בלאט 1 פון 1
ווייכע מצות פאר אשכנזים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:10 am
דורך יידל
פיל ספרדישע קהילות נוצן ווייעכע מצות פאר פסח. צו מעגן אשכנזים דאס אויך נוצן? הג"ר שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל (הליכות שלמה פ"ט, הערה פ') פסק'נט אז מען טאר נישט. די סיבה דערצו איז וויבאלד מיר האבן נישט קיין היינט קיין מסורה אויף דעם.
הרב אשר ווייס שליט"א פון רמות שרייבט אין זיין הגדה "מנחת אשר" אז עס איז יא מותר. מען זעט אפילו אז דער רמ"א פלעגט עסן ווייעכע מצות, ווייל דער רמ"א שרייבט (או"ח סי' ת"ס סעיף ד) אז די מצות פלעגן זיין דיק, וואס דאס מיינט פשטות אז עס איז געווען ווייעך. אבער מיט דעם אלעם פירט הרב ווייס אויס אז מ'זאל זיך נישט באנוצען דערמיט ווייל אונז ווייסן נישט וויאזוי צו מאכן ווייעכע מצות בלי חשש חמץ.
לויט דעם קומט לכאורה אויס אז ווען מען עסט ספרדישע ווייעכע מצות, וואס זיי וויסן דאך יא וויאזוי דאס צו מאכן און זיי האבן א מסורה דערויף וועט מען דאס יא מעגן עסן.
מען קען דא אויך צושטעלן דעם באקאנטען שאלה צו מען מעג עסן מאכלים אויף וועלכער די אייגענע קהילה האט נישט קיין מסורת, אבער אנדער קהילות האבן יא, א שטייגער חגבים, וואס די תימנים האבן אויף דעם א מסורה און די שאלה איז צו איינער וואס איז נישט קיין תימני מעג אויך עסן על סמך די תימנ'ע מסורה.
עס איז אויך באקאנט אז ביי די זעבו קאנטראווערסיע, האט מען עס געוואלט מתיר זיין על סמך די מסורה פון די אפגאניסטאנער אידן, און דער חזון איש האט געפסקנט אז דאס האט בכלל נישט קיין דין ווי א מסורה, ווייל אין אפגאניסטאן זענען נישט געווען קיין גדולים אין תורה, און א באלעבאטישער מסורה איז נישט קיין מסורה.
Re: ווייעכע מצות פאר אשכנזים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:26 am
דורך יידל
ישר כוחכם ראביי קארל!
Re: ווייעכע מצות פאר אשכנזים
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:24 pm
דורך גדעון
אגב, מיט די ווייעכע מצות קען מען מקיים זיין די כורך בפשטות ווי הלל - איינגעוויקלט
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 1:38 am
דורך היימישער ליטוואק
ווייסט עמיצער וואו מ'קען דאס קויפן, אין נ.דז. אדער נ.י.?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:02 am
דורך יאיר
זינט ווען דארף מצות האבן א מסורה?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:38 am
דורך איחוד פעלד
מאכטס דאס אליין.
אויף ווייעכע מצות דארף מען נישט קיין הייסע אויווען, מיש די מעל מיט די וואסער, און וועלגער אויס קליינע מצות און לייג אס אין אויווען, און די האסט מצות.
אבער, עס איז דא פיל הלכה'דיגע שאלות וויאזוי עס צו מאכען, בעיקר מיט נפיחות, סא בעסער לאזט אייך אפ.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:44 am
דורך לאדיך אפ
הערסט א חוצפה? קודם זאגט ער מ'קען מאכן אליינס און נאכדעם זאגט ער "בעסער לאדיך אפ". האלוי? שדפ"א! מיט אזעלכע עצה געבער ווער דארף שונאים
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:35 am
דורך שת.אדמזאהן
גדעון האט געשריבן:אגב, מיט די ווייעכע מצות קען מען מקיים זיין די כורך בפשטות ווי הלל - איינגעוויקלט
כגדעון, ועוד.
צורת הכורך שלנו אינו אלא זכר לכורך.
לשון השלחן ערוך (תעה,א) מפורש: ואח״כ נוטל מצה שלישית ובוצע ממנה,
וכורכה עם המרור. זאת אומרת שסבבו את המצה עם המרור, וזה לא שייך אלא בחסא, מה שאנו קוראים לעטטערס, ומרור זה עדיף על אחרים.
הלל כרך את המצה ופסח צלי עם המרור.
מנהגינו, שנותנים מרור בין שני מצות, שונה ממנהגו של הלל נשיאנו.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:45 am
דורך יידל
איך האב שוין געפרעגט אין זר'ס מצות אשכול וואו מ'קען איינהאנדלן אזעלכע סארט מצות אבער דער עולם איז געווען צו פארנומען זיך צו טענה'ן איבער די פאפיר טעם פון קערעסטירע מצות (אדער עפעס אזוי). אין א נויט איז מיר גוגל צוניצגעקומען און כ'האב געפונען דעם סייט
http://softmatza.com/ וועלכע פארקויפט ווייעכע מצות תחת השגחת הרב מרדכי מצלטון? ווער איז דאס?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 12:07 pm
דורך איחוד פעלד
http://www.biu.ac.il/JH/Parasha/pesah/jim.htmlא שמועס וועגען די תימנער מצות, וואס איז דין און ווייעך, און דאס קען מען מאכען אליין, אויב מען באקט עס אויף א נידריגער גראד. זיי פלעגען נישט לעכערען די מצות אזוי ווי אונז, ממילא האט דער ר' נחמיה געטענה'ט אז עס האט די שאלות פין די נפיחות פין די מהרי"ל, אבער אויב מען מאכט לעכער און מען באקט עס, ווערט עס לכאורה ווייעך.
איינער וואס האט איז נישט אזוי ביזי, ווערט געבעטען צו פראבירען אין זיין אויווען, און איבערגעבען די רעזולטאטען.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:49 am
דורך [NAMELESS]
די תימנ׳ע אידן האבן גאר אן אנדערע פסח פון אונז מטעם די מאכלים.
ביי זיי בראקט מען,
ביי זיי מישט מען,
און ביי זיי האט מען דיקע און ווייעכע מצות. אזא שטייגער ווי למשל פיצא, קען זיין א לכתחלה שבלכתחלה.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:51 am
דורך יאיר
איך ווער א תימנ'ער אויף פסח. מ'זאגט דאך אז זיי האבן די ריינסטע מסורה.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:02 am
דורך קאווע טרינקער
נישט נאר פסח, נאר א גאנץ יאר, בפרט בענין הבהרת האותיות וכו', דרך הלבוש וכו'.
די אפגעפארנע אשכנזים רח"ל וואס גייען מיט הויזן, פוי.
קמחא דפסחא
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:53 pm
דורך ודי למבין
קמחא דפסחא לאשכנזים
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 11:39 pm
דורך איחוד פעלד
עפעס איז מיר איינגעפאלען א השערה, אז די גאר דינע מצות וואס אונז עסען, האט מען אנגעהויבען מאכען נאך דעם וואס די מאשין מצות זענען ארויס געקומען, און מען האט געדארפט מאכען קאמפעטישען. די אמאליגע האנט מצות זענען געוועהן דיקער, און הארטער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 1:40 am
דורך נולד מאוחר
האט איינער עקספיריענס מיט די ווייעכע מצה? איז עס גוט?
דא שרייבט ער אז אונזער מצה איז נישט די ארגענעלע
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 9:32 am
דורך קאווע טרינקער
איין זאך איז זיכער אז הלל, דער וואס געמאכט דעם כורך, זיינע מצות זענען זיכער געווען ווייעך, און אויסגעקוקט ווי א באגעט, אפשר אפילו א טאוסטעט באגעט, וואס מ'שנייט אויף און מ'לייגט אריין גערילט פלייש מיט לעטטערס, אשרי עין ראתה כל אלה. - צו מאכן כורך מיט א הארטע מצה איז זיכער נישט אין איינקלאנג מיט הלל'ס פילאסעפי פון ואהבת לרעך כמוך.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:45 am
דורך ידען
זעבו קאנראווערסיע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:52 am
דורך [NAMELESS]
ער האט נישט אריינגעלייגט קיין פלייש לויט רוב דיעות, ער האט געמאכט נאר מצה מיט מרור (אנדערש איז נישט מעגליך וועגן די כזיתים, און מצה דארף מען עסן לתיאבון און פלייש לשובע און נאך פארשידענע קשיות פארדעם האלטן רוב ראשונים אז ווען די גמרא אין פסחים זאגט היה כורכן ביחד ואוכלם מיינט די מצה און די מרור, און זכר למקדש מיינט אז הלל האלט אז מרור בזמן הזה איז א דרבנן במילא איז עס נאר א זכר למקדש)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 12:23 pm
דורך פארוואס?
קאווע טרינקער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז הלל, דער וואס געמאכט דעם כורך, זיינע מצות זענען זיכער געווען ווייעך, און אויסגעקוקט ווי א באגעט, אפשר אפילו א טאוסטעט באגעט, וואס מ'שנייט אויף און מ'לייגט אריין גערילט פלייש מיט לעטטערס, אשרי עין ראתה כל אלה. - צו מאכן כורך מיט א הארטע מצה איז זיכער נישט אין איינקלאנג מיט הלל'ס פילאסעפי פון ואהבת לרעך כמוך.
דאס איז דאך דער זעלבער הלל פון שבת דף נ׳ ע״ב.