מען איז געוואוינט אז ס'איז נאך ליכטיג וועט פלוצלונג איינגעהילט ווערן און א פרעסטיגן פינסטערניש. מיר ווייסן אז חז"ל הקדושים שרייבן גרויסע זאכן אויף די ווינטער נעכט, אזש גדולי ישראל האבן עס גערופן "די הייליגע ווינטער נעכט". די גמרא זאגט אין עירובין "לא איברי לילה אלא לגירסא", און ווי תוס' שרייבט דארטן גייט עס ארויף אויף די לילי טבת הארוכות - די לאנגע נעכט פון תקופת טבת.

רבינו רבי אביגדור מיללער זצוק"ל פלעגט נאכזאגן פון ספה"ק חובת הלבבות אז אויב א מענטש וואלט געבוירן געווארן ווי א גדול - און וואלט נישט געדארפט דורכגיין די פילע שטאפלען פון זיין א בעיבי, א קינד, א אינגעלע, א בחור'ל און ערשט דערנאך אן ערוואקסענער - וואלט ער גלייך אין זיין ערשטן טאג אויף די וועלט צושפרינגען געווארן פון גדלות הבורא. ער וואלט געזעהן די הערליכע ג-טליכע בריאה, און ס'וואלט זיך פון זיך אליין פון הארץ ארויסגעשריגן "מה גדלו מעשיך ה'!" אין זיין ערשטן טאג, זעענדיג די ימים ונהרות, את המאור הגדול לממשלת היום, ואת המאור הקטן לממשלת הלילה, די וואונדערליכע באשעפענישן וועלכע באוואוינען די וועלט, וואלט ער מיט זיין ערוואקסענעם שכל באלד אויסגעשריגן אצבע אלוקים היא! יש מנהיג לבירה - אזא וואונדערליכע באשאף ווערט געפירט דורך א בורא ומנהיג.

וואס א טאג ס'וואלט פארביי געגאנגען וואלט זיין איבערגענומענקייט מיט הקב"ה'ס בריאה נאר געוואקסן. ער וואלט פארשטאנען וואספארא ניסים עס געשעען אין זיין גוף, און ער וואלט נאר פארוואונדערט געווארן מער און מער ווי אזוי די וועלט פירט זיך אזוי פונקטליך, מיט אזא געוואלדיגן סדר.

אזא מענטש וואלט קיינמאל נישט געקענט טראכטן פון עפעס אנדערש חוץ קרבת אלוקים לי טוב, ער וואלט איבערגענומען געווארן מיט עבודת השם. ווייל פון זיין ערשטן טאג עלי אדמות האט ער שוין משיג געווען די טיפענישן פון אזא אומבאגרייפבארע בריאה, און דאס וואלט אים באגלייט יעדן רגע פון זיין לעבן.

דער אויבערשטער האט דאך אונז אבער אראפגעשיקט אויף די וועלט פאר א תכלית, און זיך מתקן צו זיין, און לתקן עולם במלכות ש-די, מוזן מיר האבן א בחירה, און דערפאר איז מה עומק חכמתו יתברך אונז צו באשאפן לכתחילה ווי קליינע אומבאהאלפענע בעיביס, אן קיין טראפ שכל. ווען אונזערע אויגעלעך עפענען זיך אויף ווי א פיצל קינד האבן מיר נאכנישט גענוג שכל צו פארשטיין אז די חכמה און סדר פון די וועלט ווייזט עפעס און פארלאנגט עפעס. מיר וואקסן אויף זייער שטייטעלעך און צוביסלעך. אונזער אנערקענונג צו פארשטיין די ג-טליכע בריאה ווערט פארלוירן אין די קינדערישע יארן ווען מיר נעמען אלעס פאר 'גרענטעד', און זענען נישט משיג גדלות הבורא. אזוי, אז ענדליך ווען מיר דערגרייכן שוין צוביסלעך צו ווערן ערוואקסענע, ווען מיר וואלטן שוין געקענט נאטורליך פארשטיין און פשוט "זעהן" דעם אפענעם טאג טעגליכן יד ה', ווערט דאס פארוואסערט אין די אלע קינדערישע יארן ווען מ'האט עס נישט משיג געוועהן, און מיר פארמאגן א אמת'ע בחירה צו ארבעטן אויף אונזער אמונה, און שווער זיך מתעמל זיין אויף דעם שויתי השם לנגדי תמיד.

די גרויסקייט פון די לילי טבת הארוכות איז געוואלדיג. ווי גערעדט איז דאס א ספעציעלע בריאה (לא 'איברי' וכו') וואס דער אייבערשטער האט באשאפן אויף שטייגן און וואקסן. דאס איז א מתנה וואס השי"ת האט אונז געגעבן אויסצונוצן די טונקעלע נעכט ווען מ'דרייט זיך נישט אין די גאסן, אויפצוטוהן פאר תורה און אידישקייט, און מתקן זיין חטאים ווי פילע ספרים הק' שרייבן. נאר דא עקא, פונקט ווי א קינד באמערקט נישט ווי ער ווערט א ערוואקסענער, וויל עס געשעהט 'גרעדועל' - צוביסלעך, אזוי איז אויך שווער צו כאפן אז אט האבן זיך די הייליגע נעכט אנגעהויבן וויבאלד די נאטור ארבייט אז די נאכט ווערט פריער און פריער זייער צוביסלעך, און ווי וואס ווען געפינט מען זיך שוין טיף אין די ווינטער נעכט אן כאפן אז עס האט זיך שוין אנגעפאנגען, און אן אויסנוצן דעם אנפאנג פון די ווינטער נעכט אויף מקבל זיין אויף זיך קבלות טובות אויף אויסנוצן די צייט צו שטייגן.

האב איך געקלערט בדרך אפשר, אז אין אונזער דור השפל, ווען אין לנו לא כהן ונביא, ואין איש שם על לב, האט דער רבוש"ע אונז געשאנקען דעם מושג פון רוקן דעם זייגער, און אז פלוצלונג זאל אונז שלאגן אין פנים אז, אה! די לילי טבת הארוכות האבן זיך אנגעפאנגען. מיר האבן די זכי' אז מיר פאלן נישט אריין צוביסלעך אין די לילי טבת אן כאפן אז מיר זענען שוין דערין, נאר מיר זעען קלאר דעם אנפאנג - פון איין טאג אויפן צווייטן ווערט פרי טונקל, און מיר ווייסן אז מיר זענען דא.

דאס איז א בחינה ווי געבוירן ווערן ווי א ערוואקסענער, ווי א גדול, אז מיר קענען זעהן ווי מיר האלטן, און עס ווערט נישט פארוואסערט פון א צוביסלעכדיגע פראצעס. נאר די לילי טבת קלאפן אויפן טיר און מעלדן אונז "מיר זענען דא!". לאמיר אלזא נעמען אויף זיך די טעג, און לאמיר מוסף זיין מחול אל הקודש, ס'זאל זיין לילה כיום יאיר, די לאנגע ווינטער נעכט זאלן שיינען מיט'ן אור התורה, מיט עמלות אין אידישקייט, אין אמונה, אין עוסק זיין אין זיך דערנענטערן צו השי"ת איש איש לפום דרגא דיליה, און דאס וועט אוודאי צוהעלפן אז מיר וועלן נאך בעזהשי"ת דעם קומענדיגן פסח פראווענען אין ירושלים עיה"ק, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, בב"א.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר