בלאט 1 פון 3

לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 8:39 pm
דורך [NAMELESS]
תורה איז זייער זיס!

עס זענען דא אסאך חלקי התורה וואס זענען פשוט א געשמאק צו לערנען, איך רעד נישט נאר פון די קדושת התורה וואס געט סיפוק פאר א מענטש. איך רעד פשוט, אן עונג גשמי, א געשמאק.
מען דארף אבער טרעפן די ריכטיגע ספרים וואס געבן א געשמאק אין לערנען. לאגישע מענטשן האבן ליב צו לערנען לאגישע זאכן און דעריבער מוז מען לערנען זאכן וואס זענען סאליד, עס שארפט אויס די מח און עס געט א חיות אין לערנען. אויב א מענטש וואס האט ליב לאגיק לערנט אינטערסאנטע ידיעות און תורה'לעך וועט ער עס נישט ליב האבן, ער מוז לערנען לומדות, טיפע זאכן און זאכן ווי ער קען אליין מחדש זיין.

עס איז דא א גרויסע פראבלעם וואס איז מעכב אסאך מענטשן פון לערנען, און דאס איז די סדר וויאזוי די לערנען איז אויסגעשטעלט, וואס איז אסאך מאל אומפאסיג און ברענגט אראפ די חשק צו לערנען, די סדר וואס עס שטערט איז דאס אז מען לערנט לויט סדר המסכתות, אדער אפילו אין א מסכת בלאט נאך בלאט, און אזוי אויך ספרי חסידות ודרוש על התורה, פרשה נאך פרשה.

דאס איז די וועג וויאזוי אידן לערנען, אבער אויב איינער האט נישט קיין געשמאק קען עס זיין צוליב דעם סדר, ווייל די קאפ ארבעט נישט לויט דעם סדר, די קאפ ארבעט נישט אז מיטוואך גלייכט זיך א בלעטל אגדה פון פרק הרואה און מיטוואך א שווערע בלאט אין כתובות.

די זעלבע איז מיט ספרי חסידות ודרוש, עס איז א גרויסער פראבלעם אז עס איז אויסגעשטעלט לויט סדר הפרשיות, און ווען א מענטש וויל אנהייבן פארשטיין וואס חסידות האט געוואלט איז אים נישט נוגע וויאזוי מען לערנט אריין א געדאנק אין פרשת בראשית, ער וויל לערנען חסידות און זי איז נישט אויסגעשטעלט אין א סיסטעמאטישע סדר נאר זעיר פה וזעיר שם לפי פרשיות התורה.
עס זענען דא ספרים וואס זענען הערליך און מיט א גאלדענעם סדר און דאס קען באמת מאכן א מענטש ליב האבן צו לערנען:

שב שמעתתא איז אויסגעשטעלט לויט א מהלך מדרגא לדרגא, ער נעמט דעם לומד אויף א רייד פון יסוד הסוגיא, ביז צו דרגות רמות אין לומדות און עס העלפט א מענטש פארשטיין לערנען. די ספר איז פונעם בעל הקצות, עס איז אויף סוגיות אין חזקה, רוב, ספקות והמסתעף, און עס איז זייער געשמאק, לייכטע שפראך, טיף און העלפט דעם לומד צו קענען אליין מחדש זיין און צוטרעפן די חידושים.

קונטרס הספיקות איז אויך א באזונדער ספר, און עס גייט מיט א מהלך מדרגא לדרגא, אבער עס איז נישט אזוי געשמאק ווי שב שמעתתא.

ספר שערי יושר פון רבי שמעון שקאפ איז אויך נישט אויף א סדר מסכת, נאר איז אין א סדר מדרגא לדרגא, שפיץ לומדות און הערליכע גאונות, גאר געשמאק, טיף און ברייט.

דבר אברהם איז אויך אויף סימנים, ענדליך צו דעם קען מען ליב האבן ספרי שאלות ותשובות ווי למשל נודע ביהודא, אבני נזר, געוויסע תשובות אין שואל ומשיב.

קהלות יעקב איז אויך גאר געשמאק און מען קען לערנען דארטן א סימן אן מיטהאלטן די סוגיא אין ש"ס.

די זעלבע זאך איז מיט די ספרי חסידות ומחשבה, דרוש ואגדה. אויב איז עס על התורה איז עס גוט פאר לכה דודי, אבער עס נעמט נישט דעם לומד אויף א רייזע מדרגא לדרגא. די ספרי ראשונים זענען יא אזוי, למשל חובת הלבבות, אמונות ודעות, המספיק לעובדי ה', ספרי רמח"ל, כוזרי שערי תשובה, ספר הישר לרבינו תם, ספרי הרמב"ם, מהר"ל, וכדומה.

אבער רוב ספרי חסידות גייען אזוי, דעריבער איז לייכטער און געשמאקער צו באקומען א מהלך פון לערנען אזא ספר ווי תניא וואס גיט אין א סדר לויטן לומד און נישט לויט די פרשיות. פון די ראשוני החסידות איז דא נאך וואס זענען אזוי, למשל כתר הריב"ש פון בעל שם טוב הקדוש, יושר דברי אמת און מגיד דבריו ליעקב פון רבי'ן רבי בער. די ספרים גייען מער לויטן לומד מיט א סדר.

אויך ספרי מחשבה פון גדולי המוסר זענען דא וואס זענען שיחות על פרשת השבוע, אבער דאס איז לכאורה א חסרון ווייל אין פרשת תזריע איז נישט א מענטש מער אין א צורך פאר שמירת הלשון ווי בטחון אום פרשת תשא; פאסיגער איז א ספר וואס גייט פון איין מדה צום צווייטן לויט די פסיכאלאגיע פון א מענטש אדער לויט די דעת תורה.

מכתב מאליהו און עלי שור גייען לפי דרגות, אזוי אויך א חלק פון ספרי רבי ירוחם און ספרי קעלעם. אנדערע ספרים טראץ וואס זיי זענען געוואלדיג, ווי למשל משך חכמה, ספרי טעלז, ספר דעת תורה, און שיחות רבי אליהו לאפיאן און רבי יחזקאל, האבן די חסרון אז זיי זענען על פי סדר הפרשיות.

אז איינער וויל מיר פאלגן זאל ער לערנען יעדן טאג א האלבע שעה לומדות, שב שמעתא אדער שערי יושר, און א האלבע שעה מחשבה ווי תניא אדער מכתב מאליהו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:00 pm
דורך לעיקוואד
פאר די וואס האבן ליב ספרי חב"ד איז דא אסאך שיינע ספרים דארט וואס גייען מיט א ריכטיגע סדר, וביותר די המשכים פון רבין רש"ב, נאר צו דעם דארף מען ממש צולייגן קאפ מיט געדולד. סזענען אבער דא גרינגערע ספרים פון חב"ד און רובם גייען נישט אויפן סדר הפרשיות.
אויב ממעג עס דא דערמאנען איז אורות הקודש פון הרב קוק א הערליכע מחשבה ספר וואס גייט מיט א געוואלדיגער סדר. [ווער סגלייבט נישט אין זיין ציונות קען פשוט איבערהיפען די שטיקלעך ווי ער רעדט פון ארץ ישראל וכו', רוב ספר איז סתם הערליכע מחשבה שטארק אויסגעבויט]
אין לומדות איז דא היינט אסאך שיינע ספרים וואס מקען ליינען און הנאה האבן, למשל די סעט מועדים וזמנים פון ר משה שטערנבוך וואס ברענגט אריין א מענטש אין די אלע לומדות פון די מועדים אויף א מייסטערהאפטיגע אופן. הרב זווין'ס ספר לאור ההלכה איז אויך זייער שיין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:17 pm
דורך [NAMELESS]
יא, חב"ד האט אסאך ספרים ווי למשל מצוותיך אמונה, לקוטי תורה און אנדערע.
אויך יסוד העבודה איז אין א סדר העבודה. אויך נפש החיים ארבעט אזוי.
לקוטי מוהר"ן איז נישט לויט קיין סדר פרשיות אבער עס גייט מיט א סדר מאמרים, נישט קיין געהעריגע סדר עבודה.
חורב און אגרות צפון פון רבי שמשון רפאל זענען גאר געוואלדיג, לויט א סדר הבנה און איז גאר גוט.

איבער לומדות, איך רעד פון סאליד לומדות, מועדים וזמנים, כדרכו פונעם ראב"ד איז במחילה - היבש לופטיג.
זוין, יא, זוין איז הערליך, אבער איך רעד פון ריעל סטאף נישט א נאכט שענקל ספר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:27 pm
דורך לעיקוואד
אויב זוכסטו ריעל סטאף דאן נעם א חידושי ר' חיים על הרמב"ם און לערן עס דורך כסדר מיט אלע הגהות פון חזון איש.
אויב וויל מען לערנען פון די ראשונים ספרים אין לומדות באופן מסודר איז די שטערקסטער ספר ספר המצוות להרמב"ם די שרשים, דאס איז פון די איינציגסטע הלכה ספרים פון ראשונים וואס גייט אויף א סדר פון ענינים און נעמט דורך גאר יסודותדיגער ענינים אין לומדות, בפרט אז מלערנט דאס מיט די השגות פונם רמב"ן און די מפרשים וואס פארענטפערן די רמב"ם וכו'.
פארשטייט זיך מנחת חינוך ווייסט יעדער דאס איז א פלאץ זיך צו באקענען מיט ריעל סטאף פון לומדות גרינגערהייט.

אגב, איז טאקע זייער אינטרעסאנט פארוואס רוב אידישע ספרים און סדרי לימוד זענען אזוי נישט מסודר אז ס'איז א פחד, ווען נישט וואס מ'געוויינט אונז פון קינדווייז אן אז אזוי לערנט מען וואלט מען אין לעבן נישט געקענט לערנען אויף אזא צומישטע אופן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
יא, אוודאי מנחת חינוך, אה, נפלא.
אבער ווייטער, ער נעמט נישט דעם לומד מדרגה לדרגה ווי דער שב שמעתא אדער שערי יושר.
פון רבי יצחק אייזיק הלוי איז דא א זיס ספר בתים לבדים אויף עניני חזקות, זייער שיינע לומדות לפי סדר.
פון הרב עמיאל איז דא א נפלא'דיגע ספר לחקר הלכה, דער חזון איש האט עס זייער נישט געגליכן
הרב קורמאן האט שיינע זאכן אויף הלכה. אבער עס איז נישט פון וואס מיר רעדן דא

על הגאולה ועל התמורה איז אויך נישט על פי סדר הפרשיות, אבער עס איז א באזונדערע שמועס

די סיבה פארוואס אלעס איז אזוי אן קיין סדר ביי אונז איז ווייל עס איז נישטא קיין אקעדעמיע ליהדות, ווען יא וואלט שוין געווען אינטרא צו לומדות, קבלה קלאס 3 ביז 10 און אזוי ווייטער, למעשה איז תורה בקרן זוית והרוצה ליטול יבוא ויטול און קיינער איז נישט בעל הבית איבער איר איר צו מסדר זיין

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:00 pm
דורך שמעקעדיג
פשיהא, איך ווער פארלוירן נאר פון הערן אויסרעכענען די אלע נעמען פון ספרים און זייערע מחברים.
אזעלכע לומדים האמיר דא אין שטיבל, ואנכי לא ידעתי.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:08 pm
דורך לעיקוואד
קופערניקוס האט געשריבן:
די סיבה פארוואס אלעס איז אזוי אן קיין סדר ביי אונז איז ווייל עס איז נישטא קיין אקעדעמיע ליהדות, ווען יא וואלט שוין געווען אינטרא צו לומדות, קבלה קלאס 3 ביז 10 און אזוי ווייטער, למעשה איז תורה בקרן זוית והרוצה ליטול יבוא ויטול און קיינער איז נישט בעל הבית איבער איר איר צו מסדר זיין

איז דאס נישט א שטיקל בזיון התורה, לא תהא כהנת כפונדקית? קענען מיר נישט טאקע אויסשטעלן עפעס א נארמאלער מסודרדיגער סיסטעם וויאזוי צו לערנן? [ביי די מיידלעך איז דאכצימיר פיל מער מסודר, לפחות ביי די ווי מלערנט מער] נישט איין סיסטעם וואס יעדער זאל זיין מחוייב דערצו נאר לפחות עפעס א כללותדיגע קוריקעלם, דער מצב ווי סאיז היינט איז אז על פי רוב נישט דער רבי און נישט דער תלמיד ווייסט וואס ער וויל און וואס איז די מטרה ביים לערנען.
ר' מאטיל זילבער שרייט שוין לאנג אז מוואלט געדארפט אויסשטעלן די ישיבות אזויווי אקעדמיעא אז סדא קורסעס איבער כל מיני נושאים און יעדער לערנט וואס סלבו חפץ, דער לומדות דער חסידות דער קבלה דער מוסר דער הלכה דער חומש רש"י וכו', פארשטייט זיך אז געוויסע בעיסיקס דארף יעדער, אבער באופן כללי פארוואס דארף יעדער לערנען איין וועג?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
דיר, אלס מעריץ פון הרב קוק ובית מדרשו וועל איך ענטפערן, אז מרכז הרב האט טאקע יא א קאריקיולעם. אין כוזרי עם פירוש רבי דוד הכהן הנזיר (א דמות וואס פאדערט פאר זיך א אשכול, א משונה אינטערסאנטע דמות, חצי נזיר חצי משכיל) אין די הקדמה שמועסט ער איבער די סדר הלימודים אין ספרי חקירה וואס הרב קוק ותלמידו רבי דוד הכהן האבן דיסקוסירט פארן מרכז התורה.
אבער באמת איז שווער צו רעדן איבער א קאריקיולעם, מיר האלטן נאך זייער ווייט דערפון

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:20 pm
דורך ונבנתה העיר
צווישן די פיהלע זאכן מיט וואס דער ספר התניא שטייט ארויס מער ווי אנדערע איז טאקע דער סדר, עס איז לכאורה נישט דא נאך אזא מסודר'דיג ספר אין עבודה, ער הייבט אהן מיט וואס א נשמה איז, וואס איז דער כח השכל און די כוחות הנפש שבלב, וואס דארף מען טוהן און ווי אזוי מען קומט אהן דערצו.

און די וואס האבן ליב פסיכאלאגיע איז כדאי צו לערנען די מאמרים פונעם ריי"ץ, ער גייט אסאך אריין בעמקי כוחות הנפש בפרטי פרטיות.
קופערניקוס האט געשריבן:יא, חב"ד האט אסאך ספרים ווי למשל מצוותיך אמונה,

מסתמא מיינסטו דרך מצותיך פונעם צמח צדק.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:צווישן די פיהלע זאכן מיט וואס דער ספר התניא שטייט ארויס מער ווי אנדערע איז טאקע דער סדר, עס איז לכאורה נישט דא נאך אזא מסודר'דיג ספר אין עבודה, ער הייבט אהן מיט וואס א נשמה איז, וואס איז דער כח השכל און די כוחות הנפש שבלב, וואס דארף מען טוהן און ווי אזוי מען קומט אהן דערצו.

און די וואס האבן ליב פסיכאלאגיע איז כדאי צו לערנען די מאמרים פונעם ריי"ץ, ער גייט אסאך אריין בעמקי כוחות הנפש בפרטי פרטיות.
קופערניקוס האט געשריבן:יא, חב"ד האט אסאך ספרים ווי למשל מצוותיך אמונה,

מסתמא מיינסטו דרך מצותיך פונעם צמח צדק.


יא אמת.
נישט בלויז די וואס האבן ליב פסיכאלאגיע זאלן לערנען ריי"ץ, נאר ווער עס האט ליב ליטעראטור. ער איז דער בעסטער שטיקל ליטעראטור וואס קען זיין. איינער וואס גלייכט שלום עליכם אדער אזוינע פשוטע פאלקסישע שרייבער, זאל ליבערשט ליינען ריי"ץ'נס מעשיות ומוטב שיאכלנו בהיתר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:36 pm
דורך לעיקוואד
קופערניקוס האט געשריבן:דיר, אלס מעריץ פון הרב קוק ובית מדרשו וועל איך ענטפערן, אז מרכז הרב האט טאקע יא א קאריקיולעם. אין כוזרי עם פירוש רבי דוד הכהן הנזיר (א דמות וואס פאדערט פאר זיך א אשכול, א משונה אינטערסאנטע דמות, חצי נזיר חצי משכיל) אין די הקדמה שמועסט ער איבער די סדר הלימודים אין ספרי חקירה וואס הרב קוק ותלמידו רבי דוד הכהן האבן דיסקוסירט פארן מרכז התורה.
אבער באמת איז שווער צו רעדן איבער א קאריקיולעם, מיר האלטן נאך זייער ווייט דערפון

אמת אז די מזרחיסטישע ישיבות האבן עטוואס מער סדר, אבער אויך נישט אזויווי אין קאלעדזש. די סדר הלימודים וואס ער האט גערעדט מיטן נזיר מיין איך אז למעשה איז עס נישט צושטאנד געקומען [און סדא דארט גאר אינטרעסאנטע חידושים, ודי בזה כאן]. בפועל אין מרכז וכו' איז דא א סדר אויף השקפה אבער מען לערנט דארט נאר כוזרי מהר"ל און ספרי הרב קוק. [אויך בעסער ווי גארנישט אדער נאר ויוא"מ ועל הגאולה]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:34 am
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:שב שמעתתא איז אויסגעשטעלט לויט א מהלך מדרגא לדרגא, ער נעמט דעם לומד אויף א רייד פון יסוד הסוגיא, ביז צו דרגות רמות אין לומדות און עס העלפט א מענטש פארשטיין לערנען. די ספר איז פונעם בעל הקצות, עס איז אויף סוגיות אין חזקה, רוב, ספקות והמסתעף, און עס איז זייער געשמאק, לייכטע שפראך, טיף און העלפט דעם לומד צו קענען אליין מחדש זיין און צוטרעפן די חידושים.

קונטרס הספיקות איז אויך א באזונדער ספר, און עס גייט מיט א מהלך מדרגא לדרגא, אבער עס איז נישט אזוי געשמאק ווי שב שמעתתא.

פאר איינער וואס איז פרעמד אין שב שמעתתא, איז דא צו באקומען א ספר שמעתתא המבוארת וואס איז הפלאדיג׳ע ארבעט.
אז דו רעדסט פון די פריעדיגע אחרונים דארף מען אויך צוצייכענען צום שאגת ארי׳ וואס איז אויך צוטיילט לויט ענינים, הגם עס האט אפשר נישט די טיפקייט ווי דעם שב שמעתתא, דאך איז עס מלא מיט געשמאקע און אינטערעסאנטע חידושים.
קופערניקוס האט געשריבן:ספר שערי יושר פון רבי שמעון שקאפ איז אויך נישט אויף א סדר מסכת, נאר איז אין א סדר מדרגא לדרגא, שפיץ לומדות און הערליכע גאונות, גאר געשמאק, טיף און ברייט.

מען קען אויך צולייגן שיעורי רבי שמואל פון רבי שמואל רוזובסקי (נישט אויסמישן מיט חידושי רבי שמואל), הגם עס גייט יא אויפן סדר הש״ס, דאך איז עס נישט איינגעטיילט לויטן דף, נאר עס איז צוטיילט לויט די סוגיא ממילא קען מען דורך טון א געוויסע סוגיא נישט על סדר המסכת דוקא. די מעלה פון שיעורי רבי שמואל איז סיי די עצם דרך הלימוד פון רבי שמואל (וואס קומט בעיקר פון זיין רבי׳ רבי שמעון שקאפ, ווי אויך פון בריסקער רב) אזוי אויך איז די שפראך דארטן נאך לייכטער ווי אין שערי יושר.
קופערניקוס האט געשריבן:ענדליך צו דעם קען מען ליב האבן ספרי שאלות ותשובות ווי למשל נודע ביהודא, אבני נזר, געוויסע תשובות אין שואל ומשיב.

די מעלה פונעם נודע ביהודה און פון אבני נזר אין פארגלייך צו אנדערע באקאנטע תשובה ספרים -א שטייגער ווי די תשובות חתם סופר- איז די גרינגע שפראך וואס מען טרעפט זעלטן אין די פריערדיגע תשובה ספרים. נאך צוויי תשובה ספרים וואס קען זיין אינטערעסאנט איז שו״ת ארץ צבי פונעם קאזוגלאבער רב, און שו״ת אמרי יושר פון ר׳ מאיר אריק, די צוויי זענען פיל מיט באמבאסטישע חידושים און טיפע סברות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:17 am
דורך [NAMELESS]
מען טאר נישט פארגעסן רבי יוסף ענגל, דכולהו איתנייהו ביה
און אויב גלייכט מען דעם ארץ צבי פון קאזיגלאווער, קען מען ליב האבן די פוילישע גדולים, קען מען שוין לערנען די ספרים פון אסטראווצער מאיר עיני חכמים, ספרי רבי מנחם זעמבא, כלי חמדה, פרדס יוסף, שעשועי רעיונים, ספר המצוות מיטן חיבור פון רבי פישל פערלאו, ועוד.
שו"ת אחיעזר איז אויך הערליך
שרידי אש פון הרב וויינבערג איז הערליך
שו"ת מחנה חיים פונעם אונגארישן רבי חיים סופר איז אויך מורא'דיג לומדיש מיט געוואגטע חידושים
צווישן די וואס גייען נישט לויט סדר ש"ס זענען דברי יחזקאל בורשטין, דבר אברהם שפירא ביידע גאונישע ספרים
אויב זוכט מען צו פאשען אין פרעמדע פעלדער אין לומדות איז רבי יאשע בער מבאסטאן גאר שטארק און קלאר הרב קוק האט אסאך מאל ארגינעלע רעיונות, הרב עמיאל איז מתוק מדבש. מער מאדערן און אקעדעמיש איז דוד ווייס הלבני'ס ספרים מיט זיין אייגענארטיגן גאנג אין לימוד מיט נאכגיין מקורות און רבי שאול ליבערמאןס חיבור אין תוספתא,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
א גרויסען דאנק פאר קופערניקעס פאר די אשכול. עס קיקט מיר אבער אויס אז רוב פון די ספרים וואס מ'דערמאנט דא זענען נישט פאר סטארטער'ס. איך בין נישט דער גרעסטער למדן, און איך האב שוין לאנג נישט געלערענט גמרא בעיון, אז איך וויל יעצט אנפאנגען לערנען א לומדישע ספר על הסדר מיט וואס זאל איך אנפאנגען? שב שמעתתא איז צו טיף , איז וואס יא?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:59 pm
דורך זר זהב
איך וויל זיך אויך באדאנקען פאר קופערניקס און די אנדערע. זייער אינטערעסאנטע איפארמאציע. יעדער טרעפט עפעס וואס איז פאר זיין שורש נשמה. איך גלייב אז איך בין פון אן אנדערן שורש געקנאטן. איך לערן יעדן טאג פאר'ן דאווענען ברך משה על הסדר (נישט פרשיות) און ב"ה ספעלט מיר גארנישט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:א גרויסען דאנק פאר קופערניקעס פאר די אשכול. עס קיקט מיר אבער אויס אז רוב פון די ספרים וואס מ'דערמאנט דא זענען נישט פאר סטארטער'ס. איך בין נישט דער גרעסטער למדן, און איך האב שוין לאנג נישט געלערענט גמרא בעיון, אז איך וויל יעצט אנפאנגען לערנען א לומדישע ספר על הסדר מיט וואס זאל איך אנפאנגען? שב שמעתתא איז צו טיף , איז וואס יא?

אויב די זוכסטו צו פארשטיין לומדות הייב אן מיט קהלות יעקב, אויב עס איז צו שווער קענסטו גיין צו ברכת אברהם, סוכת דוד, נחלת משה וכדומה וואס מען לערנט אין ישיבות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 2:31 pm
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:אויב די זוכסטו צו פארשטיין לומדות הייב אן מיט קהלות יעקב, אויב עס איז צו שווער קענסטו גיין צו ברכת אברהם, סוכת דוד, נחלת משה וכדומה וואס מען לערנט אין ישיבות

פון די אלע דריי וואלט איך געזאגט אז די גרינגסטע וואלט געווען נחלת משה, הגם זיינע ספרים זענען נישט אפשר אזוי טיף ווי די אנדערע ישיביש׳ע דאך איז עס זייער געשמאק און זייער קלאר געשריבן. אויך וואלט איך מציע געווען חידושי רבי נחום פון רבי נחום פורצביץ, אנדערשט ווי רוב ספרי הישיבות קריכט ער נישט ארויף קיין בערג און טאלן צו טרעפן עפעס א דקותדיגן יסודותדיגן קוועטש, נאר ער איז בעיקר זיך מעמיק אין עומק הפשט מיט א מוראדיגע קלארקייט.
בנוגע ברכת אברהם ווייס איך נישט פארוואס דו האסט עס אריינגעשטעלט אין די קאטעגאריע פאר מתחילים, לדעתי איז עס היבש שווערער ווי די אנדערע צוויי וואס דו האסט אויסגערעכנט, הן בנוגע זיין שפראך וואס איז געשריבן מער בדרך קצרה, ווי אויך זיינע סברות און חילוקים וואס זענען מער דקות׳דיק ווי די אנדערע.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 3:18 pm
דורך [NAMELESS]
משה געציל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:אויב די זוכסטו צו פארשטיין לומדות הייב אן מיט קהלות יעקב, אויב עס איז צו שווער קענסטו גיין צו ברכת אברהם, סוכת דוד, נחלת משה וכדומה וואס מען לערנט אין ישיבות

פון די אלע דריי וואלט איך געזאגט אז די גרינגסטע וואלט געווען נחלת משה, הגם זיינע ספרים זענען נישט אפשר אזוי טיף ווי די אנדערע ישיביש׳ע דאך איז עס זייער געשמאק און זייער קלאר געשריבן. אויך וואלט איך מציע געווען חידושי רבי נחום פון רבי נחום פורצביץ, אנדערשט ווי רוב ספרי הישיבות קריכט ער נישט ארויף קיין בערג און טאלן צו טרעפן עפעס א דקותדיגן יסודותדיגן קוועטש, נאר ער איז בעיקר זיך מעמיק אין עומק הפשט מיט א מוראדיגע קלארקייט.
בנוגע ברכת אברהם ווייס איך נישט פארוואס דו האסט עס אריינגעשטעלט אין די קאטעגאריע פאר מתחילים, לדעתי איז עס היבש שווערער ווי די אנדערע צוויי וואס דו האסט אויסגערעכנט, הן בנוגע זיין שפראך וואס איז געשריבן מער בדרך קצרה, ווי אויך זיינע סברות און חילוקים וואס זענען מער דקות׳דיק ווי די אנדערע.



אין הכי נמי, ברכת אברהם איז שווער, אבער ער איז גרונטליך און מען מוז נישט אלעס פארשטיין אבער ער געט גוטע הגדרות, ער איז זייער גוט אין שיינע הגדרות.
אויב איינער איז שטאט, גרונטליך און האט כח צו לערנען באריכות א סוגיא בכל פרטיה, איז כדי קונטרסי שיעורים פון הרב גוסטמאן און דברות משה פון רבי משה פיינשטיין. אבער פאר א שנעלע אויבערפלעכליכע קאפ וואס וויל כאפן זאכן שנעל און האלבוועגס, נא ובשל מבושל במים, וועט קראכן פון לאנגווייליגקייט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 3:49 pm
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:איך לערן יעדן טאג פאר'ן דאווענען ברך משה על הסדר (נישט פרשיות) און ב"ה ספעלט מיר גארנישט.

נאכן וויסן אז די ים האט געהאלטן שכר מצוה בהאי עלמא ליכא און עצמות יוסף האבן זיך געדינגן, האסטו נאכאלץ נישט גענוג סיפוק ארויסצוקריכן פון סארווייוועל מאוד?

אדער אפשר דאווענסטו נישט...?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:01 pm
דורך הדד בן בדד
זר זהב האט געשריבן:איך וויל זיך אויך באדאנקען פאר קופערניקס און די אנדערע. זייער אינטערעסאנטע איפארמאציע. יעדער טרעפט עפעס וואס איז פאר זיין שורש נשמה. איך גלייב אז איך בין פון אן אנדערן שורש געקנאטן. איך לערן יעדן טאג פאר'ן דאווענען ברך משה על הסדר (נישט פרשיות) און ב"ה ספעלט מיר גארנישט.


איך האב דוקא אויך ליב ברך משה, עס איז א שיין ספר, איך קוק אמאל אריין דארט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:06 pm
דורך הדד בן בדד
לגבי חסידות האב איך געזעהן זייער א שיין ספר, שפתי חן, א הקדמה צו לערנען און פארשטיין ספרי חסידות, וואו ער איז זייער שיין מסביר די קאנצעפטן וועלכע מען טרעפט אין די ספרי חסידות. עס איז א געוואלדיגע ארבעט, דער יסוד דערפון איז געשריבן געווארן דורך ר' שמואל קרויס ז"ל, אבער דער עיקר ארבעט איז געמאכט געווארן און ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין תלמיד ר' חיים הערש מענדלאוויטש.

עס איז געמאכט ממש פאר מתחילים, און ער צולייגט עס זייער שיין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 9:01 pm
דורך אוהב דעת
לעיקוואד האט געשריבן:פאר די וואס האבן ליב ספרי חב"ד איז דא אסאך שיינע ספרים דארט וואס גייען מיט א ריכטיגע סדר, וביותר די המשכים פון רבין רש"ב, נאר צו דעם דארף מען ממש צולייגן קאפ מיט געדולד. סזענען אבער דא גרינגערע ספרים פון חב"ד און רובם גייען נישט אויפן סדר הפרשיות.
אויב ממעג עס דא דערמאנען איז אורות הקודש פון הרב קוק א הערליכע מחשבה ספר וואס גייט מיט א געוואלדיגער סדר. [ווער סגלייבט נישט אין זיין ציונות קען פשוט איבערהיפען די שטיקלעך ווי ער רעדט פון ארץ ישראל וכו', רוב ספר איז סתם הערליכע מחשבה שטארק אויסגעבויט]
אין לומדות איז דא היינט אסאך שיינע ספרים וואס מקען ליינען און הנאה האבן, למשל די סעט מועדים וזמנים פון ר משה שטערנבוך וואס ברענגט אריין א מענטש אין די אלע לומדות פון די מועדים אויף א מייסטערהאפטיגע אופן. הרב זווין'ס ספר לאור ההלכה איז אויך זייער שיין.

איך גלייך שטארק רב קוק אבער זיין שפראך איז שווער ,איז דא ערגעטץ איבערגעשריבען זיינע חידושים אויף א גרינגע שפראך ?איך וואלט מסתמה גרינגער פארשטאנען אויף ענגליש.....

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 9:03 pm
דורך אוהב דעת
געטראפען http://www.ravkook.net/