בלאט 1 פון 2

אומפארשווינדענע ניקס, וואו זענט עטץ?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 1:07 am
דורך משה געציל
איך האב א בליק געטאן אין די באנוצער ליסטע (איך מעג דאך קענען מיינע חברים ביים ערשטן נאמען...), און עס האט זיך מיר אנטפלעקט א וועלט פון ניקים מניקים שונים וואס איך האב נאכקיינמאל נישט באגעגענט דא. אנפאנגענדיג צו ציילן בין איך אנטוישט געווארן. מיר האבן דא א ס״ה פון 588 באנוצער כ״י. א ערך פון 175 האט מען נאך קיין פיפס נישט געהערט פון זיי. נאך ארום 150 האבן זיך ניטאמאל דערקראצט ביז א מנין הודעות און באמבס, דאס איז עס, מען הערט נישט פון זיי ווי גרויס דער יאר איז (און רוב דערפין זענען נישט קיין נייע באנוצער).

וואס איז פשט פון דעם? עס איז ממש בבחינת פרוץ מרובה על העומד. אז מען האט גענומען דאס מי און געשפירט פאר וויכטיג צו עפענען א ניק איז פשט אז מען האלט דאך ביים זיין א מיטגליד. צו זיין א מיטגליד סתם להלכה ולא למעשה?! לויט וויפיל איך ווייס איז קאווע שטיבל נישט קיין פעדעראלע ארגענעזאציע... עם איי מיסינג סאמטינג???

שעמט אייך נישט ברידער! שפירט אייך היימיש מאכט אייך א קאווע, מאכטס א ברכה, נעמט אייך טרינקן און זעט עס זאל זיך גיסען פון אייער קאווע אין אלע זייטן פונעם שטיבל...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 9:20 am
דורך ידען
סע דא ניקס וואס מע האט געמאכט נאר צו גרייט ווי רעזערוו אזוי ווי די נעשענעל גארד, ווען מע וועט שרייבען עפעס קעגען זיין רבי, וועלען זיי זיין רעדי טו פייט...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 10:09 am
דורך שמעקעדיג
ידען האט געשריבן:סע דא ניקס וואס מע האט געמאכט נאר צו גרייט ווי רעזערוו אזוי ווי די נעשענעל גארד, ווען מע וועט שרייבען עפעס קעגען זיין רבי, וועלען זיי זיין רעדי טו פייט...

:lol: :lol: :lol:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 10:24 am
דורך שעפטל
געוויסע ניקס (ווי איך זעה עס) ווערן געעפענט ביי א געוויסע פרשה און שלאפן איין נאכדעם - א דער עפענען א פרישע ביי א נעקסטע דעבאטע (גיי ווייס פארוואס)

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 10:45 am
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:סע דא ניקס וואס מע האט געמאכט נאר צו גרייט ווי רעזערוו אזוי ווי די נעשענעל גארד, ווען מע וועט שרייבען עפעס קעגען זיין רבי, וועלען זיי זיין רעדי טו פייט...

אפשר איז דא א פאר ניקס (איך מיין דא נישט דעם באסקעט באלל טיעם) וואס זענען דאפלטע און דער געוויסער מעמבער האט נאך א ניק וואס איז אקטויוו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:21 am
דורך איך זאג דיר
משה געציל האט געשריבן:איך האב א בליק געטאן אין די באנוצער ליסטע (איך מעג דאך קענען מיינע חברים ביים ערשטן נאמען...), און עס האט זיך מיר אנטפלעקט א וועלט פון ניקים מניקים שונים וואס איך האב נאכקיינמאל נישט באגעגענט דא. אנפאנגענדיג צו ציילן בין איך אנטוישט געווארן. מיר האבן דא א ס״ה פון 588 באנוצער כ״י. א ערך פון 175 האט מען נאך קיין פיפס נישט געהערט פון זיי. נאך ארום 150 האבן זיך ניטאמאל דערקראצט ביז א מנין הודעות און באמבס, דאס איז עס, מען הערט נישט פון זיי ווי גרויס דער יאר איז (און רוב דערפין זענען נישט קיין נייע באנוצער).

וואס איז פשט פון דעם? עס איז ממש בבחינת פרוץ מרובה על העומד. אז מען האט גענומען דאס מי און געשפירט פאר וויכטיג צו עפענען א ניק איז פשט אז מען האלט דאך ביים זיין א מיטגליד. צו זיין א מיטגליד סתם להלכה ולא למעשה?! לויט וויפיל איך ווייס איז קאווע שטיבל נישט קיין פעדעראלע ארגענעזאציע... עם איי מיסינג סאמטינג???

שעמט אייך נישט ברידער! שפירט אייך היימיש מאכט אייך א קאווע, מאכטס א ברכה, נעמט אייך טרינקן און זעט עס זאל זיך גיסען פון אייער קאווע אין אלע זייטן פונעם שטיבל...

עס קען זיין עטליכע טעמים פארוואס מ'הערט נישט פון די דאזיגע ניקים ווי גרויס דאס יאר איז, 1) זיי האבען א דזשאב. 2) זיי האבען בעסערע דאגות. 3) זיי האבען סתם אזוי נישט קיין געדולד. 4) נאר געוויסע אישוס אינטרעסירט זיי. 5) זיי האבען געטראפן א אנדער פלאץ ווי זיך אויסצוגעבן די בויך ווייטאג.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:36 am
דורך איך זאג דיר
און ס'קען זיין נאך א טעם ווייל מ'האט נאך דערווייל נישט געשריבען עפעס א קרום ווארט אויף זייער רבי'ן אדער פארטיי, וואס אויב דערוואגט זיך איינער צו שרייבן א קרום ווארט דעמאלטס ווערן זיי ווילד און די אדרענעלין נעמט זיך ארבעטן אויפן העכסטן גראד און זיי נעמען אפיר די ידים און נעמען זיך שרייבן און שיטן פערל ווערטער אז ס'גייט א רויעך און א רחמנות איז ווער ס'קומט זיי דעמאלטס אונטער די הענט, ה' ישמרינו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:39 am
דורך משה רוקח
ס'איז אויך דא וואס האבן אויפגעמאכט צוואנציג ניקים אין די וואכן נאכדעם וואס קאווע שטיבל האט זיך אויפגעמאכט כדי צו ווייזן פאר אייוועלט ווי שנעל קאווע שטיבל וואקסט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:32 pm
דורך שמעקעדיג
משה רוקח האט געשריבן:ס'איז אויך דא וואס האבן אויפגעמאכט צוואנציג ניקים אין די וואכן נאכדעם וואס קאווע שטיבל האט זיך אויפגעמאכט כדי צו ווייזן פאר אייוועלט ווי שנעל קאווע שטיבל וואקסט.

מהיכי תיתי? מבשרי אחזה?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:ס'איז אויך דא וואס האבן אויפגעמאכט צוואנציג ניקים אין די וואכן נאכדעם וואס קאווע שטיבל האט זיך אויפגעמאכט כדי צו ווייזן פאר אייוועלט ווי שנעל קאווע שטיבל וואקסט.

מהיכי תיתי? מבשרי אחזה?


השתא דאתית להכי דחיישינן לריבוי ניקים, דילמא שמעקעדיג ומשה רוקח חד הוא?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 5:36 pm
דורך טאמבל סאס
גאגענגען חברה, לאמיר אנהייבן אויספראקן אומבאנוצטע ניק'ס.
נאר א נקודה למחשבה. כ'מיין נישט למעשה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 7:14 pm
דורך שמעקעדיג
אויב איינער פרעגט מיר?
איך האלט אז זר זהב און "זאריטש" (ציריך, zurich) זענען די זעלבע.
והא ראי', ער וואוינט דאך דארט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 7:59 pm
דורך איך אויך
טאמבל סאס האט געשריבן:גאגענגען חברה, לאמיר אנהייבן אויספראקן

טאמבל סאס האט געשריבן: והראתי לו אחורי

סאמטינג איז גואינג און היר?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:45 pm
דורך דולה ומשקה
אסאך פין די סארט ניקס זענען א "צווייטע ניק", אבער קיינמאהל נישט אנגעקומען זיך צו באדיצען דערמיט, דעם אנדערן טאג האבען זיי פשוט פארגעסן דעים פעסווארד.

לאידך ווער איז דער ניק דארט וואס ווייסט פשוט נישט ווען אויפצוהערען?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:13 pm
דורך יין שרף
כ'מיין כ'וועל מוזן שרייבן אקעגן אלע רבנים, עסקנים, און כלל טוהער צו אויפוועקן אלע ניקס... :lol:

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב איינער פרעגט מיר?
איך האלט אז זר זהב און "זאריטש" (ציריך, zurich) זענען די זעלבע.
והא ראי', ער וואוינט דאך דארט.

איי גאט ניוס פאור יו. ער (זר זהב שליט"א) וואוינט אראונד די קארנער פון דיר, און ער דאוונט אין ראדני. (כ'רעד נישט פון שחרית. כמעט קיינמאל נישט פאר אינדערפרי( 11:30

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:12 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, אזעלכע ברעיקינג ניוז האב איך שוין נישט געהערט זייט די אטאם באמבעס.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:18 pm
דורך פרישער
סיז דא פיל ניקים וניקות וואס זענען נאר דא צי נהנה זיין מיגיע כאפיינו, אבער א פריקען לייק זענען זיי נישט דא צו מנדב זיין, אז דו וואס שרייבען זאלען ערווארבען א חשק אנציגיין מיט דו עבודת הקאקאש

מיר ברויכען וועין אלעס אריין טראגען אין אחורי, אויב מען לייקט מען אסאך וועט מען געבן דו אחורי שליסלען.

אדער אויב לייקט מען דא דארט זאל מען נישט קענען זעין קיין תגובות כלל וכלל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:24 pm
דורך שמעקעדיג
מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט פון קאווע טרינקערס סעקרעטאר'שעס.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 10:06 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעצטנס האמיר דא א נייער טערמין, אזעלכע פארשלאפענע ניקים, מ'קען זיי נישט רופן פארשוואונדן, אבער זענען איינגעכומערט און פארוועלקט, פארעלטערט, פויל און הויערדיג, מיט א מידן געניץ אויפ'ן געזיכט.

בראש וראשון איז ידידינו רבי מאראנצן, זיינע משפיעים זאפאסן זענען פוסט און לער, מצליח קויפט ער שוין נישט, און זיינע אנדערע נייע אשכולות לאזט ער זיצן אין דרעפט פאר טעמים וואס נאר זר ווייסט.
וועיק אפ מען, אז דו וועסט נישט טון דיין ארבעט וועט עס קיינער נישט טון פאר דיר, וויאזוי שטייט נאר אין פסוק, במקום שאין איש השכם להרגך.
נאכדעם האמיר מורינו ר' יידל, ער איז געהעריג אויף סטרייק, כפשוטו, פאפט (מיט אן אל"ף) אריין דא און דארט, שטעקט אריין זיין נאז זיכער צו מאכן אז ער האט נישט פארפאסט עפעס מעיזשאר, און אז איך שיק אים אן אישי אז מ'זעט אים נישט אין מאחורי, ענטפערט ער מיר אז אויך נישט אין מלפני. אויך מיר א תירוץ, און פארוואס? ווייל ער האט נישט קיין צייט. זאג נאר דיין טאג איז קורצער געווארן?!! דיין זייגער אנטהאלט ווייניגער ווי 24 שעה אין טאג? וואס זאסטו מיר דו האסט נישט קיין צייט.
די מעשה מיט יאנקל איז אביסל קאמפליצירט, ווייל ער פירט דא אן א גימיק, ווען כהאב שוין געוואלט שרייען כאפצעם, האט ער אפגעשריבן עפעס וועגן שם חם יפת, אזוי בלויז צו צעמישן דעם שטן.
נע נע נע, העסטו דיך ארויפשארצן דערם ארבל ווי אין פרידנס צייטן הרי טוב, און אז נישט? שוין אל תפתח פה לשטן.

ווייטער ווען דאס וואלט געשריבן געווארן נעכטן בעפאר דעם א.ט.ד סומאטוכע וואלט איך דא אויך אריינגעשטעלט מרן לעיקוואד, ער קומט זיך דא אן באישון לילה, גיט א האג פאר קינות, און פעפער פאר א פאר פערדן וויידלעך, שיקט ארויס אן ענטפער פאר אלע אישית וואס לויפט שוין אן דיפאלט בערך אזוי: נישט, אפשר יא, וואס א נק"מ, איך האב גארנישט געמיינט, איך געדענק נישט, און נאכדעם ווארפט ער צו עטליכע ;) ;) ;) ;) און יוצא געווען.
מילא אזאנס ווי שפינאזא דאס איז שוין הקשית לשאול, אבער מעגן מיר הערן פון אייך נאר ווען דו האסט א פראבלעם מיט ווינדאוס 8 אדער איינער זאגט די מעזשיק ווארט *.*.*. נאט פעיר!
קופערניקעס האב איך באמת הארט פילינגס, פון איין זייט דערפרייעט מיר דאס הארץ פון זיין הרבצת התורה אלס געטרייער מגיד שיעור, ער האט צייט ממש נאר בין הזמנים, אביסל שוין איך אים אז דער סיזן הייבט זיך שוין אן, מ'דארף שוין אנהויבן פיצן די וועלגערלעך, שניידן פאפנדעקל פאפיר, אראפפארן קלויבן ווייץ מיט'ן דיין, נעמען א בריוו פון יצחק לעבאוויטש, ער האטעך א העקטיק סדר היום, אבער הכל לפי המבייש והמתבייש, ווען ער זאל ווען וויסן וואס ער מיינט קאווע שטיבל וואלט ער נישט געמאכט אזוי פילטה יעדן נעכטן און מארגן.

אבער לא אלמן ישראל, איך דארף אייך נישט זאגן אז מיר האב ב"ה ניקים וואס זענען אייביג אויסגעשלאפן, אויסגעפיצט און אויסגעביגלט, ויומם ולילה לא ישבותו, מיט גיטן מיט בייזן, מיט א פינקע טאפ אדער אן א פינקע טאפ פון זהב ביז כסף, און מ'עט אפילו נוצן זרש'ן פאר א נויט, דער עיקר ס'זאל זיין שמעקעדיג און זויבער ס'זאל גיין א ריח ניחוח לה', אז ווען יואב פיקט אריין אויב איינער וויל בארגן זיין סעלפאן אדער טאמבל אישית זיך מיט פריינט, מאראנצן נעמט נזיפה פונעם רבי'ן, אדער משה געציל מאכט אנדא, מאטי פאקט אויס די באקסעס, ער ענדיגט קאכן, זאלן זיך די אשכולות האבן גערירט, און טעפל'ס טעגליכע נייעס זאל נישט ערשינען אויבן ביי די אקטיווע אשכולות.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 10:08 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט פון קאווע טרינקערס סעקרעטאר'שעס.

זייט אין בין צו עקטיוו אין שטיבל, איז מיין ביזנעס אין דער ערד, איך קען נישט אויפהאלטן סעקראטארן.. אבער כ'בין נישט מסיח דעת פון זיי, זארג נישט.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 10:22 pm
דורך שמעקעדיג
@מאראנצן, וואהו, דאס איז שארף!
און סתם פאר דיין אינפארמאציע, רוב מאל ווען איך שרייב דא בינעך מיד, נישט אויסגעשלאפן.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 10:30 pm
דורך דולה ומשקה
קאווע טרינקער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט פון קאווע טרינקערס סעקרעטאר'שעס.

זייט אין בין צו עקטיוו אין שטיבל, איז מיין ביזנעס אין דער ערד, איך קען נישט אויפהאלטן סעקראטארן.. אבער כ'בין נישט מסיח דעת פון זיי, זארג נישט.


אין אויך דעם איין איינציגען סעקרעטאר וואס ער האט יא איבערגעלאזט פאר זיך האט ער איהר צושמירט איהר געזיכט...