בלאט 1 פון 2

א פרישע שטורעם אויפן האריזאנט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:28 pm
דורך שרייבער
ס'וואונדערט מיר אז ס'איז נישטא קיין אשכול, אבער עפעס שמועסט מען אז עפעס פריש קומט די קומענדיגע מיטוואך, ווייסט איינער עפעס מער?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:32 pm
דורך כ׳בין פריי
פ״וו עפענען א פרישן אשכול ?
לייג דאס ביי די רומער אשכול אדער ביי איינס פון די אנדערע האריקעין אשכולות

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:38 pm
דורך שמעקעדיג
ס'וואונדערט מיר אויך. כ'האב אויך געהערט.
אבער ווען איך טשעק די וועטער זעה איך נישט גארנישט, חוץ גאר קאלטע נעכט מיט א מעגליכע "פראזען מיקס" פאר מיטוואך/דאנערשטאג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:40 pm
דורך sunbar
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'וואונדערט מיר אויך. כ'האב אויך געהערט.
אבער ווען איך טשעק די וועטער זעה איך נישט גארנישט, חוץ גאר קאלטע נעכט מיט א מעגליכע "פראזען מיקס" פאר מיטוואך/דאנערשטאג.


די רעגן-שניי וועט זיין באגלייט מיט שטארקע ווינטן, אבער עס גייט נישט זיין איבער ניו יארק סיטי אזויווי אין ניו דזשערזי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:59 pm
דורך יידל
http://www.examiner.com/article/salt-th ... d-by-sandy

זיי שרייבן עפעס אז די פלעצער וועלכע זענען שוין יעצט סיי ווי פארפלייצט וועלן נאך מער ליידן ווי געווענליך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:10 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:18 pm
דורך פאנדיט
איך האב געהערט דא אז מ'רעדט פון 35 מייל ווינטן מיטוואך און רעגן, און אויך עפעס שניי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:52 pm
דורך שמואל הלוי
וואס האריקעין ווען האריקעין? ס'קומט נאך א שטורעם מיט ווינטן, אבער נישט קיין האריקעין.

נישט יעדע שטורעם מיט ווינטן איז א האריקעין...

---

לענינינו ס'גייט זיין א נאראיסטער שטורעם (אזוי רופט זיך די סארט שטורעמס וואס ווערן פארמירט ביים צפון מזרח קאוסט), און די ווינטן קענען גרייכן אין ערטער נאנט צום וואסער ביי ארום 50 מייל א שעה אדער מער, און ס'קען ברענגען פרישע הויכע כוואליעס אין די ערטער נאנט צום ים, און אזוי אויך קען עס ווידעראמאל אויסשאלטערן די לעקטער קראפט אין טייל געגענטער.

אבער אין וויליאמסבורג בארא פארק וועט זיין סתם א רעגן מיט א ווינט, און קען אפילו אפשר אראפווארפן נאך אביסל ביימער, אבער נישט מער ווי דאס... מ'קען זיין גאנץ רואיג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:53 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס וועט זיין מיט קרית יואל?
אונז קעמיר נישט עפפארדן דיר צו פארלירן אויף נאך אפאר טאג. גענוג איז גענוג!...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 12:01 pm
דורך קליגער איד
וואס איז מיט א נאמען ווען באקומט די שטורעם א נאמען ??

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:01 pm
דורך קפנדריא
דערווייל קריגן זיך נאך די שוויגער מיט'ן שנור אויף וואסערע נאמען מ'זאל געבן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:06 pm
דורך קליגער איד
דעמאלטס איז בעסער אז מען מישט זיך נישט אריין

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 4:17 pm
דורך שמואל הלוי
קליגער איד האט געשריבן:וואס איז מיט א נאמען ווען באקומט די שטורעם א נאמען ??

נאר טראפישע שטורעמס באקומען נעמען, דאס גייט זיין א ווינטער טייפ רעגן שטורעם, אבער פיל שטערקער ווי דורכשניטליך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 5:44 pm
דורך קלאר
[left]https://twitter.com/BrooklynWeather

National Weather Service in NYC: A 'High Wind Watch' and a 'Coastal Flood Watch' -- the same advisories used for #Sandy -- have just been
Issued For Wednesday night into Thursday. Snow in some areas possible. The good part: much warmer weekend is ahead, 55-60F.[/left]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 7:41 pm
דורך קפנדריא
וואס דארף מען צוגרייטן? גענעראטארס? זעק מיט זאמד? פלעשלייטס, הויכע שטיוול, שירעמס, שאוולעך? ביטע געבן עדווייז.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 7:58 pm
דורך משה רוקח
געזאלין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 11:17 am
דורך מ גפני
אין אפסטעיט: שאוולעך, זאלץ און איינטוישן די רעדער אויף די ווינטערדיגע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 11:36 am
דורך קליגער איד
אפדעט: עס גייט נישט זיין אזוי געפערליך ווי זיי האבן געמיינט פון אנפאנג. עס גייט זייין ווינטן פון בערך 50 מייל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 11:44 am
דורך פרענטש וואנילע
קליגער איד האט געשריבן:אפדעט: עס גייט נישט זיין אזוי געפערליך ווי זיי האבן געמיינט פון אנפאנג. עס גייט זייין ווינטן פון בערך 50 מייל

דאס איז "בלויז "בערך די ספיד וואס די קארס פארען אויפן בי קיא אי פון ווימס"ב קיין ב"פ...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:18 pm
דורך שמואל הלוי
מ גפני האט געשריבן:אין אפסטעיט: שאוולעך, זאלץ און איינטוישן די רעדער אויף די ווינטערדיגע

נישט געפערליך, אפשר א עטליכע אינטשעס נאסע שניי, אבער נישט מער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:08 pm
דורך ווייס ווי שניי
שמואל הלוי האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:אין אפסטעיט: שאוולעך, זאלץ און איינטוישן די רעדער אויף די ווינטערדיגע

נישט געפערליך, אפשר א עטליכע אינטשעס נאסע שניי, אבער נישט מער.

זיי זאגען פון 3 ביז 6 אינטשעס שניי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:09 pm
דורך שמואל הלוי
נו פון 3 ביז 6 איז ביי מיר עטליכע אינטשעס.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 10:34 am
דורך שמואל הלוי
בילדער פון די ערשטע שניי אין די טריי סטעיט געגנט.

בילד