אין בית המדרש בלא חידוש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

אין בית המדרש בלא חידוש

שליחה דורך שמואל הלוי »

איך האב לעצטענס געהאט צוויי מאל וואס איך בין געוואויר געווארן הלכות אומדירעקט זייענדיג אין ביהמ"ד, ולתועלת הרבים וועל איך עס דא אראפשרייבן.

1) ס'איז נישט געווען א כהן, און מ'האט אויפגערופן א לוי במקום כהן, און גלייך נאכדעם נאך א לוי. האט עמעצער זיך גענומען נו'קען אז ס'איז קעגן שו"ע, און גלייך איז ער צוריקגעקומען מיט א אויפגעמישטע שו"ע ווי ס'שטייט טאקע קלאר אז מ'רופט נישט אויס א לוי נאך א לוי, ווייל ס'מאכט אויסזעהן כאילו דער ערשטער לוי איז נישט קיין מיוחס'דיגער לוי.

2) איך בין געווען פויל זיך אראפצוזעצן ביי נפילת אפים, האב איך געמאכט נפילת אפים שטייענדיג. האט מיר שפעטער איינער געוויזן אין שו"ע, אז נפילת אפים מוז זיין דוקא זיצענדיג.

---
איך גלויב אז אסאך אירע פון דא קען צולייגן הלכות וואס מ'איז געוואויר געווארן אין ביהמ"ד, נו פארוואזשע נישט אראפשרייבן דא, זאל א צווייטער אויך הנאה האבן.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר