בלאט 1 פון 2

מב"ד בעט הילף פאר סיגעיט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:22 am
דורך ידען
סיגעיט איז אמאל געווען א שיינע שטאט, און איז ממש חרוב געווארען יעצט פון האריקעין סענדי.

מרדכי בן דוד פירט ענק ארום אין די צושאסענע גאסן און ווייזט די גראונד זירא, און בעט הילף.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=l4xTKScn5aQ[/youtube]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:33 am
דורך ידען
פארוואס מאך איך א עקסטערע אשכול?

1 סעלעבריטיס גייען יעצט ארויס קומען אין גרויסען.

2 סיגעט מעג האבען א עקסטערע אשכול

3 מרדכי דערציילט די מופת אז די וואסער איז נישט אנגעקומען העכער די בילדער פון די רביס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:18 am
דורך זר זהב
פארוואס האט ער נישט געלייגט די בילדער ביים בארטן פון ים? וואלט גאנץ סיגוט אפגעשוינט געווארן

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:23 am
דורך איחוד פעלד
שטעל זיך פאר דער בילד פין ר' שעיאלע קערעסטירער העלפט אויך נאר אז די מייז זאלען קומען ביזען בילד....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:05 am
דורך פיקציע
וועלכע רבי זעט מען אויף די בילד וועלכע איז יא געפאלן אונטער די וואסער-ליניע ביי 0:53 ?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:06 am
דורך זר זהב
מסתם הרב קוק

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 12:43 pm
דורך ידען
איך גיי אויך לייגען געלט.

לאמיר זעהן אויב קאווע שטיבעל קען אריינברענגען עט ליעסט 1000 דאלער.

צו ווייניג?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:05 pm
דורך קליגער איד
יאנקל האט געשריבן:א דאנק ידען פאר'ן ברענגען דעם וויכטיגן קליפ.
רבותי, לאמיר א מינוט פארגעסן פון די וויצן, און געדענקען דעם וויכטיגן מעסעדזש. העלפט ארויס די אידן אין סיגעיט!
גייט ביטע צו http://seagatehurricaneemergencyfund.blogspot.com/ און גיט א נדבה דורך פעיפאל.
איך האב נארוואס אריינגעגעבן א נדבה פון $50.

ד י זכות וועט דיר אוואדאי ביישטיין

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 3:27 pm
דורך וחלופיהן
צענדליקע טויזנטער מענטשן האבן נישט א דאך איבערן קאפ און מיר דארפן קלאגן אויף מב"דס רעקארדינג סטיודיו. ממש חבל על דאבדין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 5:58 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:פארוואס האט ער נישט געלייגט די בילדער ביים בארטן פון ים? וואלט גאנץ סיגוט אפגעשוינט געווארן

ווען ער ווייסט ווען פארדעים?!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:05 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די זעלבע קושיא איז דא אויף די מקובלים וואס האבן געמאכט תיקונים ארום וויליאמסבורג. זיי האבן נישט געקענט צו פארן קיין סיגעיט מציל זיין אזויפיל ממון ישראל?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:23 pm
דורך zurich
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:די זעלבע קושיא איז דא אויף די מקובלים וואס האבן געמאכט תיקונים ארום וויליאמסבורג. זיי האבן נישט געקענט צו פארן קיין סיגעיט מציל זיין אזויפיל ממון ישראל?

אלא מאי...

יעצט זעהט מען אז בילדער פון צדיקים איז יא עפעס ווערט!!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:26 pm
דורך קאווע טרינקער
זייט ווען דארף מען געבן צדקה פאר א מיליאנער וואס האט פארלוירען 100 דאללער??????
ער איז א רחמנות, זיין הויז איז צובראכן, ער האט ברוך השם געלט פאר א האטעל וכדומה.
פארוואס דארף ער מיין געלט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:32 pm
דורך משולם שטיינפעלד
נישט יעדער אין סיגעיט האט געלט, ער איז פשוט דער וואס בעהט עס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:47 pm
דורך ידען
א סאך מענטשען פלעגען טאקע אמאל קויפען דירות אין סיגעיט פאר א זומער הויז, אבער היינט איז שוין לאנג נישט אזוי. א סאך ארעמע זענען דא דארט. מע דארף זיי העלפען. מבד וועט נישט נעמען קיין געלט מסתם.

קאפי עלענבויגען וואוינט אויך דארט, און וויינט אויף קול מבשר. ער איז א עושר?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 10:35 pm
דורך שמואל הלוי
וואס טוט זיך מיט יוסי גרין? איך האף אז זיינע רעקארדירטע קאמביזאציעס איז נישט פארשוועמט געווארן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:15 pm
דורך הדד בן בדד
ידען האט געשריבן:א סאך מענטשען פלעגען טאקע אמאל קויפען דירות אין סיגעיט פאר א זומער הויז, אבער היינט איז שוין לאנג נישט אזוי. א סאך ארעמע זענען דא דארט. מע דארף זיי העלפען. מבד וועט נישט נעמען קיין געלט מסתם.

קאפי עלענבויגען וואוינט אויך דארט, און וויינט אויף קול מבשר. ער איז א עושר?


קאפי עלנבויגען קען איך גוט, ער איז ווייט פון א עושר.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:35 pm
דורך משולם שטיינפעלד
עס איז נישט יושר דא אויסצופראקן איינעמס פערזענליכע לעבן בלויז פארן וואוינען אין סיגעיט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:54 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב דאס זעלבע געטראכט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:02 am
דורך הדד בן בדד
איך האב אים חלילה נישט געמיינט אויס צופראקן, איך האב פשוט געוואלט אז מענטשן זאלן אים טרייען צו העלפן. ער איז א אמת'ער טייערער איד.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 6:23 am
דורך gehlungen
הדד בן בדד האט געשריבן:איך האב אים חלילה נישט געמיינט אויס צופראקן, איך האב פשוט געוואלט אז מענטשן זאלן אים טרייען צו העלפן. ער איז א אמת'ער טייערער איד.

The bottom line is DO NOT BRING UP NAMES !

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 11:41 am
דורך קליגער איד
איינער שיקט מיר יעצט אריין א טעקסט מעיסידש אז מען האט אים אינגעטראגן א בחור פון סיגעט און ער האט דאס אפגעזאגט. פרעג איך פארוואס האסטו עס אפגעזאגט ??? ענטפער מיר ער וויל נישט נעמען א בחור פון א צובראכענעם שטוב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 2:29 pm
דורך מים חיים
די SGPD איז עפעס אן אפיציעלע אינסטיטושען?

אדער עס איז א בחינה פון BSSP?

סיגעיט האט עפעס אן אפיציעלע ערוויילטע פירערשאפט?