בלאט 1 פון 1

יאנקל אדער יענקל?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 10:46 am
דורך יידל
דער לישנא חביבא פונעם נאמען יעקב איז "יאַנקל" (וי"א יעֶקל, ואכמ"ל). מיין שאלה איז, צווייפאכיג. ערשטנס - פון ווי קומט דער נון דא? איך ווייס אז מ'זאגט יאנקעוו און נישט יאאקעוו, אבער איז דאס נישט קיין טעות? צווייטענס, לאמיר שוין אננעמען אז דער נון האט א זכות קיום, וויאזוי שטעלט מען אויס דעם ניקנעים - "יאנקל" אדער "יענקל"?

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 2:18 pm
דורך ישובניק
איך בין נוטה צו יאנקל.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 10:13 am
דורך שרגא
אז יענקל בעט (http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=19&t=99), פאלגט מען.
איך שרייב יענקל, פשוט ווייל אזוי בלייבט עס נענטער צום אריגינעלן נאמען.
אזוי ווי רוב שרייבן "אברהמי", און נישט "אברמי", פשוט ווייל מ'פרובירט ס'זאל בלייבן א דערקענבארע חלק און ווי נענטער צום אריגינעלן.
נישט אז עס איז אייביג אזוי און אסאך מאל ווערט דער נאמען אינגאנצן אנדערש און ס'איז בכלל נישט מעגליך אויסצולייגן דעם צונאמען ווי דעם אריגינעלן (למשל ארי און מעכי), אבער ווען דער נאמען בלייבט בערך, ווי טאקע ביי אונזער יעקב, נאר מען האט צוגעלייגט א חיבה'דיגן ל' ביים ענדע, זע איך נישט פארוואס די ערשטע האלב ווארט קען נישט בלייבן ווי עס קומט. (דער צונאמען איז לכ' אריגינעל געווען "יעקב'ל", נאר צוביסלעך איז עס געווארן "יענקל", אָן דעם ב' ביים ענדע. אזוי ווי פון "יוספ'ל" איז לכ' צוביסלעך געווארן "יאסל", אן דעם פ'.)
און קארל'ס טענה אז מען דארף זיך דוקא האלטן אדער אינגאנצן צו לה"ק אדער אינגאנצן וויאזוי עס הערט זיך, איז לאו דוקא אייביג אזוי. ווייל דאכט זיך דו וועסט אויך נישט שרייבן "יוילי", נאר "יואלי", די זעלבע "שמעי", נישט "שימי", אלעס ווייל מען פרובירט אביסל נאנט האלטן דעם ווארט צום אריגינעלן.
אזוי ווי קענסט שרייבן "תלי", אנשטאט "טאלי" (פאר נפתלי), פשוט ווייל תלי האלט זיך צום אריגינעלן נאמען. אזוי ווי מען מוז נישט שרייבן "שיע". אזוי ווי קענסט שרייבן "שמילי" פאר שמואל, אבער עס איז קלארער ווער עס פרובירט זיך צו האלטן ווי נענטער צום אריגינעלן און שרייבט "שמואלי", מיט'ן אלף. דאס זעלבע האב איך געטאן מיט "יענקל".
שטימט?
נאך אלעם אבער, איז "יאנקל" אויך פונקט אזוי גוט.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 11:24 am
דורך שרגא
ביי די אלע ביישפילן וואס דו ברענגט בלייבט דער נאמען אין זיין לשה״ק׳דיגן אויסלייג גאנץ - אדער כמעט גאנץ. אברהמי איז גארנישט אנדערש ווי אברהם חוץ דעם יוד צום סוף. אז דו וועסט ברענגען א איד פון דור המדבר און אים/איר ווייזן דעם ווארט ״אברהמי״ וועט ער/זי גרינג כאפן אז עס האט א שייכות צו ״אברהם״, דאס זעלבע מיט שמואלי און יואלי. משא״כ אז דו וועסט ווייזן ״יענקל״ וועט מען נישט וויסן וואס דאס איז בכלל, וויבאלד עס פעלט אן אות פון יעקב (דער ב׳), צוגעלייגט אן אות אנשטאט דעם (דער ל׳), און אריינגעריקט אן אות אינדערמיט (דער נ׳). אין אנדערע ווערטער, עס איז שוין אזוי פארדרייט פון לשה״ק, אז עס מאכט נישט קיין סענס זיך צו האלטן צו איין אספעקט פון דעם לשה״ק אויסלייג אין דער צייט וואס דאס גאנצע ווארט איז פארדרייט.


טאקע פאר די סיבה דארף מען אפשר לאזן וואס מ'קען יא פונעם אריגינעלן. אז א איד אן עטימאלאג פונעם דור המדבר וועט קומען און וועט זען "יאנקל" וועט ער נישט קענען בכלל כאפן פון וואנעט דאס שטאמט. אויב זאל ער כאטש זען "יענקל", וועט ער אפשר נאך האבן א האפענונג (כזה: דער נ' איז דאך בלויז דארט ווי קארל האט געזאגט, דער ל' ביים סוף וועט ער דאך כאפן אז עס איז נאר צוגעלייגט ביים ענדע ווי ביי אנדערע טויזנט נעמען, און דער ב' איז אוועקגעפאלן ווי ביי יאסל). מען דארף פרובירן פארמיידן אז ס'זאל נישט זיין יארן ארום א גאנצע מבוכה צי "יאנקל" איז א באזונדערע נאמען אדער איז די זעלבע ווי "יעקב", ווי אסאך נעמען היינט (ווי למשל חילא, וואס איינער שרייט אז עס איז אריגינעל געווען "חיה'לע", ווידער אנדערע שרייען חי וקים אז עס איז גאר א באזונדערע נאמען.)
ווען מ'זאגט "שימי", פעלט אויך דער ע' און דער ן', ביי "טאלי" פעלט די ערשטע האלב ווארט און עס איז ממש אינגאנצן פארקרימט, דאך שרייבט מען ענדערש נאנטער צום אריגינעלן, "שמעי" און "תלי".
און עס איז נישט אז עס ליגט דארט א ה' וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס, נאר אן ע' וואס קען דורכגיין, מוז מען נישט בהכרח טוישן צו אן א'.
און נאכאמאל, איך טענה נישט אז יאנקל איז נישט גוט, קלאר אז יא, נאר יענקל איז לדעתי אויך כשר, סאו יידל (וואס מעג געבן א הסבר אויף זיין אייגענעם נאמען אויסלייג) קען ווייטער אנגיין מיט יענקל אויב שמעקט אים אזוי.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 2:40 pm
דורך ישובניק
יענקל איז פשוט נישט יאנקל. דארף מען אפשר באשליסן צי מ'וויל דינען די עטימאלאגן וואס וועלן זיך אמאל יאוון פון דור המדבר, אים רופן בע"פ יעקב/יאנקל און בכתב אים א נאמען געבן יעֶנקל, אדער צי מ'וויל אויך אין שריפט זיך האלטן טריי צו יאנקל'ען.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:43 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:סאו יידל (וואס מעג געבן א הסבר אויף זיין אייגענעם נאמען אויסלייג) קען ווייטער אנגיין מיט יענקל אויב שמעקט אים אזוי.

איך דערמאן זיך פונקט אז אמאל האב איך אין די קאמענטארן פון א בלאג אדרעסירט איינעם טאקע מיט׳ן נאמען יודל אלץ Yidel, האט ער מיר געענטפערט My name is Yeedle, not Yidel. כלפי מה דברים אמורים? די גאנצע שמועס דא איז איבער דעם ריכטיגן אויסלייג פון דעם ווארט כראוי וכיאות פאר א נושא אין דעם ״שפראך און גראמאטיק״ פארום, אבער עס קומט דא אריין נאך א פראגע: די רעכטן פון א מענטש אויף זיין אייגענעם נאמען. דעריבער, אפילו אויב זאל יידל האלטן אז ״יענקל״ איז ריכטיגער, דארף ער מיר אדרעסירן אלץ ״יאנקל״.

איז אזוי. שרגא, וויאזוי שרייבט מען Yeedle צו Yidel אין אידיש (יידש)? אידל? ווער האט באשלאסען אז דער אל"ף איז שטיל silent בלע"ז? יודל איז אויך נישט קיין אפציע, ווייל איך בין נישט קיין ליטוויק. איז ייִדל דער בעסטער אויסוואל, כאטש עס הערט זיך ייוו"א'איש.
יאאנקל, דו האסט נישט קיין רעכטען אויף דיין נאמען. ווען איך רעד צו א צווייטען, למשל שרגא, וועגן דיר, קען איך דיך רופן יענקל, און ער וועט וויסן פון וועם איך רעד און ער וועט מיר ענטפערן - על אפך ועל חמתך. נאר וואסזשע דען? ווען כ'רעד צו דיר, האסטו רעכטן מיר נישט צו ענטפערן אויב איך אדרעסיר דיר נישט ווי די ווילסט.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:13 am
דורך סאסוב
דארף מען פרעגן די רבנים און דיינים ועלכע זענען עוסק אין מסדר זיין גיטין ווי אזוי די ריכטיגע אויסלייג איז.

אגב, מען האט דא נאך נישט בארירט דעם נאמען יעקל, נישט יוקל.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:03 am
דורך דולה ומשקה
אין גאליציע האט מען מער גענוצט דעם 'יענקל' ולדוגמע דעם 'כוכב מיעקב', וואס מ'האט גערופען (עי' בשער בלאט שו"ת כוכב מיעקב): "מהולל בשמו ר' יעקלי רימליווער". אין אונגארען האט מען זיך מער באנוצט מיט 'יאנקעל'. דאס וואס מ'האט גערופען ר' יאנקעל מפשעווארסק, כאטש דאס וואס ער איז געוועהן א גאליציאנער, דער נאמען קומט פון די אונגארישע אידן וואס האבען זיך מדבק געוועהן אין איהם.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:39 am
דורך שרגא
נאכאמאל, יענקל (יא, האסט גוט געליינט) און קארל,יעצט הייבן ענק אן מאכן חילוקים ווען יא און ווען נישט, אויב עס פעלט איין אות מעג מען נאך סווינגען צווישן לה"ק און אידישן אויסלייג, אבער ווען עס איז מער אותיות שוין נישט. סאו שמילי נישט, אבער יאנקל יא. און וואס איז למשל מיט "חזקי"? עס פעלט א י' אנהייב, אן א' און א ל' צום סוף, סאו פארוואס זאלסטו נישט שרייבן "כעזקי"? קארל האט דאך גע'טענה'ט אז: "אויב ווילן מיר זיך האלטן צום אויסלייג פון לשה"ק דארף מען שרייבן "יעקב" - אבער אויב וויל מען שרייבן דעם נאמען ווי עס הערט זיך, דארף מען לאזן דעם לשה"ק-אויסלייג אין א זייט, און עס אויסלייגן ככתבו וכלשונו".
נאר עס איז לאו דוקא. עס איז קיין פראבלעם אז דו לייענסט עס ווי "YENKEL", וווייל נישט אייביג מוז עס אויף די האר שטימען אויב משרשו קומט אזוי די ווארט (אזוי ווי דער G פון "LIGHT" שטערט דיך נישט). דאס געשריבענע מוז נישט אלץ זיין די זעלבע, אזוי ווי עס איז דא שטילע אותיות, איז דא אותיות וואס בלייבן ווייל עס איז אזוי אמאל געווען. (אזוי ווי "ניו יארק", וואס אפילו קיינער ביי אונז זאגט עס נישט אזוי, שרייבסטו ווייטער אזוי ווייל "אזוי קומט עס שוין".)
לסוף, וויבאלד איך זע דאך אז אויפגעבן וועלן ענק שווער, האב איך געמאכט א סוירטש, שטעלט זיך ארויס אז ממש אויף יעדע פלאץ שרייבט מען דוקא אזוי, און טאקע פון דעם אידישן ליכט ביז פארווערטס און ייוו"א, וואס זיי זענען שוין גענוג "פרום" צו קוקן וויאזוי זיי שרייבן "יידיש", און שוין אפגערעדט ספרים און קונטרסים.
יעצט, ענק ווילן דוקא טוישן צו א נייע אויסלייג פון יאנקל, פיין. כ'האב קיינמאל געשטערט. אבער צו קומען לייגן דריק אויף יידלען אז ער "מוז" טוישן, דאס איז שוין ממש א שקאצעריי ווייל יענקל איז לכל הדיעות שבעולם גוט, און אזוי איז דער מנהג אלע דורות געווען, ממילא זענט איר ידו על התחתונה.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 3:38 pm
דורך ישובניק
איך האב הנאה געהאט צו זען אז אויך הארקאווי שרייבט יאנקל, און טאקע אזוי אויך יאסל.

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 6:39 pm
דורך שרגא
ישובניק האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט צו זען אז אויך הארקאווי שרייבט יאנקל, און טאקע אזוי אויך יאסל.

און איך האב הנאה געהאט צו זען דערקעגן ווי צענדליגער אנדערע שרייבער שרייבן "יענקל".

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:45 pm
דורך ישובניק
שרגא האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן: הארקאווי שרייבט יאנקל, .

צענדליגער אנדערע שרייבער שרייבן "יענקל".


:D

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:25 am
דורך שרגא
ישובניק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן: הארקאווי שרייבט יאנקל, .

צענדליגער אנדערע שרייבער שרייבן "יענקל".


:D


וואס איז די שמייכעלע דא?

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:42 am
דורך שרגא
ביסט גערעכט, יענקל, לגבי דעם פארווערטס, כ'האב געזוכט אן דעם פת"ח. פונדעסטוועגן האב איך יא געזען אויף אנדערע פלעצער יענקל, סאו דער פונקט בלייבט: הער אויף קריטיקירן ווער עס ניצט עס.
לענין, ס'הייסט אז דיין שטעלונג איז אז ביי אלע אנדערע ווערטער וואס איך האב געברענגט מעג מען יא בלייבן צווישן אידיש און לה"ק, נאר ביי יענקל איז גאר עפעס אנדערש, ער איז א ספעציעלער אויסנאם ווייל עס באקומט א פרישן אות' אינמיטן? און אויב כ'וועל דיר ברענגען א נאמען וואס האט אויך באקומען אן אות אינמיטן און עס איז געבליבן די זעלבע, וועסטו מודה זיין? בכלל זע איך נישט פארוואס די אות נ' זאל דא עפעס טוישן בנוגע דעם ע'. אין לה"ק וואלט מען פונקט אזוי ווייטער געקענט זאגן "יַעַנקב" מיט דעם נ'.
לגבי דעם וואס דו טענה'סט אז עס איז "דיין" נאמען און דו האסט די רעכטן וויאזוי מיר זאלן דיך רופן, ביסטו נישט גערעכט. ווייל מילא אויב דער דיון וואלט דא געווען אויף דיין ריכטיגער נאמען, וויאזוי מען זאל דיך אויסרופן לתורה אדער שרייבן אין די כתובה, קענסטו אפשר טענה'ן אז כזה וכזה האט מען דיר געגעבן דעם נאמען ביים ברית און "אזוי איז מיין נאמען. פינטל." אבער דא רעדט מען דאך פון א צונאמען וואס איז טאקע דירעקט עפעס וואס דוקא די ארומיגע געבן פאר'ן מענטש. איך האב קיינעם געגעבן רשות מיך צו רופן "שרגי" (אדער לויט דיר אפשר "שראגי"), נאר דאס איז מיין צונאמען וואס דער עולם האט מיר בע"כ געשאנקען. מיר, דיינע ארומיגע, וואס באשליסן דעם צונאמען.
דיין עלטער זיידע האט מסתמא פונקט ווי דיר זיך געברויזט אויף מיין עלטער זיידן וואס האט אים גערופן "יאנקל", "וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז איך הייס יעקב, נישט יאנקל. איך וועל דיך מוזן איגנארירן נאך איינמאל לייגסט צו דעם ל'!", אבער מיין זיידע און אנדערע האבן ווייטער געטאן ווי זיי האבן געגליכן, און היינט טענה'סטו זיך שוין גאר אז מען זאל ארויסנעמען דעם ע' אויכעט.
בקיצור, אויב איך און אנדערע זאגן "יענקל" איז "יענקל".

Re: יאנקל אדער יענקל?

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 4:34 pm
דורך ישובניק
שרגא האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
ישובניק האט געשריבן: הארקאווי שרייבט יאנקל, .

צענדליגער אנדערע שרייבער שרייבן "יענקל".


:D


וואס איז די שמייכעלע דא?

ווייל דו האסט געברענגט דעם פארווערטס, און איך האב לכבוד דעם געברענגט הארקאווי, אבער געענטפערט האסטו מיר מיט "צענדליגער אנדערע", בעת איך האב געברענגט הארקאווי'ן אלס א שפראך-קענער און פארשער.

איך בלייב אוודאי מיט יאנקל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:46 am
דורך ציבעלע-קיגל
אפשר ינקל