בלאט 1 פון 2

ניו יארק סיטי מאראטאן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 10:51 am
דורך שעפטל
קומענדיגע זינטאג קומט פאר די יערליכע ניו יארק סיטי מאראטאן.
דא איז ווי מ'לויפט אלס
NYC Marathon Route.jpg
NYC Marathon Route.jpg (27.54 KiB) געזען געווארן 3222 מאל

חוץ די קריטיק וואס לאקאלע איינוואוינער האבן אסאך מאל דערויף א יעדעס יאר - פאלאזירונג די גאסן יערליך איז צוגעקומען היי יאר א פרישע שטורעם דערצו
די שטאט איז אין כאאס, הונדערטע טויזענטער איינוואוינער אן קיין לעקטער, די הילף פון די סטעיט אדער פעדעראלע גאווערמענט קומט נישט אן אין ערגעץ אין די שטארק עפעקטירטע פלעצער, אבער דער מעיאר קוקט עס אן אנדערשט!
דער מעיאר בלומבערג האט געמאלדן אז טראץ אלע פראבלעמען וועלן די לויפערס ווייטער לויפן.

ערגער פון אלעם איז אז צוויי מעכטיגע דזשענערעיטארס ארבייטן יעצט אין סענטראל פארק פאר די מידיע טענט-שאטער פארן זינטיגע געלויף. און א דריטע איז דארט פאר בעקאפ אין קעיס איינס גייט שלאפן.

די דזשענעראטן וואלטן געווען גוט אז אריבער 400 הייזער וואלטן געהאט לעקטער קראפט און וואלט ווען רואיג געקענט געניצט ווערן אין סטעטען איילענד צו דאונטאון מאנהעעטן, צו אין די ראקעוועיס.

מער ווי דעם, היינט צופרי זענען 11 דזשענערעיטארס געווען אינדרויסן די פארק. און א טראק האט אראפגעלייגט אפאר הונדערט קעיסעס פון וואסער וואס וואלט ווען געווען א ישועה אז מ'קען עס שיקן פאר מענטשן וואס ברויכן עס עכט!
Marathon.jpg
Marathon.jpg (64.88 KiB) געזען געווארן 3222 מאל

פון די אנדערע זייט שרייען געוויסע, אז דער מאראטאן ברענגט אריבער 300 מיליאן דאללער פאר די סיטי, און יעצט איז א צייט וואס די סיטי דארף עס גאר שטארק

אזוי צו אזוי, די אידן אין וויליאמסבורג וועלן אי"ה מסתמה באלד זעהן די יערליכע רויטע צעטלעך אז מ'טאר נישט ארויסקוקען און זעכער זיך נישט אפשטעלן וועלן די ערלים לויפן אריבער..

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:38 am
דורך זר זהב
יענע צייטן זענען די גוים געגאנגען אנגעטון מער צניעותדיג ווי אין געוויסע אידישע געגענטן היינט צוטאגס...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:41 am
דורך שעפטל
זר זהב האט געשריבן:יענע צייטן זענען די גוים געגאנגען אנגעטון מער צניעותדיג ווי געוויסע אידן היינט צוטאגס...

קען גאר זיין האסט דאס געמיינט... נארנישט געוואלט מקטרג זיין...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:41 am
דורך גאלד
די ניו יארקע מאסן זענען זייער אויפגעברויזט איבער די באשלוס צו לאזן אנגיין די מאראטאן,
ס'דא א באוועגונג צו לויפן די פארקערטע ריכטונג אלס פראטעסט,
אזא בחינה פון אנו רצים והם רצים
מ'העט מודיע זיין ווי די פארקערטע לויפער גייען זיך מאחד זיין,

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 12:14 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט באקומען פון משב"ק די הודעה:
ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לקראת המעראטען השנתי
חכמה בגוים תאמין.
ס'איז א גוטע זאך, ס'איז כדאי.
השי"ת זאל העלפען בזכות אבותי, רפואות און ישועות פאר אלע וואס טוהען אין דעם.
הצלחה

עד כאן לשונו

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
א שטארקע עדיטאריעל פון VIN
http://www.vosizneias.com/116403/2012/1 ... his-spots/

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:02 pm
דורך שטערן
BREAKING: According to NYPD source, NYC Marathon is canceled; in order to focus resources on #Sandy cleanup. was set to take place Sunday.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:04 pm
דורך זר זהב
שטערן האט געשריבן:BREAKING: According to NYPD source, NYC Marathon is canceled; in order to focus resources on #Sandy cleanup. was set to take place Sunday.

WOW אמת? כ'האב געהאט א פילינג אז בלומבערג וועט זיך דערשרעקן פון די פרעסע.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
שטערן האט געשריבן:BREAKING: According to NYPD source, NYC Marathon is canceled; in order to focus resources on #Sandy cleanup. was set to take place Sunday.

אה , געשמאק!! געשמאק אז דער דל גאה האט זיך געבראכן
מסתמא אדאנק מיין שארפע ארטיקעל.....

זיין פאלשער סטעיטמענט... ס'פאסט אים נישט!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:38 pm
דורך זר זהב
"The marathon has always brought our city together and inspired us with stories of courage and determination," Bloomberg said in a statement. "We would not want a cloud to hang over the race or its participants, so we have decided to cancel it."

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:07 am
דורך שמעקעדיג
א נקמה! א נצחון!
זאל דער אויבערשטער העלפן אויף ווייטער אויך, כאשר החילות לנפול לפניו, זאל ער האבן א מפלה שלימה בקרוב.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:40 am
דורך smart
יאנקל האט געשריבן:דער אשכול איז דאך איבער דעם מאראטאן בכלליות, איז דא איז א בילד פון דעם ניו-יארקער מאראטאן פון די צייטן ווען מ'איז ליידער נאך נישט געווען אזוי הייליג, און מ'האט נאך געמעקט קוקן ר"ל:

וועלכע יאר איז דאס בילד? און אויב קען איינער באמערקן וועלכע גאס דאס איז?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:59 am
דורך גוטזאגער
smart האט געשריבן:וועלכע יאר איז דאס בילד? און אויב קען איינער באמערקן וועלכע גאס דאס איז?


די גאס איז בעדפארד קאר. ראדני, און איך בין נייגעריג צו די הנחה אז זייט ניינטין סיקסטי איז נישט געווארען געטוישט די לבוש קען זיין ריכטיג?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 12:44 pm
דורך קליגער איד
א נקמה און דעם בלובערגען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:37 pm
דורך נס קאווע
א נקמה וואלט געווען אויב ער לאזט יא די מאראטאן און די נאכפאלגן, נאר בעסער אזוי זאל נישט שאטן פאר קיין שום יודיש קינד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:12 pm
דורך כ׳בין פריי
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס דער מנהג פון די מערעטאן איז אז מען האט דאס געוואלט דורכפירן מיט אזא געוואלדיגער מסירות נפש?
וואסידאס?
אידען דא אגעווינער?
אויב יא וואס באקומט מען?
וואסי פשט פון די מנהג?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:55 pm
דורך דעינעש
עס איז דא א געווינער (אפשר דער ווער עס הייבט אן דאס געלויף מיט יעדן, און נאכער כאפט ער א לופט מיט א קאר ביז אפאר בלאק פאר די דעסטינאציע און שטעלט זיך ווייטער אין געלויף מיט אלע צוגלייך, ווי גארנישט וואלט געווען), יא. און מען באקומט עפעס ..וואסער..
און אויך דער ערשטער אנגעקומענער באקומט עפעס טאשן געלט. כ'מיין לויט וויפיל זיינע קליינע טאשן נעמען אויפן פלאץ אריין.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:06 pm
דורך חד גדיא
מארגן ביים מאראטאן וועט מען יוצא זיין פאר פאריאר אויך. עס גייט זיין אונטער גאר שטארקע סעקיוריטי אין ליכט פון באסטאן טראגעדיע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 12:07 am
דורך ודי למבין
איך דארף אריין פארן מארגן צופרי אין שטאט (פון אפסטעיט). וועלכע ראודס\ברידזשעס\טאנעלס ברויך איך אויסמיידן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 11:56 am
דורך [NAMELESS]
יעקב משה טייטעלבוים באוואכט די מערעטאן לויפער'ס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:55 pm
דורך נאה דורש
ווער איז דאס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
די עלצטע פרוי וואס איז געלאפן זונטיג אין די מערעטאן איז היינט געשטארבען
http://www.vosizneias.com/145650/2013/1 ... at-age-86/

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:43 am
דורך [NAMELESS]
מ'לויפט!!